בית פורומים כל העולם כולו

א ריקאל אדער יאכלו ענוים וישבעו (!)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2010 22:05 לינק ישיר 
א ריקאל אדער יאכלו ענוים וישבעו (!)

איך האב שוין געשריבן מערערע מאל און איך וועל עס פרבירן איבערשרייבן.

דער ריקאל וואס די קרית יואל בית השחיטה האט געמאכט איז געווען א עקסטרעם פרומע שריט, לפנים לפנים לפנים משורת הדין.

1) ווייל ס'איז א וודאי ממש אז ס'איז יא געווען מסורה'דיג. צוליב די עדות פון די שוחטים, און צוליב די רעסיטס און אינוואויסעס וועלכע שטייט קלאר אז ס'איז פעקין.
2) אויב ס'איז א ספק צי עס איז געווען מסורה'דיג איז עס ווייטער א ספק ספיקא.
3) אפילו אויב עס וואלט נתברר געווארן אז ס'איז מוסקאווי ממש, איז עס אויך לויט רוב פוסקים מותר לכתחילה.
4) אפילו מיר זאלן אננעמען אז מיר עסן עס נישט, איז נישטא קיין שום ריקאל, איידער דער בירור איז קלאר.



יעצט אז מ'האט געמאכט א ריקאל, איז אינטרעסאנט צו ברענגען עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו.

1) בשנת תשל"ז בערך האט מערערע קאסטומערס געפינען אין די סאטמארער מצות גאנצע ווייצלעך. א זאך וואס לויטן מחמירים אויף געבראקטס איז עס ערנסטע שאלות.
עס איז געווארן א שטורעם.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.

2) אין תשל"ו האט דעברעצינער רב זצ"ל ארויסגעגעבן סקאנדאלן איבער אלגעמיינע חסידישע שחיטה (פון וואו סאטמר האט גענומען) אז מ'שחט צופיל עופות פער שעה, און אז ער האט פערזנליך געזעהן אז די שוחטים קענען נישט שפירן דעם חלף, ווייל מ'שטופט אריין פיל מער וויפיל מ'מעג לויט די הלכה.
ער האט ארויסגעגעבן קונטרסים און מסביר געווען די הלכה'דיגע פראבלעם.
עס איז געווארן א שטורעם.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.


3) בשנת תשמ"א בערך ווען קאשויער רב האט מעיד געווען אז די סאטמארער פלייש געשעפט האט פארקויפט אן אומגגעטרייבערט שטיקל פלייש, און מ'האט געפונען דערויף חלב.
עס איז געווארן א שטורעם, חלב דאורייתא איז נישט קיין קלייניקייט.
דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, עד היום הזה האבן אסאך אידן זיך פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.

4) בשנת תשמ"ו בערך איז מען געוואויר געווארן אויף א שוחט אז זיין מעסער איז געווען פגום, און זיין שחיטה איז ל"ע געווען נבילה ממש.
עס איז געווארן א שטורעם, נבילה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, ווידער האבן זיך נאך א גרויסע צאל אידן פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.

5) אין תשס"ז בערך האט מען געפינען א שטיקל "שומן" אדער חלב אויף אונזער פלייש.
עס איז געווארן א שטורעם, חלב איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
דער משגיח האט זיך סותר געווען 4 מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.

6) אין תשס"ח בערך איז מען געוואויר געווארן אז די פלייש פון אוריגוויי האבן א שאלת טריפה, איבער די געלעכטערע כריסים.
מערערע משגיחים און רבנים זענען אראפגעפארן אהין זיך אומקוקן און אלע האבן מעיד געווען אז ס'איז שאלות דאורייתא'ס.
עס איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
ווידער האט זיך משגיח סותר געווען מערערע מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.


אין קרית יואל איז עמיצער אויפגעקומען מיט א שטות
און די דיינים דארט האבן געמאכט א ריקאל...
קומען מאנכע און שרייען העי. ער מאכט א ריקאל !


זיי זענען גערעכט.
ווייל די דיינים וואלטען געדארפט טאן וואס אלע האבן געטאן ביז היינט... שרייען יאכלו ענוים וישבעו !



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 23:04 לינק ישיר 

איך דערמאן זיך יעצט אז אין די ענדע כ' יארן איז הגה"צ וואוידיסלאווער רב זצ"ל אראפגעפארן צו די מילך פאבריק זיך אומקיקן ביי די מילך, צי אלעס איז כשורה.

ער קומט אן אהין צום מעלקן, און דער משגיח איז עפעס נישטא. די ערלים מעלקן ווי גארנישט וואלט געווען.
א ריכטיגע חלב עכו"ם לכל הדעות.
די או.יו איז עס טאקע מתיר. אבער די מילך איז דאך פארקויפט אלס חלב ישראל, פאר אידן מדקדקים אויף חלב ישראל.
מ'האט געמאכט א פתח פיפס, כדת וכדין.
יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 23:13 לינק ישיר 

דאס איז ר' אהרן'ס אבסעסיע מיט זיין "מהודרת", צו טאן עסקטרעמע זאכן, וואס קענסטו טאן, די דיינים האבן געוואלט זאגן יאכלו ענווים וישבעו, ער איז דער BOSS.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2010 23:35 לינק ישיר 

סתם אזוי איך ווינדער זיך, פארוואס זאל נישט ק"י בית השחיטה ארויסלייגן די די רעסיטס. און חלאס, נאו מאר איבעקערעניש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2010 18:01 לינק ישיר 

יעקבבער1

די בית השחיטה צייגט די דאקומענטן פאר רבנים און מיט וועמען זי האנדלעט.
סתם ארויסלייגן אויף היידפארק, און נאכדעם וועט קומען גרונם זאגן אז ס'איז געפעלשט, איז זייער נישט פראפעסיאנעל.

אויסערדעם, דארפסטו פארשטיין אז די תורה האט געגעבן נאמנות פאר די שוחטים און נישט פאר רעסיטס און אינוואויסעס, ביי מיר איז ר' נח גפן, א שוחט און א ירא שמים מרבים פאר קרוב צו 40 יאר, באגלייבט מער פון אלע אנדערע באווייזן.

אויב די תוה"ק גיט אים נאמנות, דארף איך גארנישט בעסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/1/2010 18:57 לינק ישיר 

איך וויל דא ענטפערן אויף די נערישע רייד, וואס עמיצער פראבירט מיך אפווענדן.

דער ריקאל וואס די קרית יואל בית השחיטה האט געמאכט [בלית ברירה] איז געווען א עקסטרעם פרומע [רח"ל, דער רבי ז"ל האט דאך פיינט געהאט די עקסטרעמע, פרומע, פאנאטיקער, שווארצע, ווערעמיגע וכו'] שריט, לפנים לפנים לפנים משורת הדין. [גערעכט!! "דער בלאט" "דיןתורה" "גערעכטער" "יאנקעלע" און נאך פיל אנדערע האלטן אז מ'איז נישט מחוייב צו מאכן קיין ריקאל]

1) ווייל ס'איז א וודאי ממש אז ס'איז יא געווען מסורה'דיג. צוליב די עדות פון די שוחטים, [ווער? ר' נח גפן וועלכער האט תיכף געזאגט אז ס'האט יא געהאט שווארצע קעפ?],

שקרן !

ר' נח גפן און אלע אנדערע האבן מעיד געווען אז זיי האבן גע'שח'טן פעקין. נישט עפעס אנדערש.

2) אויב ס'איז א ספק צי עס איז געווען מסורה'דיג איז עס ווייטער א ספק ספיקא. [פארוואס??????]
ווייל א ספק צי עס איז מסורה'דיג, נעמט נישט ארויס פונעם ודאי אז עס איז כשר. ווייל די כשרות איז נישט אונטער פראגע צייכן, נאר א ערעור אויף די מסורה, וואס אן ערעור איז נישט שטערקער פון א וודאי. בריא ושמא בריא עדיף.

3) אפילו אויב עס וואלט נתברר געווארן אז ס'איז מוסקאווי ממש, איז עס אויך לויט רוב פוסקים [???] מותר לכתחילה. [און וועלכע פלאץ אין די וועלט עסט מען מוסקאווי, ווייל רוב פוסקים האלטן אזוי??] 
דער דברי מלכיאל, דער נצי"ב און ר' שמואל סאלאנטער קענען נאך אזויפיל לערנען ווי די היידפארק רבנים.
 בכלל דא ווייסט מען קלאר אז עס נישט מוסקאווי איז אלעס סייוויי איבריג.

4) אפילו מיר זאלן אננעמען אז מיר עסן עס נישט, [ס'איז בכלל א שאלה צו מיר עסן עס???] איז נישטא קיין שום ריקאל, איידער דער בירור איז קלאר. [קודם כל פארוואס?? אויב ס'איז א דא א ספק גמור פון טריפות, דארף מען נישט מאכן קיין ריקאל?? והשנית, דער בירור איז שוין קלאר אז ס'איז געווען!! די שאלה איז נאר צו ווי "דער בלאט" שרייבט אז ס'האט זיך אריינגעמישט, אדער ווי דער דעסטריביוטער האט געזאגט אז ער האט געשיקט א געהעריגע שיפמענט פון דעם]
א ריקאל מאכט מען ווען עס איז קלאר געווארן אז עס איז קלאר אסור. נישט ווען עמיצער איז בלויז מערער, קעגן די שוחטים.

יעצט אז מ'האט געמאכט א ריקאל, איז אינטרעסאנט צו ברענגען עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ [געמיינט אז מ'האט] געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו.

פארוואס לויט דיר, האט מען נישט געמאכט קיין ריקאל איידער מ'האט מברר געווען.
טאקע פארוואס??? פארוואס האט מען געזאגט "יאכלו ענוים וישבעו איידער דער בירור איז ארויסגעקומען?

1) בשנת תשל"ז בערך האט מערערע קאסטומערס געפינען אין די סאטמארער מצות גאנצע ווייצלעך. א זאך וואס לויטן מחמירים אויף געבראקטס איז עס ערנסטע שאלות.
עס איז געווארן א שטורעם.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [ובתוכם הגאון הגדול וכו' בעל אגלי דבש] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט געבראקטס???
דרך אגב, איך האב נישט אזא גוטע זכרון, אבער אין הגדה דברי יואל ווי אויך אינעם מחזור [ווייטער פון די שונאים...] שטייט פונקט א פארקערטע מעשה, אז דער רבי זי"ע האט געהייסן מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן, כאטשיג מ'האט געטענה'ט מיטן רבי'ן אז ס'איז א ווייטע חשש, און ס'וועט ארויסקומען א גרויסע בזיון פאר סאטמאר אז ס'האט געקענט פארקומען אזא מכשול, האט דער רבי זי"ע באפוילן אז מ'זאל מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן. 

ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.

2) אין תשל"ו האט דעברעצינער רב זצ"ל ארויסגעגעבן סקאנדאלן איבער אלגעמיינע חסידישע שחיטה (פון וואו סאטמר האט גענומען) אז מ'שחט צופיל עופות פער שעה, און אז ער האט פערזנליך געזעהן אז די שוחטים קענען נישט שפירן דעם חלף, ווייל מ'שטופט אריין פיל מער וויפיל מ'מעג לויט די הלכה.
ער האט ארויסגעגעבן קונטרסים און מסביר געווען די הלכה'דיגע פראבלעם.
עס איז געווארן א שטורעם.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסטו אז די דיינים [וועלכע דיינים?? לכאו' די בעלי מכשירים, בתוכם אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט טריפות???
אלא מאי, האבן די דיינים ורבני המכשירים מברר געווען אז די ערעור איז נישט ריכטיג, און מ'שחט נישט מער ווי מען מעג.
[והא ראי', אז אין די "בית שחיטה מהודרת" שחט מען גארנישט ווייניגער אין א שעה, וואו אין די אנדערע בתי שחיטות אויף וועלכע די ערעור האט געזאלט זיין].

 ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.



3) בשנת תשמ"א בערך ווען קאשויער רב האט מעיד געווען אז די סאטמארער פלייש געשעפט האט פארקויפט אן אומגגעטרייבערט שטיקל פלייש, און מ'האט געפונען דערויף חלב.
עס איז געווארן א שטורעם, חלב דאורייתא איז נישט קיין קלייניקייט.
דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, עד היום הזה האבן אסאך אידן זיך פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [בפקודת הקודש של האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל בליל יוהכ"פ, ובתוכם הגאון הגדול וכו' בעל אגלי דבש] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט חלב דאורייתא???
נאר די תירוץ איז, די גאנצע ערעור איז געווען געבויעט אויף א מנקר פון ארץ ישראל, וועלכער האט געטענה'ט אז דארטן נעמט מען מער אראפ ווי דא. נו, איז דעמאלטס נתברר געווארן, אז דאס וואס מ'פירט זיך דא איז "אקוראט" אזוי ווי מ'האט זיך געפירט אין דער אלטער היים, וואו די סדר הניקור איז געווען אוועק געשטעלט דורך די גדולי אונגארן, אשר מפיהם אנו חיים. משא"כ אין ירושלים האט מען זיך געפירט אסאך חומרות אין ניקור, וועלכע שטאמט לכאו' פון די ספרדים, [וואו באקאנט איז די שחיטה אין ירושלים געווען אונטער די בעלות פון די ספרדים, וועלכע זענען געווען אין ירושלים פילע יארן פאר די אשכנזים די תלמידי הגר"א ותלמידי הבעש"ט וועלכע זענען געגאנגען קיין צפת און טבריא]. און ממילא האבן די רבנים געהאלטן גאנץ קלאר, אז מיר זענען נישט
מחוייב מחמיר צו זיין אויף חומרות וועלכע אלע גדולי אונגארן האבן נישט מחמיר געווען, און געהאלטן פאר א לכתחלה שבלכתחלה.

שחיטה אין ירושלים איז אונטער ביד"צ לקהלות האשכנזים. וואס ספרדים?
שחט מען דארט בית יוסף?
אזעלכע שקרים און פאנטאזיעס

קאשויער רב האט אויפגעוויזן אז ס'איז חלב, און מ'האט געזאגט יאכלו ענוים וישבעו.
א ודאי זענען דא ערליכע אידן, וועלכע זענען דאן געוואויר געווארן, אז אין ירושלים איז מען מחמיר אין ניקור, און דערפאר האבן זיי זינט דעמאלטס מער נישט געגעסן קיין בהמה פלייש, אבער דאס איז נישט קיין שום מחייב, אז מ'מוז דא מחמיר זיין אזוי ווי אין ירושלים. 

דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.


4) בשנת תשמ"ו בערך איז מען געוואויר געווארן אויף א שוחט אז זיין מעסער איז געווען פגום, און זיין שחיטה איז ל"ע געווען נבילה ממש.
עס איז געווארן א שטורעם, נבילה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, ווידער האבן זיך נאך א גרויסע צאל אידן פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [בפקודת הקודש של האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל, ובתוכם הגאון מקארלסבורג שליט"א, דאן דומ"ץ קיט"ל ב"פ] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט נבילה???
[ובמאמר המוסגר, האט מען אין די בוטשער אין קרית יואל, אויך ווייטער פארקויפט די פלייש אן קיין שום פראבלעם. וואו איז די ריקאל???? נבילה איז א דאורייתא!!!!!]
מ'מוז זאגן אז די דיינים הנ"ל האבן מברר געווען אז
די רינון איז נישט ריכטיג, אנדערש קען נישט זיין אז אזעלכע גדולי ישראל זאלן מכשיר זיין נבילה דאורייתא. [ס'איז געווען נאך פאר תשנ"ט]. געוואלד. מ'האט דאך געכאפט זיין מעסער פגום. איז דאך עס נבילה... געוואלד און געשריגן. וואס וואלט פאסירט אז מ'מאכט יא א ריקאל? פאר אביסל בושה?
בדרך אגב, איז כדאי צו באמערקן, אז הרב מנירבאטור שליט"א האט דאן אראפגענומען זיין הכשר פון די גאנצע שחיטה פאר עטליכע וואכן, און א דאנק אים האט די או. יו. געלייגט פרעשור אויף די בעלי בתים, און מ'האט טאקע מעביר געווען יענעם שוחט פון שחט'ן, און נאר דאן האט ער צוריק געלייגט זיין הכשר, און מאותו היום האט ער מער נישט געטארט שחט'ן אין יענעם בית השחיטה, [ער האט נאר אנגעפירט די סדר השוחטים וכדו']. נאר וואו האט ער נאך יא געקענט שחטן?? ערב יוה"ק די כפרה פון האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל [נאך פאר תשנ"ט, ואין הקב"ה מביא תקלה לצדיקים]. ביז תשס"ו ועד בכלל, אלע יארן האט דער יחזקאל גליק געשאכטן פאר'ן ברך משה ערב יוה"ק, נאכאמאל שקרן + שקרן + שקרן..

דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.



5) אין תשס"ז בערך האט מען געפינען א שטיקל "שומן" אדער חלב אויף אונזער פלייש. [למען הפונקטליכקייט, א חשש שומן אויף די לעבער, וואס ווער ס'קען אביסל א בהמה, ווייסט א די לעבער און די שומן קומען זיך בכלל נישט צוזאם, ס'איז נאר א געוויסע קרום וועלכע רירט אן די לעבער].
עס איז געווארן א שטורעם, חלב איז א דאורייתא [פריער שרייבסטו "שומן אדער חלב", שומן איז נישט קיין דאורייתא] און איז נישט קיין קלייניקייט.
דער משגיח האט זיך סותר געווען 4 מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט חלב אדער שומן???
איך בין נישט אזוי באקאנט אין די פרטי הפרשה, און סדר הניקור קען איך אודאי נישט, [און דו אויך נישט..] אבער כמדומה לי, אז קיינער האט נישט געקענט אויפווייזן אז ס'רעדט זיך פון שומן וואס מ'איז מחוייב ע"פ הלכה אראפ צו נעמען, און אז מ'האט זיך אזוי געפירט אין דער אלטער היים. אודאי קען זיין אז אין ירושלים טוט מען יא אזוי, אבער ווי פריער געזאגט זענען מיר נישט מחוייב מחמיר צו זיין אויף חומרות וועלכע אלע גדולי אונגארן האבן נישט מחמיר געווען, און געהאלטן פאר א לכתחלה שבלכתחלה.
ווי אויך האט דער רב המכשיר ארויסגעגעבן א בריוו, וואו ער איז מסביר זיין שטעלונג אין דעם נושא, וואס ער האלט אז ס'איז נישט געווען קיין שום חשש. דו האלטסט אז ס'איז אסור? דעמאלטס עס נישט דערפון, אבער דער רב המכשיר איז בכח זיך צו חולק זיין אויף דיר.

פון וועלכע בריוו פון בעל מכשיר רעדסטו?
פון די ערשטע?
פון די צווייטע?
אדער פון די דריטע?
אדער פון דאס וואס ער האט געזאגט ביי די אסיפה?

דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.



6) אין תשס"ח בערך איז מען געוואויר געווארן אז די פלייש פון אוריגוויי האבן א שאלת טריפה, איבער די געלעכטערע כריסים.
מערערע משגיחים און רבנים [ווער?? יא! די צוויי באקאנטע האט ליינס, אמ"ג און נ"ר] רבי משה שטערנבוך און הרב לאנדא און נאך אסאך רבנים זענען אראפגעפארן אהין זיך אומקוקן און אלע האבן מעיד געווען אז ס'איז שאלות דאורייתא'ס. [ס'איז שאלות, אדער ודאות, הייסט עס אז ס'איז נישט זיכער...]
עס איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
ווידער האט זיך משגיח סותר געווען מערערע מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט טריפות???
נאר די תירוץ איז, ווייל דער רב המכשיר האט געטענה'ט בתוקף אז מ'איז אלעס בודק, און וואס ס'טויג נישט נעמט מען נישט. והא ראי', הרב לנדא האט ווייטער געשחט'ן אין פארגוויי, כאטש די זעלבע מערערים האבן געשריגן אז דארט איז די זעלבע, ווי אויך איז כהיום יום פארהאן א שחיטה אין אורוגוויי בהשגחת הרמ"מ ווייסמאנדל [מיט וועמען קר"י רבי האט געוואלט גיין צוזאמען ביי די בהמה פלייש], און "אין פוצה פה ומצפצף". אלא מאי, אז דער רב המכשיר איז מעיד אז מ'איז בודק, האט ער דאס פולסטע נאמנות

 דער דיין פון רז"ל אין בארא פארק, ר' חיים דד כ"ץ אליינס האט מערערע מאל געזאגט אז מ'טאר די אוריגוויי פלייש נישט עסן. און ער איז שוין שטארק מקיל כידוע.

בכלל וואס מיינט דאס אז דער רב המכשיר האט נאמנות ווייל ער איז מעיד. האט נישט דער שוחט אזא נאמנות דער בעל המכשיר? וועלכע תורה גייסטו נאך? ביי יעדע עולה איבעראל האט  יעדער נאמנות און אלעס איז פיין און כשורה. ביי יעדע נערישקייט אין קרית יואל איז אלעס טריפה, חזיר, אסור. דאורייתא. געוואלד אין געשריגן וואו איז דיין קאמען סענס?

דער אמת איז אבער אז ניין. ווייל א ריקאל מאכט מען ווען מ'ווייסט בידיעה ברירה אז ס'איז אסור בוודאי.
נישט ווען מ'קען מתיר זיין מכח
און דערפאר איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט געווען קיין ריקאל.



אין קרית יואל איז עמיצער אויפגעקומען מיט א שטות [יא א ודאי א שטות!!, די שטות פונעם בלאט צו מאכן פורים פונעם ציבור און פון זיך אליינס]. די ראיה פון דעם מערער איז אויף די קאליר פון די פעטן. דאס איז א שטות. ווייל די שוחטים קוקן ווען עס לעבט, נישט ווען עס איז טויט אויפן שעלף. און לעבעדיג האט עס געהאט די סימנים פון פעקין.

און די דיינים דארט האבן געמאכט א ריקאל... [נאכן האבן פרעשער צוויי וואכן פון די גאס, און פון רבנים וועלכע האבן נישט אריינגעלאזט זייער פלייש, בתוכם די או. יו. וועלכע האבן געסטראשעט נישט אריינצולאזן זייער פלייש ביז זיי זאגן קלאר וואס ס'גייט פאר יא אדער ניין]

וועמענס פרעשער? וואס או. יו. או יו איז מתיר מוסקאווי לכתחילה? וואס רעדסטו ווידער ווי א ילד?

פארוואס האט ער נישט געקענט זאגן מיינע שוחטים זענען מומחים און זיי האבן נאמנות??? די תורה הק' גיט זיי נאמנות און איך בין עס מקבל. פאר די וועלכע האבן א שנאה צי קרית יואל וויל מען די
רעקט נישט געפעלן. די וועלכע האבן פיינט קרית יואל צוליב פאליטישע סיבות, וועלן ליבערשט עסן טריפה ממש. כידוע לכל.

קומען מאנכע און שרייען העי. ער מאכט א ריקאל ! [נאך צוויי וואכן מאכן ליצנות, אז יענער האט געהאט, און אונז האב מיר אים געראטעוועט!!! קיינער זאגט נישט אז מ'דארף נישט מאכן קיין ריקאל, מ'זאגט נאר אז מ'האט עס געדארפט טוהן באצייטנס].
די אסיפה איז פארגעקומען דינסטאג וארא. דעם ריקאל האט מען געמאכט מיטוואך וארא ! קיינער קען נישט לייגן קיין דרוק אויף די רבנים, פינקט ווי מ'האט נישט געקענט לייגן קיין דרוק אויפן באטערער... יאכלו ענוים וישבעו איז אלץ געווען די איינציגסטע וועג אין אמעריקע.

נישט אומזיסט איז קיינמאל נישט געווען קיין ריקאל.

-
-זיי זענען גערעכט.
ווייל די דיינים וואלטען געדארפט טאן וואס אלע האבן געטאן ביז היינט... [מברר זיין דעם אמת, און אויב שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט ריכטיג, דאן זאלן זיי] שרייען יאכלו ענוים וישבעו ! [אבער ווילאנג זיי זענען נישט מברר להיתר, ומכש"כ ווען ס'איז נתברר געווארן פארקערט, דארפן זיי "שוין איינמאל" מאכן א ריקאל!!].

פארוואס ביי די מצות, חלב, שומן, מילך און אלע אנדערע פראבעלעמען האט מען קיינמאל נישט געמאכט קיין ריקאל, אפילו אויף 10 מינוט?

געוואלד און געשריגן ????

יעצט אז מ'האט זיך אריינגעלאזט אין די היסטאריע פון ריקאלס, איז אינטרעסאנט צו ברענגען נאך עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו.

 

1) בשנת תשנ"ד האט אויסגעבראכן א שטורעם אין ניו יארק, ס'איז נתברר געווארן אז מען אפערירט די קיען, און לויט דעם איז עס טריפה דאורייתא, און מ'טאר נישט טרונקען די מילך.

עס איז געווארן א שטורעם.

אין אלע אידישע צענטערן האט מען נישט געטרינקען קיין מילך יענע פאר טאג, ביז מ'האט ארויסגענומען פון די פארמס די אלע אפערירטע קוען.

אבער אין "די קרית יואל'ע מוסדות" האט מען ווייטער געגעבן צו טרינקן די "מהודרת" קרית יואל מילך [איר געדענקט נאך די קאמפאני], און ווי ס'איז שפעטער נתברר געווארן זענען דארטן געווען נאר אפערירטע קוען, [און די קאמפאני האט זיך טאקע אפגשפארט א וואך שפעטער].

און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.

פוסטע שקרים ! מ'האט קיינמאל נישט געמאכט קיין ריקאל.
ברענג מיר א צעטל פון א ריקאל ! מ'האט איבעראל געטרינקען מילך אין אלע חדרים און אלע ישיבות. די רבנים אליין האבן געטרינקען קאווע יעדן טאג ! קיין ריקאל איז נאך קיינמאל נישט פארקומען על אדמת אמעריקע אפילו אויף שאלות דאורייתא'ס.


2) בשנת תשס"ז האט אויסגעבראכן א שטורעם, ס'איז געקומען מערערים און געטענה'ט, אז ווען מ'האט געשניטן די "בעסטע" ווייץ אין אריזאנע האט יא גערעגנט, ווי אויך איז נישט געווען קיין שמירה פון ווען די ווייץ זענען נגמר געווארן, [ס'איז געווען שבועות אינדערמיט].


ר' אלי' סימאן איז דארט געווען און זאגט אז ס'איז יא געווען שמירה. און ס'איז נישט געווען קיין חמץ. עס האט נישט גערעגענט ווייל אין א מדבר קען נישט רעגענען.

העי??? איז עס א מדבר ווי עס רעגענט נישט אדער קען יא רעגענען?
ס'איז געווארן א שטורעם, חמץ איז א דאורייתא
קיין שטורעם. ר' הערשל מילער עסט ווייטער נאר אריזאנא און אויך צעהלימער רב, פאפער' רב, נייטרא'ער רב, וויענער דיין וכו' וכו'.


די משגיחים האבן זיך סותר געווען מערערע מאל, ס'קען יא רעגענען אדער ס'קען נישט, מ'קען יא היטן די גאנצע פעלד אדער נישט, וכו' וכו'.

און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל. נישט יאכלו ענוים וישבעו. נאר מ'איז נאך מקיים מצות אכילת מצה מיטן גרעסטן הידור וואס רבינו הק' האט זוכה געווען דער בשנת תשכ"ו - כ"ז, און תשכ"ח. ביז'ן סטראוק ווען די טירנויער פאמיליע האט באשלאסן עס איז צו שווער וד"ל.


 

3) בשנת תשס"ח האט אויסגעבראכן א מעכטיגע שריפה אין די מצה בעקעריי אינערהאלב ת"ת קראלי, וועלכע איז דאן געווען אין די באזיץ פון די "צענטראלע קהל יטב לב", און לויט די עדות פון פילע צוקוקער איז כמעט לא ימלט אז ס'איז נישט נאס געווארן די מצות וועלכע זענען שוין דארט געליגן.

ס'איז געווארן א שטורעם, חמץ איז א דאורייתא.

ווי מ'איז שפעטער געוואויר געווארן, האט מען פארקויפט די מצות פאר ביליגער.

און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.

ר' הערש לייב בערנשטיין, משגיח פון די בעקעריי איז אנגעקומען אהין 4 אזייגער פארטאגס און איז געשטאנען שמירה. און זיין שמירה איז גארנישט וויניגער פון בריסק'ער חומרות, ווער עס קען אים.

 

4) בשנת תשס"ט האט אויסגעבראכן א שטורעם, ס'איז געקומען א משגיח פון לעיקוואוד, וועלכער האט אנטדעקט אז ס'איז דא פילע טריפות פון צומת הגידין אין די "בית השחיטה המהודרת".

ס'איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא

קודם האט מען עס געלייקנט, מ'האט באשריבן אין "שולחן מלכים" א שמועס מיט הרב דונער פון לאנדאן איבער די עסן פון די עופות, נאר נאכדעם וואס דער שטורעם האט געשטורעמט אן אויפהער, האט מען אנגעהויבן צו בודק זיין, [ובתנאי, אז יעדער האט דער פראבלעם, און נאר איך בין בודק]. וואס איז געווארן מיט אלע עופות ביז יעצט? שא שטיל!!

און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.

ועוד היד נטויה

די צומות הגידין איז א קרענק וואס קומט פון די העטשערייען, ווי הגאון האדיר בעל קנה בושם האט מברר געווען.

עס איז צושפרייט אלע די גרויסע העטשעריס פון ווי קרית יואל און מארוויד, און G&G און מעקדאלנד'ס און אלע נעמען עופות

דער חילוק איז אזוי:
אין קרית יואל גיט מען עס נישט צו עסן. ווייל 8 יונגעלייט זענען בודק די עופות כדת וכדין.

ביי ענקערע פלייש געשעפטן איז מען נישט בודק, ווייל עס קאסט צופיל געלט ! 

ויאכלו ענוים וישבעו.



יעצט ענטפער איין שאלה:
פארוואס איז נאך קיינמאל אין אמעריקע נישט פארגעקומען קיין ריקאל?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א ריקאל אדער יאכלו ענוים וישבעו (!)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext