עטרת בלעם, אדער ראוז בלעם
ווער געדענקט דען נישט ווען די יעניגע באנדע -וואס קענען פשוט נישט פארנעמען קיין אבק תועבה- האבן איבערגעדרייט די שטאט און פארעם פון געקלעבטע שרייענדע סטיקערס און ליילעכער אויף די גאסן, באנאזאם מיט גרויסע ירשלימ'ע געקעסטעלטע אותיות: 'עטרת בלעם'. זיי האבען נישט געשוינט קיין מי און האבען מקיים געווען דעם ובערת הרע מקרבך דורך באצירען די ווענט פון די בתי כבוד קעמערלעך, און די בתי מדרשים מיט פלאקאטען -אין פארשידענארטיגע קאלירען- טאג טעגליך.
און בכלל איז די תועבה טעמע גאר א הייסער ביי די חברה, ווען עס פעלט זיך אויס פארהערליכט מען דאס, א שטייגער ווען מען שטיצט אקטיוו תואבה קאנדידאטען וואס פארשפרעכען פאבליק סקול געביידעס און וויליאמסבורג, אדער זאגען צי פאר די קארפען קעפ זייערע צו גיין און שפאן מיט די קעי זשעי וויליזש אגענדע און אפסטעיט, און ווער רעדט נאך ווען מען ריקט אריין אפאר טאלער פון אנקעל סעמס ברייטע קעשענעס, דורך פילצאליגע תועבה פראגראמען אויפן גאנצן עולם און אויף יחידים.
און פון די אנדערע זייט; ווען עס פעלט אויס פאר 'פי אר' אדער צו געווינען נאך עטליכע שטומען, דאן ווייזט מען דער כשר'ן חזיר פיסל און מען פארדאמט תועבה אויף די העכסטע טענער מיט שרייענדע העדליינס און לעמפ זויל שילדען, און מען הענגט ארויס די שמוציגע וועש לעיני כל ישראל אז יעדעס חדר יונגעל זאל פארשטיין אלסדינג און טאקע מיט אלע קליפערלעך.
דער ענין איז מיר געקומען אויפן געדאנק ווען איך האב זיך לעצטענס באטייליגט ביי א חתונה וואס איז פארגעקומען און די א.ג. 'נייע עפאכע ראוז קעסטל זאל' ווי איך האב געזען ערשט האנטיג וואס איך האב שוין לאנג געהערט אז די תערובות דארט בין נשים לאנשים איז ווייט פון צו זיין פויגעלדיג, דאס איז שוין אויסער די פרעמדע אויסגעלאסענע עלעמענטען וואס דרייען זיך דארט לרוב אין די קארידארן און אין די זאלן און שטעכן די אויגן פון יעדע אפגעהיטענע איד, און מינגלען מיט די סאטהרנישע פארוואלטונג אין שפיץ פון נ.מ.א. און זיין קרו, די מחיצות איז נישט און די ארדענונג און די אריינגאנג צו די קבלת פנים זאל איז דורך די עזרת נשים, ווי אויך טיילן די מענער און די פרויען איין האל אא"וו. ואין פוצה פה ומצפצף, פארקערט אונטער די דאזיגע זאל שטייען די סאמע העכסטע קעפ דרייער פון יענע פארטיי, און אזוי אויך איז דער זאל און צענטער פון די אומגעלונגענע און אומזיניגע חתונה תקנות פון די נייע עפאכע רעביסטעווע.
אינטערשטע שורה: "ראוז בלעם" איז נישט קיין זאל פאר היימישע אידן חתונה צו מאכן דארט די קינדער און זיכער נישט קיין ערשטע אויסוואל.
און דאס אלעם איז שוין נאכדעם וואס דער זעלבע זאל ווערט פארדינגען פאר גאר געמיינע און מיאוסע עלעמענטען פאר פארטיס און באלן אום שבת קודש און פארוואנדלען דעם גאנצען געגענט און גאר א נידעריגען ארט.
דאס איז בלויז נאך א ביישפיל פון פולע אנדערע 'דאפעלטע סטאנדארטען' פון יענע זייט.