| נשלח ב-20/1/2010 07:51 |
|
| |
סקווירא שחיטה: ס'איז נישטא קיין צומת הגידין פראבלעם ביי אנדערע בתי שחיטה
ווי באקאנט האט די סקווירא שחיטה זיך געמוזט אריבער ציען קיין זשי ענד זשי, נאכדעם וואס די רעגירונג האט אפגעשפארט זייער בית השחיטה. אזוי ווי אין סקווירא בית השחיטה, וועלכע פלעגן נעמען די עופות אין די זעלבע פלאץ ווי קרית יואל, האט זיך געמאכט גאר א גרויסע פראצענט פון טריפות ביי די "צומת הגידין", האבן זיי איינגעפירט צו בודק זיין די צומת הגידין פון אלע עופות כדת וכדין.
יעצט ווען זיי זענען געקומען קיין זשי ענד זשי, האבן זיי אויך בודק געווען די צומת הגידין, זייענדיג אונטער די רושם פונעם רשכבה"ג אז ס'קען נישט זיין אז נאר דא טרעפט מען און ערגעץ אנדערש נישט, אלא מאי, זענען אלע רבנים ליגנערס און מאכילי טריפות, יעדער שרייט אז מ'האט געקוקט און מ'טרעפט ניטאמאל א האלבע פראצענט, אבער דער רשכבה"ג גלייבט עס נישט.
אבער ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט סוף טאג, האבן זיי פארשטייט זיך גארנישט געטראפן, און ס'איז ווידער אמאל קלאר געווארן, אז ס'ווענדט זיך "יא" פון וועלכע פארם מ'נעמט די עופות.
אינעם דערנעבנדיגער פארום פייערט "פאראלעל" מיט טריאומפ אז סקווירא געטרויעט נישט די זשי ענד זשי בית השחיטה, והא ראי' אז זיי האבן בודק געווען צומת הגידין.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2747548
ער פארגעסט אבער אויסצופירן דעם פאקט, וואס די שוחטים דארטן זענען מעיד, אז למעשה האט מען גארנישט געטראפן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:22 |
|
| |
זיבענבירגען איך זעה די ווייסט נישט קיין פשוט'ע פאקטען היינט צו טאגס, טרעפט מען אין ק''י אויך נישט קיין צומות הגידין...... פארט איז מען נאך אלס בודק סיי אין ק''י ווי מהר''א האט פארלאנגט, סיי אין סקווירא
דאס איז נישט מעגליך אז נאר די פארעם פין ווי ק''י נעמט זאל האבען געהאט די פראבעלם פין צומות הגידין ווי שוין מערערע מאל ארויסגעברענגט דורך אסאך יעדע בית השחיטה נעמט פין עטליכע אדער גאר צענדליגע פארעמס - פארשטייט זיך דורך איין סעילסמאן (אין רוב בית השחיט'ס שעכט מען טעגליך צווישען 25 אין 40 טויזענט עופות, אין קיין פארעם קען דאס נישט צישטעלן טעגליך)
עס איז לכערליך צו זאגען אז פינקט די אלע פארעם'ס פין ווי ק''י אין סקווירא האבען גענומען האבען געהאט די פראבעלם
קרית יואל האט עטליכע מאל גענומען פין די פארעמ'ס וואס וויינלאנד אדער G AND G האבען געזאגט אז זיי טרעפן נישט, אין פארט האבען זיי געטראפען דארט פיל מיט פראבלעמאטישע.
היינט צו טאגס ווען דער פראבעלם איז שוין פארראכטען, זעהט מען קלאר אז די פראבעלם איז געוועןן אין די העטשערי ביי די אייער, פין ווי 'אלע' פארעמ'ס נעמען, אין ס'האט גארנישט געהאט מיט די פארעם צו טוהן
יעדער פארשטייט אליין אז ק''י אין סקווירא זענען גרייט צו צאלען ענדערש מער געלט פאר בעסערע טשיקענס (אויב מ'קען ווען טרעפן) ווי איידער אויפהאלטען א פעיראל פין 9 בודקים אין ק''י אין 3 בודקים אין סקווירא וואס זאלען בודק זיין יעדע עוף.
וכו'
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:45 |
|
| |
א פאקט איז א זאך וואס כל מאן דבעי למידע קען קומען און זען, למשל עס איז א פאקט אז און יעדע 24 שעה איז דא א טאג מיט א נאכט, עס איז א פאקט אז עס איז דא א בית מדרש אויף 14 האפער, אובער אלע שעריריות ארום און ארום איז שוין מער נישט קיין פאקט, אז עס איז דא א מוסד בני יואל און קרית יואל איז א פאקט, אז זיי זענן ווערעמיג איז שוין נישט קיין פאקט, די אלע זאכן וואס די רופסט אן פאקט מער ווייניגער גייט נישט אריין און די קאטיגורי
|
|
|
|
|