| נשלח ב-20/1/2010 21:57 |
|
| |
מיל-מארט דיסטריביטער'ס קענען נישט נאכקומען די גרויסע ארדערס
א אינטארסאנטע נייעס וואס איך הער יעצט פון א גראסערי מענעדשער.
היינט ביים דעליווערן פון מיל-מארט האט זיך דער דיסטריבעטער באקלאגט צו אים אז די לעצטע וואך צוויי וואס ער יאגט נישט נאך מ'רופט אים צוריק פון גראסעריס ער זאל ברענגן נאך א שיפמענט קאלד-קאטס ער זאגט ביי די גרויסע סופערמארקעטס איז ער שוין צוריקגעגאנגן עטליכע מאל, ער וואונדערט זיך אז דער עולם האט פון איין טאג אויפן צווייטן פלוצלינג באקומען א שטארקע אפעטיט פאר מיל מארט'ס קאלד-קאט'ס. אזוי שמוסענדיג פוינט מיר דער מענעדשער אינעם פרידשעדער אויף די קאלד-קאטס פון א צווייטע קאמפעני וואס ליגט שוין אויפן שעלף אומבארירט אזוי ווי מ'האט עס געברענגט וואס ביני לביני האט מיל-מארט שוין געלייגט צוויי פרישע שיפמענטס (איך שרייב דערעקט נישט די נאמען פון יענע קאמפעני ווייל דער אשכול איז מער געווידמעט פאר אינטערסאנטע דיסטריביטינג נייעס, נישט פון די מאסקאווי נייעס וואס האט א באזונדערע אשכול,)
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:04 |
|
| |
כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא!!!!!
די מאנראער קאלד-קאטס ווערט געפראסעסט, געפעקעדש, און דיסטריביוטעד דורך מיל-מארט!!!
אוי איז דאס א גוטס!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:20 |
|
| |
איינס
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:23 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא!!!!!
די מאנראער קאלד-קאטס ווערט געפראסעסט, געפעקעדש, און דיסטריביוטעד דורך מיל-מארט!!!
אוי איז דאס א גוטס!!! |
|
סקאט קענסט סטאפן לאכן אביסעלע
סאיז נישט אמת סאיז קרית יואלע פליישן
ווי יעדער ווייסט קימט דאס פין איבעריגע פליישן קען זיין זיי מאכן עס דארט איך וועל עס אי"ה מברר זיין אבער די פליישן איז קרית יואלע.
לויט דיר קען מען זיי שוין ווייטער נישט טראסטן ווייל אין זייערע אדווערטייזמענט שרייבן זיי אז סאיז זייערע פליישן
ממש א פינקל פרשה שטעלסטו דא אהער סקאט רח"ל!!!!
תוקן על ידי יוספ7 ב- 20/01/2010 22:27:59
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:25 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס דו פרייסט דיך אזוי אבער ס'שאט קיינמאל נישט אביסל שמחה,
דעס אז מילמארט מיט קרית יואל איז איין דיסטריבעטער איז בכלל נישט קיין סתירה אז דער דיסטריבעטער דארף צוריקקומען צוויי מאל פאר די מילמארט סחורה זעלבסט, און נישט אלע מילמארט קאסטאמערס ווייסן וואס דו האסט דא מגלה געווען, האסט א פוינט און מ'דארף עס טאקע מפרסם זיין!
אבער האלט אן דיין שמחה, ס'איז מיר א גוטע פילינג, יודן זענען פרייליך
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:33 |
|
| |
אוואדי איז עס KJ פלייש, אבער KJ האט נישט קיין אייגענע פלענט צו פראסעסן קאלד-קאטס, אלעס ווערט געמאכט דורך מיל-מארט, מיל-מארט פראסעסט עס, לייגן ארויף די KJ לעבל, פעקדשן עס אין דיסטריביוטען עס.
פארשטאנתא?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:37 |
|
| |
מיל-מארט האט מער ווייניגער די מאנאפאל אויף אלע כשרע קאלד-קאטס, זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן איין אייגן פלענט. אפי' אנדערער לעבלס זענען אלע געמאכט ביי מיל-מארט (מיט געציילטע אויסנאמען), א קאלד-קאט פלענט צו מאכן איז איין אסטראנאמישער אינוועסטמענט, מ'מוז מאכן זייער אסאך צו מאכן געלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:38 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | אוואדי איז עס KJ פלייש, אבער KJ האט נישט קיין אייגענע פלענט צו פראסעסן קאלד-קאטס, אלעס ווערט געמאכט דורך מיל-מארט, מיל-מארט פראסעסט עס, לייגן ארויף די KJ לעבל, פעקדשן עס אין דיסטריביוטען עס.
פארשטאנתא? |
|
אויב אזוי וואס לאכסטו אזוי פין דעם אז מדארף לייגן מער פין מיל מארט סחורה מער ווי די "געוועזענע" מהודרת פלייש'ן
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:42 |
|
| |
די ארונים ווילען נישט פעיסן פעקט אז זייער פלייש איז חזיר טרייף ביי ערליכע יודן, זיי וועלען פארקויפן אלע מיני לאקשן מעשיות אז זייער שחיטה דאמינעט די וועלט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:45 |
|
| |
טעות
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 20/01/2010 22:47:15
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 22:46 |
|
| |
ביי דיר מיינט 'ערליכע אידן' דער טשאטער מיט רב גאלד,
איך האב פאר אייך נייעס, קריך ארויס פון דיין באקס, וועק דיך אויף אין שמעק די קאווע, ס'דא אגרויסער וועלט פון ערליכע אידן יראים ושלמים, אויסער ענקערע קבוצה בני יואל עקסטרעמיסטן.
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 20/01/2010 22:46:42
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 23:25 |
|
| |
| סעננדר כתב: |  | א אינטארסאנטע נייעס וואס איך הער יעצט פון א גראסערי מענעדשער.
היינט ביים דעליווערן פון מיל-מארט האט זיך דער דיסטריבעטער באקלאגט צו אים אז די לעצטע וואך צוויי וואס ער יאגט נישט נאך מ'רופט אים צוריק פון גראסעריס ער זאל ברענגן נאך א שיפמענט קאלד-קאטס ער זאגט ביי די גרויסע סופערמארקעטס איז ער שוין צוריקגעגאנגן עטליכע מאל, ער וואונדערט זיך אז דער עולם האט פון איין טאג אויפן צווייטן פלוצלינג באקומען א שטארקע אפעטיט פאר מיל מארט'ס קאלד-קאט'ס. אזוי שמוסענדיג פוינט מיר דער מענעדשער אינעם פרידשעדער אויף די קאלד-קאטס פון א צווייטע קאמפעני וואס ליגט שוין אויפן שעלף אומבארירט אזוי ווי מ'האט עס געברענגט וואס ביני לביני האט מיל-מארט שוין געלייגט צוויי פרישע שיפמענטס (איך שרייב דערעקט נישט די נאמען פון יענע קאמפעני ווייל דער אשכול איז מער געווידמעט פאר אינטערסאנטע דיסטריביטינג נייעס, נישט פון די מאסקאווי נייעס וואס האט א באזונדערע אשכול,) |
|
סענדער זאג שנעל ווי איך קען באקימען די מהודדיגע ק''י קאלדקאטס, איך לויף פין גישעפט צי צווייטע, כולל, פריעדמאן, 13טע עוו. באכנערס גאלדבערגער לאנדא, פין דארט בין איך גיפארין קיין ווילימסבורג אין גיגאנגען צי הצלחה, סענטראל, רויזנבוים, וואןסטאפ, לאנדא, אין איך קען דאס נישט טרעפן, אלע זאגן אז די ק''י קאלד-קאטס כאפט מען אויס, אין מיל מארט קאלד-קאטס קעמען באקימען וויפיל מעוויל, די פרידשידערס זענען פיל מיט מיל מארט סחורה, סענדער, איך חליש שוין נאך א גיט כשר שטיקל קאלד-קאטס, זאג שנעל וועלעכע פרידשידערס זענען פיל מיט ק''י קאלד-קאטס.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2010 23:41 |
|
| |
ווער באצאלט פאר דיין געז אדער באס טיקעטס
פארוואס נעמסטו נישט אן וואס די פירשאפט פין די בית השחיטה זאגט אז מזאל נישט ניצן קיין קאטשקע פלייש אין די אין איך ווייסן פין וואס ממאכט די קאלד קאטס פין "אלע" שיקלעך וואס בלייבט איבער אפשר קימט דארט אויך אן פין די קאטשקע פליישן
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2010 17:34 |
|
| |
סקאטמאלן מיט גערעכטער1 איך פאר ענק נייעס אז -גפן מיט הדר מיט גליקס מאכן אויך זייערע קעטשאפ מיט מייענעס אין די זעלבע פלענט, נו פארוואס זעט מען מענטשן איינער נעמט גפן איינער הדר איינער וכו' מ'וואלט געדארפט נעמן מכל הבא לידו ס'ווערט דאך במילא אלעס געפראסעסט אין איין פלענט, נאר וואס דען?  איינער קוקט אויפן ברענד נעים איינער אויפן הכשר איינער אויפן אדווערטייזמענט א.א.וו. דע פליישיגע פראדוקטן וואס האבן א לעיבל פון קרית יואל מיט איר צווייפלהאפטיגע השגחה, נישט קיין חילוק צו דאס איז איין דיסטריבעטער איין פלענט איין אינגרידיענט, דע לעיבל האט א פלעק און מענטשן מיידן דאס אויס, צו ס'שמעקט דיר יא צו נישט.
גערעכטער1 טענהט אז ס'איז נישט אמת ווייל ער קומט יעצט פון 11 גראסעריס, ער האט א פוינט און כ'מיין אז איך וועל טאקע מודה זיין צו אים.
|
|
|
|
|