בית פורומים כל העולם כולו

אפאלט דערלאנגט שאס פאר די זאליס איבערן בית החיים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/1/2010 16:47 לינק ישיר 
אפאלט דערלאנגט שאס פאר די זאליס איבערן בית החיים

אין גאר פרייליכע נייעס היינט איבער גאנץ סאטמאר איז אויף גענימען געווארן
אז די אפלאט האט ארויס געווארפן די זאליס פארלאנג איבער די בעלות איבער סאטמאר ובפרט איבערן הייליגען בית החיים.

אין די בית החיים וועט בלייבן ביי סאטמאר ביז משיח'ס טאג.

די אפאלט שרייבט קלאר אז אמברזיא'ס פסק בלייבט אין די זאליס זענען נישט שטאוטסקווא איבער סאטמאר.

ווי פארשטענדילך זענעון די זאליס ווידער אין זייער טיפע מרה שחורה אין די מרי לב וועלן ווייטער שלעטן אין זידען.

נישט פארגעסן די זאלי'ס שמחה פאר אפאר מינוט אז דאס מאל גייען זיי עס מאכן ווייל קעוועלא האט זיך אפגעזאגט.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 22/01/2010 16:51:27




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/1/2010 17:16 לינק ישיר 

דאס הייסט אז די ארונים קענען אויך דורכדעם איינקעשן עפעס א בנין וכדומה? אדער אלעס בלייבט ביים היצטיגן מצב?

גייט מען טאקע אננעמען דעם דין פון תפוס לא מפקינן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 17:34 לינק ישיר 

ארגינעלער, דאס אז עס גייט בלייבן די ארונים'ס ביז משיח'ס טאג שטייט אויך דארט? ווייל ראדני האט אויך געזאלט בלייבן פאר די ארונים ביז משיחס טאג. אין די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם איז דא אזא זאך וואס הייסט אפיעלן, און אין ניו יארק איז דא אזא זאך וואס הייסט "אלבעני".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 17:51 לינק ישיר 

http://www.nycourts.gov/reporter/3dseries/2010/2010_00467.htm



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 18:51 לינק ישיר 

לעקסינגטאן כתב:
דאס הייסט אז די ארונים קענען אויך דורכדעם איינקעשן עפעס א בנין וכדומה? אדער אלעס בלייבט ביים היצטיגן מצב?
גייט מען טאקע אננעמען דעם דין פון תפוס לא מפקינן?


אויף בנינים וועלן מיר דארפען ווארטען ביז הגזל וועט באקומען א הירהור תשובה אין זיך שטעלן צו די''ת
אבער קיין מארגעטשעס אדער פערמיטס אד''ג קען ער נישט ארויסנעמען אויף קיין איינס פין אינזערע בנינים, ווייל ער איז קיינמאל נישט געווארען קלאר געשטעלטל אלס בעה''ב אין געריכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2010 19:21 לינק ישיר 

למעשה די פסק אויף וואס די זאליס רייסן זיך די האר פין קאפ האט שוין ר' שמואל ווידער שליט"א פאר אויס געזעהן תיכף נאך באראש'ס פסק אז די זאליס זענען נישט בעל בית אין סאטמאר.

הערשט נאך אכט יאר זענען די זאליס געוואיר געווארן די אמת'דיגע פאקטן.
 
מען בעט זייער ווער עס קען זאל אנקאלן שמשון יאנקל גאלד אין איבער לאזן א מעסיזש נאר די ווערטער " א גוט שבת " אין נישט מער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/1/2010 20:37 לינק ישיר 

כאף אז מיסטער YESWECAN3 וועט אונז אי"ה דאס מאהל אויך נישט אנטוישן און קומען מיט גרויסע רויטע אויתיות מסביר זיין אז ס'שטותים און אין "לאנג טורם" גייען עס די זאלי'ס צוריקהאבן...

"אלעס בלייבט ביים אלטן"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 20:44 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פארוואס קיינער האט נישט באמערקט דעם קידוש שם שמים.

דער צד ההולכים בערכאות פארלירט אלעמאל.

צי ס'איז די אהרונים אדער זאלונים.

העברת פי השם אין בו הצלחה. דאס איז געזאגט געווארן פאר ביידע זייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 21:11 לינק ישיר 
לחיבת הענין וועלן מיר מעתיק זיין די זיסע נביאות


סמל אישי
נשלח ב-14/10/2009 06:42לינק ישיר 
פסק פין די אפאלט בקרוב...

איך ווייס אז די ארונים גייען לאכען וואס איך זאג יעצט..אבער סגייט מיך נישט אן...איך וויל אבער זיין אויף די רעקארד אז איך ווייס איך רעדט...אין נישט נאכדעם זאל יענקעלע קימען זאגען נעה.. איך האב נאר  צופעליג  צי געטראפען...איך קע קיין סך נישט רעדען, ממילא וועל איך עס מאכען בקיצור..אזוי יעדער ווייסט האבען די זאליס געבעטען פין ריכטער אבריוזיא אז נאר זיי זאלען
 
זיך קענען ריפען קהל יטב לב אין נישט די ארונים, אין ער האט געפאסקענט אז ער קען זיך נישט אריין מישען אין ער האט געזאגט אז א יעדער מעג זיך ריפען קהל יטב לב אבער דא איז ער געגאנגען א טריט ווייטער אין ער האט געזאגט נישט נאר וואס די ארונים מעגען זיך אויך ריפען קהל יטב לב...נאר סאיז אויך נישט דא א סטאטיס קווא..ניסח רויזנוואסער..טאמעוואטע
 
דעס האט באראש געמיינט,,, דעס האט די אפאלט קארט געמיינט,,, איי די אפאלט האט קלאר געזאגט אז די מענידשמענט וואס פירט אן מיט קהילה פין 2001 בלייבט אין קראפט אין מען קען גארנישט טוישען...אין דאס איז קלאר אז דאס איז ר' יענקעל קאהן..אבער די תירץ איז ווייטער נא פירט אויס אלע ציזאמען?............חלה..דע...קעל...,  איז לויט מיינע סארסעס..גייט די

אפאלט קארט מאדיפייען די פסק פין ריכטער אמברויזא אין זאגען אז די ארונים מעגען זיך אויך ריפן קהל יטב לב ווייל קארט קען זיך נישט אריין מישען, אבער דאס איז קלאר אז אין קהל יטב לב האט א סטאטיס קווא..אין אלע נכסים וואס זענען געווען ביי די קאהן
פעקשען ביז 2001 בלייבט ביי די קאהן פעקשען, דאס מיינט ארונים פארלירען די בית החיים איבער נאכט,,, יא יא זיי קענען זיך
 
אויך ריפען קהל יטב לב אזוי סאיז דא 4 ספינקעס..אבער דעס איז זיכער אז איין ספינקע קען נישט צי נעמען די נכסים פין די אנדערע ספינקע ווייל זיי הייסען אויך ספינקע...איך וויל מיט דעם ענדיגען איך ווייס אז די ארונים וועלען לאכען אבער איך מאך מיך גאר וויינג צי טיען פין זיי איך וויל נאר אז יעדער זאל פארצייכענען וואס יעס ווי קען האט געזאגט ג' בראשית תשע''

 



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 14/10/2009 7:03:57






עד כאן זיינע זיסע רייד...

קאמענטארן איבעריג..




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/1/2010 21:27 לינק ישיר 

לאמיר האפן אז די כת מסרבים לדין והולכים בערכאות העולמי וועלן יעצט נאכן ווידעראמאל פארלירן אין געריכט, זיך בארעכענען און וועלן איינזעהן אז מיט הרמת יד זיין בתורת משה קומט מען אין ערגעץ נישט אן, און וועלן זיך שוין ענדליך ברעכן, און מסכים זיין זיך צו שטעלן צו דין תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/1/2010 21:42 לינק ישיר 

Ziskeit כתב:
איך ווייס נישט פארוואס קיינער האט נישט באמערקט דעם קידוש שם שמים.

דער צד ההולכים בערכאות פארלירט אלעמאל.

צי ס'איז די אהרונים אדער זאלונים.

העברת פי השם אין בו הצלחה. דאס איז געזאגט געווארן פאר ביידע זייטן.

אין האלט אינגאנצען אוואו דיר, איך האף אז ביידע זייטען זאלען דאס איינזען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/1/2010 22:12 לינק ישיר 

ווי אזוי האט שאול פערלשטיין געזאגט " אלעס בלייבט ביים אלטן "

איין זאך איז זיכער דער פערלשטיין איז געבליבן אן אלטער נער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/1/2010 21:30 לינק ישיר 

איינער ווייסט עפעס אינפארמאציע אויף ווייטער?

גייען די זאלונים אפיעלן דעם פסק אין העכערן געריכט?

קענען די ארונים עפעס איינקעשן דעם פסק אז די זאלונים זענען נישט סטאטוס קווא?

פלאנען זיי עפעס?

וועט דער פסק טוישן עפעס אויף למעשה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2010 21:42 לינק ישיר 

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!

עס איז נישט דא די ווערטער ארויס צוברענגען די שמחה און הודאה פון אנ"ש תלמידי חסידי סאטמאר, אויף די גרויסע חסדים פונעם געווינס וואס די אפילאט האט געגבען פאר ק"ק סאטמאר.

מיטן פילן מויל קען מען זאגן!

זייט אנהייב די מחלוקה האבן די זאליס נאך נישט געכאפט אזא מעכטיגער דורכפאל ווי זיי האבן איצט געכאפט פונעם אפילאט!!!


וואס מיט דעם פסק איז קלאר געשטעלט געווארן!

אז די זאליס האבן נישט קיין קום ליגאלע בעלות אויף קיין שום נסך פון קהל יטב לב דסאטמאר!!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף ביהמ"ד ראדני!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף ביהמ"ד החדש ווילסאן!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף ביהמ"ד קליימער!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף ביהמ"ד תהלת יואל!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף ביהמ"ד זופניק!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף בית מרן ברך משה זי"ע!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף ביהמ"ד 500 בעדפארד!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף די מקוה טהרה!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף די 4 קעמפס!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף די מצה בעקעריי!

קיין שום ליגאלע בעלות אויף די 82 בוטשער!

וכו' וכו'

ועל כולם קיין שום ליגאלע בעלות אפען בית החיים דקהל יטב לב דסאטמאר אין קרית יואל!

און מיט דעם איז אפגעראטעוועט געווארן און פארזיכערט די בית החיים אין די הייליגע ציון פון רביה"ק מרן בעל דברי יואל זי"ע, ומרן בעל ברך משה זי"ע!!

אלע חלומות און דמיונות וואס די זאליס האבן איינגערעדט זייערע קלעבער אז זיי גייען צוריק האבן די בית החיים, מארגן... באלד... נעקסטע וואך... אפילאט... אלעס בלייבט ביים אלטן... אלעס האט געפלאצט ווי א זייפן בלאז!!

ה ו ד ו   ל ה '   כ י   ט ו ב   ל ע ו ל ם   ח ס ד ו ! ! !

פון די אנדערע זייט גייט מכת חושך די וואך ביי די זאליס, זיי זענען צושאסען אויף שטיקער, רז"ל אליין איז אין מרה שחורה, ער ציטערט וואס גייט זיין ווייטער, אזוי ווייט אז ער האט היינט געריפען א מיטונג ווי ער האט געזאגט דארט אז ער וועט מן הסתם מיזן אויפגעבן זיין נסיעה קיין א"י, ווייל ער האט מורא אז בשעת ער וועט אוועק פארן וועלן די אהרונים אלעס צוריק פארכאפען!

די זאליס קענען זיך נישט צוזאם קלויבען פון דעם מעכטיגען דורכפאל וואס זיי האבן זיך אליין געברענגט, נאכן קלאגען קהלתינו הק' אין קארט אן קיין שום רשות בי"ד, איינער ווארפט די שולד אפען צוויטען, שלום דייטש איז די וואך שבת מיאוס באשייגעצט געווארן דורך די זאליס, זיי האבן אים געשריגען צו מאכן פייפס קענסטו אפשר, קריך אראפ פון אונז!

יעקב בער הייבט נישט אויף קיין טעלעפאן זייט פרייטאג, די זאליס ווילן אים צורייסען אויף שטיקער, ווייל ער איז געווען די קאפ שטיק, און דא האט ער דערליווערט אויף א גאלדענעם טאץ פאר די אהרונים אזא מעכטיגער געווינס, און אזא מעכטיגער דורכפאל פאר די זאליס.

עס איז חושך ואפילה ביי די זאליס, ווי תשעה באב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2010 21:54 לינק ישיר 

אוי פליז! הער שוין אויף מיט די זיסע סטארי'ס וואס ס'שפילט זיך אלס אפ ביי די זאלי'ס... לאז אפ נאן סענס און רעד תכלית, ס'טוישט למעשה עפעס צו נישט?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2010 21:59 לינק ישיר 

איצט א ווארט איבערן פסק, און וואס איז דא געשעהן.

די זאליס האבן באקומען פון ריכטער באראש א צעטיל פאר 10 יאר צוריק ווען די קארט האט זיך אנגעהויבען אז די טעגליכע אפערעשאנס פירן דערווייל די זאליס.

מיט דעם צעטיל זענען זיי ארום געלאפען די לעצטע 10 יאר צו די פאליס, אין קארט, בילדונג דיפארמענט, גאווערמענט וכו', און געשריגען אז מען ווייסט טאקע נישט וועס עס איז בעל הבית, אבער זיי האבן די שטאוטס קווא, ממילא ווילאנג מען ווייסט נישט ווער עס איז דבעל הבית זענען זיי בעל הבית פון קהל יטב לב אלס שטאוטס קווא.

עס האט גוט געארבעט פאר די זאליס, די אהרונים האבן געשריגען ניין, אז זיי האבן מער נישט די שטאוטס קווא, ווייל נאך א פסק ווערט בטל די שטאוטס קווא, ממיטלא נאכן פסק פון באראש איז בטל געווארן די שטאוטס קווא בעלות, אבער זיי האבן גערעדט צו טויבע אויערן, יעדער האט געזאגט די זאליס האבן א פאפיר פון א ריכטער שווארץ אויף ווייס, ברענג די א פאפיר וואס זאגט קלאר אז דאס איז בטל.

די אהרונים זענען געווען פארלוירען און געזעהן די טויט פאר די אויגן, דער בלאט האט מען געשריבען קלאר אז דאס מיינט די פסק פון באראש, אז די זאליס זענען נישט בעל הבית, אבער יעדער האט געלאכט פון דער בלאט, און אוודאי האבן די פאליס, פאלעטישענס וכו' געלאכט.

פלוצלינג!

ווי א ישועה מן השמים!!

נישט צום גלייבען, די זאליס גראבן זיך דעם אייגענעם טויט גריב!!!

בור כרה ויחפרהו!!!

די זאליס מיט זייערע חוצפה ועקירת התורה, זענען געגאנגען אין קארט קלאגען די אהרונים אז אזוי ווי באראש האט זיי געגעבען די שטאוטס קווא, זאל די קארט קלאר שטעלען אז נאר זיי מעגן זיך ריפען קהל יטב לב, און נאר זיי מעגן טאן מיט די בנינים אלעס.

איז געקומען די קארט איצט און גענומען א פעדער און אראפ געטראסקעט אן אטאם באמבע!!

געשריבען שווארץ אויף ווייס, כתוב וחתום, ווי זיי שרייבען קלאר ניין און נאכמאל ניין!!!

דאס וואס די זאליס זאגן אז די קארט אז זיי געבען די שטאוטס קווא בעלות איז שקר!!!

זיי האבן נישט קיין שום שטאוטס קווא בעלות!!!

זיי האבן נישט קיין שום ליגאלע בעלות!!

ארויסגעשריבען קלאר און דייטליך, נישט די זאליס זאלן קענען ווייטער דרייען אהער און אהין אז זיי זענען בעל הבית, נאר ארויסגעשריבען מיט די קלארסטע ווערטער!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אפאלט דערלאנגט שאס פאר די זאליס איבערן בית החיים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext