בית פורומים כל העולם כולו

אפאלט דערלאנגט שאס פאר די זאליס איבערן בית החיים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/1/2010 22:01 לינק ישיר 

למעשה  קען מען אפשטעלן דאס בויען די ניי בית מדרש אויף ראסס סטריט ??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2010 22:28 לינק ישיר 

זעלבסט פארשטענדליך, וואס מען קען טוהן און וואס מען גייט טוהן
וועט מען געוויס נישט דיסקאסן דא אויף היידפארק, ווער עס ווייסט
דער שרייבט נישט און דער וואס שרייבט דער ווייסט נישט, אבער דאס
איז קלאר אז די הויעכע זאלי שישקעס ווייסן זייער גיט וואס מען קען
אלץ טוהן מיט דעם פסק, און זיי זענען זייער פארצווייפלט, (מילד געזאגט),
זיי וועלן גאנץ זיכער אריין געבן א נאטיס אוף אפיעל פאר העכסטן קארט
אוף אפיעלס אין ניו יארק סטעיט, אין זיי וועלן דאס שלעפן ווי לאנג זיי 
קענען, ווייל נאר דאס האלט נאך זייערע קוהעלעך צוזאם, און ווען דער
קארט אוף אפיעלס וועט דאס נישט וועלן אנעמען וועלן זיי אנהייבן צו
סטראשן מיט פעדעראל קארט צו בארוהיגן זייערע קעלבלעך, און ביני
לביני וועלן די אהרונים טוהן וואס זיי דארפן צו טוהן, ובשם השם נעשה
ונצליח, און אולי ואולי וועלן די זאליס מחליט זיין אז גענוג איז גענוג, און זיי
וועלן מסכים זיין צו בוררות ויקוב הדין את ההר, ויתקדש שם שמים 
על ידינו. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2010 22:30 לינק ישיר 

לאמיר זאגן לי יצוייר די אהרונים פאבריקאדירן זיך אין סיי וועלעכען בנין וואס די זאליס אקופירן היצט. צו למשל איינע פון די אלטע מחנות רב טוב וואס כמיין סאיז אינטער קהל יטב לב'ס נאמען. וועט פאליציי זיי נישט קענען ארויספירן פון דארט אזוי ווי שמיני עצרת נאך ראזענוואסערס פסק?


כמיין צו פרעגן. וואס איז אין אזא פאל די פליכט פון די פאליציי קרעפטן? 
קענען דאן די זאליס אנדרייען דורך משה דוד נידריגמאן אזוי ווי שמיני עצרת אז די פאליציי זאל אינטערווענירן לטובתם? 
אדער אצינד מוזן די פאליציי שטיין מיטן צונג אינדרויסן און לאזן דעם אקופירער צופארבלייבן אינעם געביידע?

צו זענען זיי מחוייב אפצושטעלן שלעגערייען אינערהאלב אזא סצענע? 
און וואס קענען זיי טון אפצושטעלן אזאנס?
קענען זיי ארויסטראסקענען למשל נאר די ארונים אזוי לעצטע שמיני עצרת ווי זיי האבן געמאכט רעישעל פראפיילינג? 
אדער זיי מוזן למשל אינגאנצן אפשפארן ס'פלאץ כדי אפצושטעלן מהומות און זיי האבן נישט קיין רעכט צו געבן א אויבערהאנט צו קיין שום צד???

רבותי ווער קען מפענח זיין די אלע פראגעס? דער עולם וויל וויסן!! 


תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 24/01/2010 22:33:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2010 00:15 לינק ישיר 

איך זיך שאול פערלשטיין איינער ווייסט ווי מען קען אים טרעפן?

אלעס בלייבט ביים אלטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/1/2010 00:23 לינק ישיר 

תכל'ס ווען גייען מיר אריין צוריק אין ראדני?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 00:39 לינק ישיר 

יענקעלע11 כתב:
זעלבסט פארשטענדליך, וואס מען קען טוהן און וואס מען גייט טוהן
וועט מען געוויס נישט דיסקאסן דא אויף היידפארק, ווער עס ווייסט
דער שרייבט נישט און דער וואס שרייבט דער ווייסט נישט, אבער דאס
איז קלאר אז די הויעכע זאלי שישקעס ווייסן זייער גיט וואס מען קען
אלץ טוהן מיט דעם פסק, און זיי זענען זייער פארצווייפלט, (מילד געזאגט),
זיי וועלן גאנץ זיכער אריין געבן א נאטיס אוף אפיעל פאר העכסטן קארט
אוף אפיעלס אין ניו יארק סטעיט, אין זיי וועלן דאס שלעפן ווי לאנג זיי 
קענען, ווייל נאר דאס האלט נאך זייערע קוהעלעך צוזאם, און ווען דער
קארט אוף אפיעלס וועט דאס נישט וועלן אנעמען וועלן זיי אנהייבן צו
סטראשן מיט פעדעראל קארט צו בארוהיגן זייערע קעלבלעך, און ביני
לביני וועלן די אהרונים טוהן וואס זיי דארפן צו טוהן, ובשם השם נעשה
ונצליח, און אולי ואולי וועלן די זאליס מחליט זיין אז גענוג איז גענוג, און זיי
וועלן מסכים זיין צו בוררות ויקוב הדין את ההר, ויתקדש שם שמים 
על ידינו. 


ותו לא מידי
אויב איינער רעדט יא, מיינט עס אדער איז ער זאלי ווי יעס ווי קען כו' אדער איז ער א בעקער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2010 20:02 לינק ישיר 

מען קען ריפען דעם פארלאפענעם דינסטאג בא ד' שבט, די טאג וואס די אפילאט ריכטער האבן אונטער געשריבען די פסק, יום הצלת של מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ויום הצלת מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.

אין דעם טאג איז געראטעוועט געווארן די הייליגע ציונים הקדושים פון רבותינו הק' זי"ע.

כ"א כסלו תש"ד איז רביה"ק זי"ע געראטעוועט געווארן בחיים חיותו!

ד' שבת תש"ע איז רביה"ק זי"ע געראטעוועט געווארן לאחר הסתלקותו!

געראטעוועט געווארן אז די רשעים מסרבים לדין מוסרים ומלשינים, זאלן נישט האבן קיין שום שליטה אויף זיין קבר, ובפרט זאל זיין קבר נישט ווערן א מערת קאלבאך, מיט ענגלישע קוויטלעך אזוי ווי די זייער פינסטערע פלאן איז געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2010 20:12 לינק ישיר 

טענות ומענות ארויף און אראפן אהין און צוריק, יעדעק קען אויסברעכן זיינע רצונות און מחשבות גענוג געוון מיט אלע הבטחות און דעיט'ס

תכלס... ווען גייען מיר זען ר' אהרן אדער זיין זין דאווענען אין ראדני?

 

ביטע נישט אטאקירן קיין פריוואטע ניקס

תוקן על ידי נפל ב- 26/01/2010 20:17:59




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/01/2010 21:17:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 20:23 לינק ישיר 

נפל'ע, כאף אז דאס וועט פאסירן נאך פאר עטס וועטס האבן דעם בית החיים - אזוי ווי דער קלארער הבטחה פון ענקער'ס א פערזענליכקייט שאון פערלשטיין - און נישט סתם א הייד פארק שרייבער פראדיקטער, און נאך איידער מענדל שווימער וועט זיין אין אפיס פון יו טי עי אפ בארא פארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 21:07 לינק ישיר 

ביטע נישט אטאקירן קיין פריוואטע ניקס



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/01/2010 21:17:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2010 01:51 לינק ישיר 

ס'איז אביסל אינטרעסאנט צי זען וויאזוי די זלויניסטישע קליקע, טרייען געוואר צי ווערען אין דערשנאפען וואס סאטמער פלאנט אין גייט טיען נאכדעם וואס די קארט סיסטעם האט קלאר ארויס געשריבען אין געפאסקענט, אז די זלויניס זענען נישט סטאטעס קווא אויף די בילדינגס וואס זיי האבען פארכאפט פון סאטמאר פאר בערך אכט צען יאר ציריק.  בפרט דא אויפען פארק האלטען עס זייערע ניקס אין איין פרעגען ,כלומר'שט באזארגטערהייט,אויב סאטמאר וויל אין פלאנט נאך ציריק גיין אין זייערע בנינים וואס די כת המסרבים האבען באוויזען אוועק צי רויבען פון זיי, אין במשך  די לעצטע יארען.  

וויל מען זיי זאגען ניין, מיר ווילען נישט ציריק אונזער בתי מדרשים אין בנינים, וואס מיר האבען אריינגעלייגט אונזער לייב אין לעבען און אפגעהארעוועטע ביסען פון מויל.-אזוי ווי יעצט ביי די מקוה-  כדי ציזאם שטעלען שווערע מיליאנען מיט אונזער בלוט און שווייס.
 נע מיר ווילען אז אפאר אנ'געפרעס'נע יחידם א. ג. עשירים זאלען קענען זיצען דערויף אין פארמאגיזשען די אלע בילדינגס פאר זייערע נארישע אינטערעסן, פארוואס זאלען עפעס די סאטמארע ראשי קהלה וועלען ציריק די גניבה -וואס א פינסטערע כת עזות פנימ'ר האט פארכאפט- פון די ציבור.
פארקערט מיר ווילען בלייבען אויפען גאס אן גארנישט, אן קיין איין איין בנין וואס ס'בלאנגט פאר אונז

אין נאכמער אפי' סאטמאר האט נאך יא א ערענסטע האפענוג ציריק צי באקומען זייער גזילה אין זיי האבען עס קיינמאל נישט אויפגעגעבן, אין זיי וואלטען ווען אלץ געשריגען געוואלד אונז זענען מיר דאס נישט מוחל בשום אין אופן, אין ווער ס'באנצט זיך מיט די בנינים,  ווי למשל מיט די מצה בעקעריי, באניצט זיך מיט גניבה גזילה אין ס'איז א שאלה פון מצה גזילה, בעצם ליל פסח,
וואלט עס נאך אלץ נישט געהאלפען ווייל די כת וואלט אפגעשפעט פון אונזער וויי געשריי אין ביטער ליצנות געמאכט היתכן סאטמאר איז אזוי משוגע אין ווילען  נישט מוחל זיין די גניבה אין זיי שרייען נאך מצה גזולה וכד' זייט ווען הייסט גזולה אז אינגעלייט באצאלען טויזענט צוויי טויזענט דאלער (בימים ההם) פאר זיצען-געלט אדער נאך מער געלט, פארן קרן הבנין, אין מ'טרייבט זיי ארויס  ווי הינט (מיט הינט) פון דארטען, דאס הייסט דען גניבה וגזילה, אין זיי וואלטען ווי זייער שטייגער זיך גענומען קארמען אין אנשטאפען מיט ליצנות זייערע קעלבלעך, אז זיי זאלען זיך נישט דערוואגען צי באצאלען פאר די גניבה אז ס'זאל נישט זיין מצה גזולה.

שוין זאל זיין אז סאטמאר האט נישט אויפגעגעבן אין זיי שרייען יא גניבה וגזילה טראץ דעם וואס די כת מסרבים מאכען ליצנות אין שפעט ווען מ'שרייט מצה גזולה סוכה גזולה,
  אבער וויאזוי וויל די כת אז מיר זאלען זיך קענען פארמעסטן, מיט אזאלעכע פעסטע קאנעקשנס וואס דייטש פון סטאלין, מענצער פון פאפא, גאלדבערגער פון פאפא, אין נידער מאן פון צעלים האבען. אין זיי ארבעטען דאך פאר די כת אנציהאלטען די גניבה.
וויאזוי קען מען  אפי' טראכטען צי געווינען עלעמענטן וואס בשעת מ'טראסקעט דיך ארויס פון בית מדרש שמיני עצרת -א פלאץ ווי סאטמער דאווענט שוין דארטען זייט די בית מדרש שטייט (ווער דען האט געדאווענט דארטען 40 יאר מענצער פון פאפא?) א פלאץ ווי די אידען האבען שופך שיח געווען אין פארגאסען טייכען טרערען די ימים נוראים, אין הקפות, א יאר פארדעם צוויי יאר פארדעם דריי יאר אין צען צוואנציג פערציג יארן, יאר נאך יאר אין א צי,- אין ווען מען טראסקעט זיי ארויס מיט די גרעסטע אכזריות אינמיטען א שלאקס רעגן מיט אידישע, אין גויאישע שווארצע שלעגער, מיט מכות רצח,
 מ'טראסקעט זיי ארויס מיט הינט אין רציחה חילול יו"ט רח"ל, אין זיי -סאטמאר- זענען נאך שילדיג פארוואס די כת האט געפליקט אין ג'רצח'ט זיך  נישט אפשטעלנדיג פאר גארנישט ,אין שילדיג פארוואס די כת האט מחלל יו"ט געווען   רח"ל .
אין זיי, די סאטמארע מתפללים, זענען זיך גאר אריינגעקומען פליצלינג אין זיך איינגעבראכען נישט מיר נישט דיר  אין א פרעמדע שול פון איין מינוט אויפען צווייטען.
עטץ פארשטייטס שוין מ'קען זיך נישט שלאגען מיט אזא מעכטיגע ארגענזירטע באנדע וואס ווארפען אן א פחד אויף אלע ריכטער'ס אין פאלעטישענס אין די גרעטיער ניו יארק עריע, אזש ביז די. סי. פרעג'ץ זיי אליינס צי זיי האבען שוין אמאל פארלוירען איין קארט, זיי וועלען תיכף ענטפערען ניין.
נא, די זאלוינישע ניקס ווילען שטארק וויסען וואס סאטמאר גייט טיען ס'קוקט נישט אויס ווי מיר קענען זיך שלאגען מיט אזאלעכע מעכטיגע טעראריסטען, א באנדע וואס האט נאך קיינמעל קיינמאל פארלוירען עפעס, אין סאטאמר האלט אין איין פארלירען, נאר זיי שרייען נעבעך פון מאל צי מאל אז זיי געווינען,
יא זאלויניסטען ענטץ קענטץ ענק בארואיגען אונז וועלען זיך ווייטער דרייען אין טענט'ס (אונז זענען מיר עפעס נישט ציגעוואוינט זיך צי דרייען אין בונקערס) יא אונז קענען ביישטיין זיך צי דרייען אויף די גאס אין ציקוקען ווי אזוי אונזערע בנינים ובראשם די נייע בית מדרש פוסטעווען אפ שוין צען יאר. צוליב נארישע אינטערעסען.
ס'וועט אונז נישט העלפען אפי' א פסק פון א נ.י. סטעט סופרים ריכטער.
עטץ קענטץ שלאפען רואיג אין אפי' מ'וועט יא עפעס שרייען וועט עס נאר זיין חי שעה.
 אונז פארשטייען אינגאנצען נישט פארוואס עטץ ווערט'ץ בכלל אנגעצויגען פון עפעס א פסק, פון עפעס ריכטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2010 02:35 לינק ישיר 

מעכיעלע שלעזינגער זאגט אז ס'טוט אים נישט אזוי אז די אהרונים האבן פארכאפט דעם רבי'ן ז"ל
ווי מען האט פארכאפט די אלטע רעבעצין.
 
מעכעלע די ווייטאג איז גרויס אין פריש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אפאלט דערלאנגט שאס פאר די זאליס איבערן בית החיים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.