בית פורומים כל העולם כולו

אכן נודע הדבר: די קאטשקע איז ארויס פון זאק!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/1/2010 05:18 לינק ישיר 
אכן נודע הדבר: די קאטשקע איז ארויס פון זאק!

[טראץ וואס ס'איז שוין דא אן אנדער אשכול דערוועגן האלט איך אז ס'דארף זיין אן אשכול ספעציעל איבער די געשיכטע און די שרעקליכע זאלי שקרים, איך וויל דא אויך אריבערלייגן די תגובה פון רעביאנקעל וואס איך מיין אז ס'קומט נישט אין יענעם אשכול. אויב דער מנהל האלט אנדערש קען ער אריינלייגן מיין תגובה אין עקזיסטירנדן אשכול]

 

באמת האב איך זיך אביסל געוואונדערט ווען עס איז געבוירן געווארן דער טומל ארום די קאטשקעס. כ'ווייס אז געווענליך ווען די זאליס מוזן אין איילעניש געבוירן א סקאנדאל האט עס א שייכות מיט עפעס א גראנדיעזן סוקסעס אין סאטמאר, אזויווי צב"ש די פרשה מיט צומת הגידין וואס איז שוין אלט געווען עטליכע חדשים בעפאר די זאליס האבן מחדש געווען זייער בלבול, אן עלילה וואס איז באשאפן געווארן אין דירעקטער פארברייטונג צו די היסטארישע עפענונג פון די נייע שחיטה אין טעקסאס מיט אלע אירע חומרות והידורים בעניני כשרות החמורים, ועוד כהנה וכהנה.

 

אבער יעצט האב איך נישט געזען אויבנאויף די מורא'דיגע ספעציעלע סוקסעס וואס סאטמאר זאל האבן, אדער זיך רישן צו, באקומען אין דער נאנטער צוקונפט. כ'האב שפאקולירט צי ס'איז א נקמה אקציע אויף דאס אפשפארן פון דעם עלצטן מושב ליצים אין סאטמאר לע"נ די רעבעצין זת"ע, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די זאליס זאלן דערפאר ערקלערן נקמה, נאך אלעם האבן זיי גוט הנאה געהאט אז זייערע קאנקורענטן אין בני יואל האבן געכאפט אזא קנאקעדיגן פליק.

 

צוערשט האב איך געקלערט ביי מיר אז ס'איז סתם א קינדער שפיל פון דעם אלעמען באקאנטן ר' יצחק שטיין, איינער וואס פרובירט מיט אלע כוחות שוין לאנגע יארן צו ווערן אנגענומען אין די כשרות וועלט – מיט שוואכער ערפאלג, און מוז דערפאר יעדע שטיק צייט פאבריצירן א פרישע 'שערוריא' אבי מ'זאל הערן פון אים. כאטש וואס בדרך כלל שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט מער ווי א שטורעם אין א 'האט קאפ' פון 'פאלם אויל'. ווי אויך האט די טעקסאס שחיטה היפש אריינגעשניטן אין די פרנסה פון זיינע בעלי בתים, וואס האט אים געצווינגען צו מאכן א נייע מערכה, און די זאליס האבן זיך סתם ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון ארונטעררייסן יעדע זאך וואס האט דאס מינדסטע שייכות מיט סאטמאר.

 

ביז ס'איז מיר היינט פערצופאל אנגעקומען דער איד פון פאריגע וואך.

 

המשך יבא בע"ה.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 05:19 לינק ישיר 

#2

 

דער איד הייבט זיך אן מיט א לאנגן בירור פון ר' יצחק שטיין איבער דעם 'איסור פון עסן מוסקאווי' עופות, וואו דער לץ טרויעט זיך נישט ארויסצוזאגן בפירוש דעם גראבן ליגנט כאילו מ'האט געשאכטן אין קר"י מוסקאווי – דאס לאזט ער נאר איבער פארן "מכה רעהו בסתר", דורך ארומלויפן שטילערהייט אריינרוימען אין די אויערן פאר כל צרי וכל זב וואס איז אים נאך גרייט אויסצוהערן, איבער 'די שרעקליכע פירצה' וואס איז פארגעקומען אין קר"י.

 

פארשטייט זיך אז דער לץ פארגעסט חלילה נישט אנצעווייזן אז "פנו אלינו הרבה ארגוני כשרות ורבנים מכשירים מפה ארה"ב ומשאר ארצות ברחבי תבל"... פירושים זענען איבריג, א ריכטיגער קאנקורענט מיט ר' יצחק מאנדל פון קר"י (אן ענליכער משוגענער מיט ענליכע חלומות).

 

דערנאך איז מצא מין את מינו ווען דער אראפגעקלערטער משכיל משה לייב דייטש שטעלט זיך צוזאם מיט זיין חבר ר' יצחק שטיין אראפצורייסן דעם בית השחיטה, ער האט כאטש אזויפיל זעלבסט רעספעקט יא ארויסצוקומען זאגן ברבים פונקטליך וואס ער וויל דא. אבער מאדנע, דרייסיג מאל חזר'ט ער איבער אז דער הכשר איז אפגעפרעגט ווייל קיין איין רב שטעלט זיך נישט אפן ארויס אונטער דעם, פון די אנדערע זייט האט ער 'וואונדערליך צוגעטראפן' אז דער בית השחיטה און איר ווירטשאפט איז 'דירעקט פארבינדן מיט די כלליות'דיגע קרית יואל'ער פירערשאפט'. כיצד יתקיימו שניהם?

 

המשך יבא בע"ה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 05:21 לינק ישיר 

#3

 

דער עיקר באמבע קומט אבער ערשט אין מיטלסטן אפטיילונג, דארט האב איך זיך באגעגנט מיט א ריזיגן פול-זייטיגן קעפל וואס רופט אויס אין שרייענדיגע טענער נישט מער נישט ווייניגער, "גרעסערער פארלאנג אויף בוטשער סטאר דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל". אונטער גרויסע בילדער פון מוסקאווי און פעקין קאטשקעס קלאגט דער שרייבער אז דער מצב אין קרית יואל איז שוין געווארן אומדערטרעגליך. מ'קען פשוט נישט ארייננעמען א שטיקל פלייש אין מויל, און אלע קאטשקע-עסערס אין קרית יואל זענען נעבעך נכשל געווארן מיט דאס ארגסטע.

 

פאר מיר פערזענליך זענען די ווערטער געווען א אויסטערלישע דערלייכטערונג. איך האב שוין אנגעיאגט צו הערן פאריגן פרייטאג אז רז"ל אליינס האט גענומען לייגן שטארקן דרוק אויף מיעלמארט אז ער מוז אפשטעלן זיין צוזאמענארבעט מיט קרית יואל, כ'מיין, אויב ער קען נישט צושטעלן קיין פארלאנגען פון הידורים אין כשרות דארף ער כאטש ווייזן זיין 'כח' אין לעלוס און טעראריזם, בזמן שאין הקול קול יעקב אז הידים ידי עשו.

 

אבער די באמבאסטישע מעלדונג האט מיר פארענטפערט אלע מיינע קשיות. די גאנצע זאך מיינט געלט, געלט, און ווידער געלט. זיי ווילן עפענען א בוטשער אין קרית יואל, און ווי היסטאריע האט שוין געוויזן ביז היינט האט זיך יעדע איינציגע זאך וואס רז"ל האט געעפנט אליין אן צו גנב'נען פון אחיו הגדול ארויסגעשטעלט אלס קאלאסאלער דורכפאל, ספעציעל אין עיר הגדולה לאלקים די הייליגע שטאט קרית יואל, זענען די מענטשן דארט געווען גאר פארצווייפלט, וויאזוי טרעט מען צו אזא האקעלע אונטערנעמונג, ספעציעל נאך וואס דער בוטשער סטאר אין ב"פ האט שוין געוויזן וואספארא קאפ וויי ס'קען זיין אויפצושטעלן א בוטשער סטאר וועמענס איינציגער ציל איז לקנתר.

 

יעצט איז זיי ענדליך אונטערגעקומען א גאלדענע געלעגנהייט. מ'קען זיך ארויפכאפן אויפן וואגן פונעם פאלטישאנער לץ און פארקאכן א קאשע. מ'וועט זיך נעמען וויינען אז ממש מ'האט נישט קיין כשר פלייש אין מויל צו נעמען. איי וואסאפארא שייכות האט א פראבלעם אין "בית השחיטה" מיט אויפשטעלן א "פלייש געשעפט"? צי האבן דען נישט זייערע מכלומר'שטע אחים לדיעה פון בני יואל פארמאגט ביז היינט א פלייש געשעפט?

 

איך שיהי'. איך וועל שוין קענען שלאפן רואיגער ביינאכט, אז ער מיינט געלט איז דאך נישט שייך. ס'איז דאך באקאנט די געשיכטעלע אז א פרומער ציאניסט האט אויפגעהערט צו שטיצן סאטמאר נאך ווען רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז ארויסגעקומען מיט די שלש תשובות קעגן אתרוגי ארץ ישראל. א יאר שפעטער האט ער ווידער אנגעהויבן געלט, צו דער פארוואונדערונג פונעם משולח האט ער מסביר געווען אז ער האט געהערט אז ר' יוסף אשכנזי אליין האנדלט מיט אתרוגים, און אויב אזוי מיינט דאך דער גאנצער איסור נאר ביזנעס, און אויף דעם האט ער נישט קיין טענות.

 

ווען א איסור מיינט פלעין ביזנעס קען מען קיין טענות נישט האבן...

------------------

 

און אצינד א קורצער בליק אויף די פאקטן:

 

המשך יבא בע"ה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 05:27 לינק ישיר 

קודם וועל איך ציטירן פון רעביאנקעל אין אן אנדערן אשכול, וואס ער שרייבט מער ווייניגער דעם מציאות פונקט אזויווי איך האב דאס מברר געווען, און איך האלט אז ס'פארדינט א באזונדערן אשכול:

הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם

די טרוקענע מציאות אין קורצן

GG האט באשטעלט א טראק קאטשעקעס צו שעכטן פאר אינטערנעשענאל גלאט וועלכע שטייט אינטער די השגחה פין דעם אינטערנעט גאון

עס איז אנגעקועמן מאסקווי קאטשקעס וועלכע האט נישט קיין מסורה ווי די רמ''א פארלאנגט, די שוחטים האבען נישט געוויסט אויב מ'מעג עס שעכטן, אויך די משגיחים אין די אינטערנעט גאון וועלכע איז געווען אנוועזנד האבען נישט געוויסט.

ביז הרב אשר יעקב עקשטיין האט גערופן הרב נח גפן וועלכע האט געזאגט מ'זאל קוקען אויף די שנוב, אין פארשטייט זיך מ'האט עס אוועקגעשיקט.

די בעה''ב האט זיך פארענטפרט אז ער האט גענומען פינעם זעלבן פארעם ווי ק''י האט גענומען אין ער האט ניטעמאל געוויסט אז מ'דארף פארלאנגען וועלכע מין קאטשקע צו שיקען.

די זאלי'ס וועלכע זענען שוין לאנג כעסי'ג אויף די בית השחיטה וועלכע האט שטארק רעדיצירט זייער בוטשער אין וומ''ס האבען ארויסגעלאזט א שקר מיט די הילף פין דעם א'נעט גאון אז ''דער גוי האט געזאגט אז ק''י ניצט אייביג די זעלבע קאשטקע'ס אין זענען אייביג ציפרידען'', זיי לייגען צו א נאוט צום שקר, אז ס'שוין געווען א אסיפה מיט די בעלי מכשירים וועגן די אנדעקונג ביי סאטמערע רבי אין שטוב ,אין מ'האט מקיל געווען, אין יעדער זאל פרעגן זיין דיין.

די פאקט: די שוחטים זאגען קלאר אז זיי געדענקן קלאר זיי האבען אייביג נאר ג'שחט'ן פעיקין, די סטעיטמענטס פינעם פארעם באשטעטיגט עס, אין די גוי זאגט פאר יעדן אז די סיבה פארוואס ער האט געשיקט מוסקאווי פאר   GG
איז ציליב די בעה''ב וועלכע האט לעצטעס איבערגענומען די פלענט האט נישט געזאגט וועלכע קאטשקע ער וויל

די פאקטען שווימען ארויף אין די זאלי'ס מיט זייער א'נעט גאון בלייבן ללעג ולקלס

-----------------------

דער א'נעט גאון האט אנגעהויבן זיכען וועגן זיך צו פארטיידיגען אין אפשלאגען די נייעס אין דער בלאט וועלכע האט פארציילט בקיצור די א''ג מציאות.

ביז מאנטוג דערנאך האט דער א''ד א'נעט גאון געפינען א עורעור חדש מיט א פעקל קאשטקע פלייש ווי די קאליר פין די פעטן'ס איז טונקעלער, אין ער האט געטעהנה'ט אז געווענליכע פעיקין איז ליכטיגער.

ביינאכט: עס קומט פאר א אסיפה ביי הגאון ר' משולם אין שטוב, אינאיינעם מיט הגאון ר' געציל, דער א' נעט גאון אין הרב שטערן, ר' געציל שרייט אז די שוחטים האבען א נאמנות אין מ'דארף להלכה נישט חייש זיין, ווייל אפי' ס'איז מוסקאווי איז די גאנצע פראבעלם נאר מסורה, ווייל אין פאקט נעמען אן רוב פוסקים אז מוסקאווי האט אלע סימיני טהרה אין ס'געווען אפי' פלעצער ווי מ'פלעגט עס לכתחילה עסן, (די אלע דעטאלען אין פרוף ווערן שוין באהאנדעלט אין אנדערע אשכולות)

ר' משולם האט אבער געזאגט אז ער וויל עס שיקען צו א לעב צו זעהן וואס דאס איז, אין לויט אים קוקט עס אויס אז אין די העטשערי מישט די עופות אין דאס איז די סיבה פאר די טונקעלע קאליר (אויב אמת: האבען אלע פארעם'ס די פראבלעם) , אבער להלכה בלייבט עס מיט די חזקות כשרות אויף די נאמנות פין די שוחטים וכ'.

דינסטוג אינדערפרי האט סאטמערע רבי געזאגט ביי א קאנפרענץ קאל וועגן די נעכטיגע נושא מיט רבי געציל אין רבי משולם, אז וויבאלד די שחיטה איז אויף א זעלטן הויכע סטאנדארט, אין ער וויל נישט מכשיל זיין יודן אפי' מיט א ספק ספיקה, וויל ער אין א אויסטערלישע שריט מאכען א ריקאל,

הגאון רבי אפרים שמעון לייכטאג וועלכע איז אויך געווען אריינגעטוהן אין די פרשה זייענדיג די בעל מכשרים פין ב''פ בוטשער שרייט חי וקים, להלכה איז אלעס כשר וישר, אבער אז די רבי הייסט ציריקשיקען שיקט מען ציריק.

מיטוואך שפעט ביינאכט קומט ארויס א בריוו, פיל מיט אפענע שקרים אין שוידערליכע אמערעאצעס, פין צוויי זייטן וועלכע שרייבט אז וויבאלד מוסקאווי עסן מייזען אין ראטען (געבויט אויף א אינטערנעט זייטעל) איז עס א דורס......

עס איז כדי צו באמערקן אז מ'האט נאכנישט די רעזולטס פין די לעב וואס פאר א קאטשקע דאס איז, אין  ער האט דווקא ארויסגעגבן די בריוו פאר די רעזולטס קומען ארויס, ער האפט כאטש אויף חי' שעה

ער שרייבט צווישען אנדערע אז פאר'ן נציב אין דברי מלכיאל האט מען נישט געלאזט וויסען אז זיי זענען דורס אין וועגן דעם האבען זיי מתיר געווען די מוסקאווי {משא''כ דער א'נעט גאון ער האט יא געזעהן די אינטערנעט סוי ער ווייסט בעסער פינעם נציב... קאמענטארען זענען איבריג}

דער בריוו ווערט אויך אינטערגעשריבן מיט ציגעשריבענע ווערטער דורך ר' הגאון יחזקאל ראטה, מיטוואך 11:45 ביינאכט,

רעזאלטס: די קארלעסבורגע דיינים שעמען זיך ארויסצוגיין אין גאס, וואס מ'האט דא געטהון מיט הגאון ר' יחזקאל, אז ער האט אינטערגעריבן קעגן א פאקטישע מציאות (די אלע דעטאלען אין פרוף ווערן שוין באהאנדעלט אין אנדערע אשכולות)

לויט דעם, אז עסן מייזען אין ראטען מאכט די עוף פאר א דורס, ''טאר מען נישט עסן קיין טשיקען אדער טורקי'' ווייל מ'קען טרעפן אויף עטליכע אינטערנעט וועבסייט'ס אז טשיקען אין טורקיי עסן קלאר לעבעדיגע מייזען אין ראטען.

עס איז כדי צו באמערקן אז די זאלי'ס ווייסען זייער גיט די ליצנות פין דעם בריוו, אין דאס איז די סיבה פארוואס זיי האבען עס נאכנישט ארויפגעלייגט אויף זייער פארום, אין זיי צישפרייטען עס נישט ביז יעצט.

די אינטערנעט גאון האט קיינמאל נישט געמאכט קיין ריאקאל אויף די איבער 100 קאטשקעס וועלכע אינטערנעשענאל גלאט האט גענומען פין קרית יואל ג' ויגש....

יעצט ווארט מען אויף די רעזולטס פין די לעב,

מ'קען נישט וויסען קלאר ווילאנג עס קען נעמען, אבער האפענטליך וועט די ראזולטס זיין נאך די וואך.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/01/2010 19:28:25




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 05:36 לינק ישיר 

כ'וועל נאך צוריקקומען איינמאל מיט א קורצן סך הכל פון די פאקטן, אבער קודם מוז איך אנווייזן וואס רעביאנקעל שרייבט.

אין דעם מורא'דיגן בירור וואס ר' יצחק שטיין האט צוזאמגעשטעלט וועגן מוסקאווי, דארט וואו ער אליין האט מיט דריי וואכן צוריק נישט געהאט קיין השגה איבער א חילוק פון מוסקאווי און פעקין, ציטירט ער "מומחים" אז דער מוסקאווי איז אן עוף דורס. ולא נחה דעתו הגדולה ביז ער ציטירט די ווערטער פון די 'מומחים' ככתבם וכלשונם. אלזא א קורצער זוך אויף די שרעקעדיגע גוגל האט מיר גראד געברענגט צום מקור פון זייער מומחיות:

http://www.muscovyduckcentral.com/thefarm/whymuscovy.html

זייער ציטאט הייבט זיך אן פונעם שטיקל וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער: Muscovy do have a few characteristics that aren't very pleasant. און ווייטער.

ס'איז מעגליך אז יענער ערציער איז ווירקליך א מומחה אין ערציען מוסקאווי, און ס'קען זיין אז מ'קען זיך פארלאזן אויף אים, אבער ס'קומט נאר ללמדך וויפיל דער לץ האט א השגה אין די גאנצע טעמע, וויאזוי ער האט אויפגעבויט זיין "מעכטיגע ריסוירטש", און ווי ווייט ער זוכט דא א בירור להלכה ולמעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 05:53 לינק ישיר 

אלזא, אחרי ככלות הכל, שטעלט זיך ארויס דער פאלגנדער מציאות:

1) מ'האט געבויט א גאנצע שערוריא סך הכל ווייל איינער זאגט אז א גוי האט אים געזאגט אז ער שיקט די זעלבע עופו ת קיין קרית יואל. מיט דעם ווארפט מען אפ די נאמנות פון העכסט באגלייבטע שוחטים מובהקים ויראי שמים מרובים, וואס יא, זיי זענען אלעמאל און אייביג געווען דער פוסק אחרון אין אזוינע ש אלות (און ניין, דאס נעמט נישט אריין דעם .... ...... ........ ר' יחזקאל גליק) - און מאדנע, ווען דער גוי זאגט אז ער שיקט די זעלבע טשיקענס פאר אלע בית השחיטות דאן איז דער צומת הגידין פראב לעם נאר אין קרית יואל און דער גוי איז נישט באגלייבט, אבער ווען מ'קען אים נוצן צו באשמוצ ן קרית יואל ווערט ער פלוצלונג א גאנצער נאמן... ודי בזיון וקצף.

2) ווי דער איד אליין ברענגט ארויס בטוב טעם ודעת מערערע מאל איז פאראן דראסטישע חילוקים צווישן די פעקין און מוסקאווי קאטשקעס, איז אויב אזוי איז דאך קלקלתו תקנתו, וויאזוי קען זיין אז קי ינער ממש פון די הונדערטער ארבעטער אינעם בית השחיטה, אריינגערעכנט די אויסגערופענע שוח טים ובודקים זאלן פארזען אזא דראסטישע ענדערונג, און נישט ביי איין קאטשקע נאר ביי ה ונדערטער?!

3) וויאזוי שעמט זיך נישט דער איד איינמאל און נאכאמ אל צו שרייבן אז אין בית השחיטה זענען דא "אינגע אומערפארענע שוחטים", אינדערצייט וואס אין ב ית השחיטה געפינען זיך אפשר די עלצטע סאטמארע שוחטים מובהקים וועלכע ארבעטן נאך היינט צו טאג?! דארט וואו יעדער ווייסט אז קאטשקעס שעכט נאר א שוחט מובהק!

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 06:52 לינק ישיר 

4) ועל כולם, אינדערצייט וואס ר' יצחק שטיין זעלבסט האט אליין געהערט פונעם גוי, דער ארגינעלער מחדש השערוריא, אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער שיקט די "זעלבע קאטשקעס" קיין קרית יואל נאר אז "ער האט געשיקט פון זעלבן פארעם" ווי ער שיקט קיין קרית יואל, ווי עס האט מעיד געווען אן איש נאמן וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה, איז ער ווייטער עומד במרדו מיט א בלעכענעם פנים און א פארקנייטשטן שטערן!

באמת האט נישט קיין שיעור און קיין זין זיך צו גיין טענה'ן מיט די חברה. נארמאלע מענטשן איבער דער גארער וועלט האבן געזען אין דעם גאנצן סיפור א אויסטערלישן מסירות נפש פון מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א וועלכער האט גוט געוואוסט אז עס גייען קומען די אלע חיצים ובליסטראות מצד די וואס זוכן נאר די עוולה, נישט די לעזונג, און אז דער צעמישעניש קען מעגליך מאמענטאל שאטן פארן געוואלדיגן גוטן נאמען פון דער בית השחיטה, מיט דעם אלעם איז ער גרייט געווען אלעס צו פארקוקן אבי ס'זאל נישט זיין קיין איין רגע וואס א אידיש קינד זאל חלילה דורך אים נכשל ווערן מיט א נדנוד קל פון א ספק ספיקא של איסור!

נאר אין אזא צעדרייטע פאליטישע וועלט ווי מיר לעבן היינט קען א כשרות אפאראט גאר ווערן פארשריגן איינמאל און נאכאמאל דאן ווען זיי טרעפן "יא" א פראבלעם און אנערקענען עס, און די ארגאניזאציעס וועלכע האלטן זיך מיט עקשנות נישט צו זען ביי זיך קיין נגעי עצמו זאלן גאר אפלאדירט ווערן דערפאר...!!!

ס'איז יכלה הזמן והם לא יוכלו. פון אונזער זייט קענען מיר נאר זאגן אז "ורוח הקודש אומרת, כן ירבה וכן יפרוץ!", און עווענטועל וועט נאך פון די גאנצע איבערקערעניש ארויסקומען פונקטליך למי החותמת ולמי הפסולים. ישרים דרכי ה', צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 08:19 לינק ישיר 

הערליך באשריבען!! כה לחי!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2010 17:36 לינק ישיר 

דער ר' יצחק שטיין, איז נאך א סאך מער צודראדעלט וואו מען קען זיך נאר פארשטעלן!

אזוי ער האט געזען אז כלתה אליו הרעה, ער איז די געלעכטער פון די שטאט, ער האט געוואלט ווערן א נימער, ביזדערווייל, קיקט אים כלל ישראל אן וואו א פאלנער געלטגייציגער אטענשאן סיקער,

עס איז באקאנט אז ביי עופות איז דא 4 סימני כשרות


אינו דורס

יש לו אצבע יתרה

יש לו זפק

וקורקבנו נקלף

די מוסקאווי קאשקעס האבן די אלע סמני טהרה, נאר וואס דען? עס איז דא וואס זאגען אז עס האט נישט קיין מסורה, כאטש עס איז דא געוויסע גדולי ישראל וואס האבן עס יא געגעסן וואו הרה''ק ר' שמואל סאלאנטער זי''ע, הרה''ק ר' מאטעלע טשענאבלער זי''ע, און דער נצי''ב מיטן דברי מלכיאל, און נאך און נאך, שרייבען גאר אז מען מעג עס אפי' עסן,דאך איז עס ביי די גדולי אונגארן געווען אנגענימען פאר א עוף וואס כאטש עס האט אלע סימיני טהרה, דאך וויבאלד עס איז א ספק צו עס האט א מסורה צו נישט האט מען עס נישט געגעסן,

איז אזוי, די קאשקעס וואס מען האט געשאכטען און קרית יואל, איז זיכער נישט געווען קיין מוסקאווי, אויב עפעס, איז עס א עוף מורכב פון פעקין, מיסקאווי, און א דריטע מין עוף, וואס מען ווארט איצט אויף די רעזליטאטען פון דעם לעב,

עסן לכתחילה, האט רבינו שליט''א געפאסקענט אז מען טאר נישט, כשר'ען די כלים, איז זיכער אז מען דארף נישט, ווייל למעשה איז דאך מיסקאווי א עוף כשר, נאר די מסורה איז נישט אזוי קלאר,

איז דער דאזיגער הרב שטיין, וויל דאך אז דער סקאנדאל, זאל זיין דראמאטיש, באמבאסטיש, גיגגאטיש, דעריבער איז ער אויף געקימען מיט א באמבע חידוש,

ער שרייט אז ער האט געזען אויפן אונטערנעט, אז מיסקאווי איז א עוף דורס, איי? עס איז געווען פלעצער וואו מען האט עס עמטליך געגעסן? אויף דעם זאגט ער אז די פריערדיגע גדולי ישראל האבן נישט געהאט קיין אונטערטעט, דעריבער האבן זיי נישט געוויסט אז דער מיסקאווי איז אן עוף דורס, דעריבער האבן זיי עס געגעסן,

משא''כ היינט, וואס איז אכשרי דרא, איז דא אזעלכע ''גדולים'' וואו הרב שטיין קענען זיצו א גאנצען טאג אויפן נעט, און זיי זען אויפן נעט, אז מיסקאווי איז א עוף דורס, דעריבער דארף מען כשרן די כילים, וע''כ, מען זאגען מיט א שמחה של מצוה, אז מען האט געשכטען און קרית יואל, א מרכב פון פעקין, און מיסקאווי, וואס איז לויט הרב שטיין א עוף דורס, האט מען דאך געשאכטען ממש טריפה'נע עופות , שומי שמים!!!

הרב שטיין, מיר פארשטייען דיינע נידריגע אמביציעס, מיר פארשטייען דיין תאווה, זיך ארויף צו ריקען אלס א פירענעדער פיגור, און די כשרות פעלד, מיר פארשטייען אז איר ווילט אריין גיין און די היסטאריה, אז איר האט אנדעקט עפעס א מעכטיגע אויפ דעקונג, יא! יא! אלעס איז פיין און וואויל,

אבער טיט נישט אויף קיין חדושים, אז אז מיסקאווי איז אן עוף דורס, צילוב אייער פראזענליכע נידריגע תאוות,

מיר האבן ב''ה גדולי ישראל, וואס גיבן זיך אפ מיט די כשרות הבשר, פון דעם שחיטה המהדרת, און מיר פארלאזען זיך פולקאם אויף זיי, אפי' איר ווועט קריכען אויפן אונטערנעט, א גאנצען טאג און גרויס חלק פונעם נאכט, און זיכען פראבלעמען, אויף היינט איז עס מיסקאווי קאשקעס, מארגען וועס עס זיין הינער, און איבערמארגען טערקיס, וועלן מיר זיך נישט רעכענען מיט דיך אויף קיין האר נישט, עס איז דיר א שאד די ארבייט, לייג דיך אריין און האט קאפס, און לאזט צירוה, די מענטשהייט,



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 25/01/2010 17:41:39

 



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 25/01/2010 17:45:04




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/01/2010 19:21:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 02:31 לינק ישיר 

איך, גיי נישט אריין אין די דיטעלס פון די גאנצע מערכה וואס די כת פירט אנטקעגן די בית השחיטה אין קרית יואל.
אבער איין טרייסט איז דא פון די גאנצע שמוציגע מערכה וואס די כת פירט אנטקעגן די בית השחיטה המהודרת. וואס טראץ דעם וואס עס שטעלט זיך ארויס א ביטערע מציאות אז אפאר נידריגע צייטונג שרייבער פון דער שונד צייטונג, דער איד, ווילען פירען גאנץ כלל ישראל און אריינרעדען אין אין א פעלד וואס מ'האט געוויסט אז דאס באלאנגט פאר רבנים ודיינים. אין טראץ דעם וואס עס קומט ארויס געפערליכע מכשולות אז אפאר ליצים אין אינטערנעט שרייבער(לאו דוקא ר' יצחק ש.) זאלען צימישען די זייער ציבור מיטען מאכן ליצי ליצנות פון די כשרות.
 אין טראץ דעם וואס זייער יוגענט דארף זיך נעבעך ציקיקען וויאזוי אפאר א.ג שרייבערלך שפעטן אפ פון דיינים ומוראה הוראה שליט"א וואס פאסקענן די שווערסטע אין הארבסטע  שאלות ביי כלל ישראל, שוין איבער א יובל יארן. וואס די נאכפאלגען דערפון איז געפערליך, אין מען קען זיך נישט משער זיין די חורבן
אבער קען זיך טרייסטען אז מ'זעט כאטש וואס די כת  איז, אין זייער אמת'דיגע  געמיינע פרצוף און ס'וועט העלפען אז אימשילדיגע אידען וועלן זיך אפשאקלען,  אין שטיין ווייט פון זיי און פון זייערע גיפטיגע געשרייבכטץ אין געמויזאכטץ שקרים אין ליצנות. אין ביזיון ת"ח.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/01/2010 02:48:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 02:36 לינק ישיר 

יא און נאך א זאך וואס מ'קען זיך אביסעל  טרייסטען פון די שמוציגע אין גאר געמיינע פי. אר. וואס די כת פירט אנטקעגן די ביתהשחיטה, אז זיי מיינען דאך נאר אונזער טובה. אין ס'איז נישט געלט אדער פארטייאשיע אינטערעסן..


תוקן על ידי ערענסטער ב- 26/01/2010 02:37:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 02:38 לינק ישיר 

א גיטע ארבעט געגאנגען אין ראפאגאש
-----------------

איך וויל דא ברענגן אלע לינקס בנוגע די אינטערנעט סקאנדאל

ריקאל איבער ספק פעיקין קאטשקעס

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2745066&forum_id=16386

 

לצ שרייט טריפה אין מאכט נישט קיין ריקאל

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2748365&forum_id=16386

 

אראטדאקסישע קהילות ניצן מאסקאווי

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2748430&forum_id=16386

 

מסורה פין אלע פעיקין קאטשקעס אינטער פראגע צייכען

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2748377&forum_id=16386

 

א ריקאל אדער יאכלו ענוים וישבעו

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2747460&forum_id=16386

 

סקווירא טראסט נישט זשי ענד זשי

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2747548&forum_id=16386

 

 די פאלטשע שקרים פין די זאלי'ס טעגליכע סקאנדאלען

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2746698&forum_id=16386

 

 

אזוי זענען דא, נאך פילע אשכולות, ווער עס האט צייט זאל עס ביטע ברענגן א לינק

זאל דער אשכול אין איין וועגס דינער פאר א מפתח




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2010 22:49 לינק ישיר 
איך האב באקומען אין אימעיל איבערגעארבעט דעם ארטיקל פון "געגאנגן" לייג איך עס ארויף דא





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 22:49 לינק ישיר 

אכן נודע הדבר: די קאטשקע איז ארויס פון זאק!

 

א) באמת האב איך זיך אביסל געוואונדערט ווען עס איז געבוירן געווארן דער טומל ארום די קאטשקעס. כ'ווייס אז געווענליך ווען די זאליס מוזן אין איילעניש געבוירן א סקאנדאל האט עס א שייכות מיט עפעס א גראנדיעזן סוקסעס אין סאטמאר, אזויווי צב"ש די פרשה מיט צומת הגידין וואס איז שוין אלט געווען עטליכע חדשים בעפאר די זאליס האבן מחדש געווען זייער בלבול, אן עלילה וואס איז באשאפן געווארן אין דירעקטער פארברייטונג צו די היסטארישע עפענונג פון די נייע שחיטה אין טעקסאס מיט אלע אירע חומרות והידורים בעניני כשרות החמורים, ועוד כהנה וכהנה.

 

אבער יעצט האב איך נישט געזען אויבנאויף די מורא'דיגע ספעציעלע סוקסעס וואס סאטמאר זאל האבן, אדער זיך רישן צו, באקומען אין דער נאנטער צוקונפט. כ'האב שפאקולירט צי ס'איז א נקמה אקציע אויף דאס אפשפארן פון דעם עלצטן מושב ליצים אין סאטמאר לע"נ די רעבעצין זת"ע, אבער ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די זאליס זאלן דערפאר ערקלערן נקמה, נאך אלעם האבן זיי גוט הנאה געהאט אז זייערע קאנקורענטן אין בני יואל האבן געכאפט אזא קנאקעדיגן פליק.

 

צוערשט האב איך געקלערט ביי מיר אז ס'איז סתם א קינדער שפיל פון דעם אלעמען באקאנטן ר' יצחק שטיין, איינער וואס פרובירט מיט אלע כוחות שוין לאנגע יארן צו ווערן אנגענומען אין די כשרות וועלט – מיט שוואכער ערפאלג, און מוז דערפאר יעדע שטיק צייט פאבריצירן א פרישע 'שערוריא' אבי מ'זאל הערן פון אים. כאטש וואס בדרך כלל שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט מער ווי א שטורעם אין א 'האט קאפ' פון 'פאלם אויל'. ווי אויך האט די טעקסאס שחיטה היפש אריינגעשניטן אין די פרנסה פון זיינע בעלי בתים, וואס האט אים געצווינגען צו מאכן א נייע מערכה, און די זאליס האבן זיך סתם ארויפגעכאפט אויפן וואגן פון ארונטעררייסן יעדע זאך וואס האט דאס מינדסטע שייכות מיט סאטמאר.

 

ביז ס'איז מיר היינט פערצופאל אנגעקומען דער איד פון פאריגע וואך.

 

ב) דער איד הייבט זיך אן מיט א לאנגן בירור פון ר' יצחק שטיין איבער דעם 'איסור פון עסן מוסקאווי' עופות, וואו דער לץ טרויעט זיך נישט ארויסצוזאגן בפירוש דעם גראבן ליגנט כאילו מ'האט געשאכטן אין קר"י מוסקאווי – דאס לאזט ער נאר איבער פארן "מכה רעהו בסתר", דורך ארומלויפן שטילערהייט אריינרוימען אין די אויערן פאר כל צרי וכל זב וואס איז אים נאך גרייט אויסצוהערן, וועגן 'די שרעקליכע פירצה' וואס איז פארגעקומען אין קר"י.

 

פארשטייט זיך אז דער לץ פארגעסט חלילה נישט אנצעווייזן אז "פנו אלינו הרבה ארגוני כשרות ורבנים מכשירים מפה ארה"ב ומשאר ארצות ברחבי תבל"... פירושים זענען איבריג, א ריכטיגער קאנקורענט מיט ר' יצחק מאנדל פון קר"י (אן ענליכער בעל דמיון, ביי וועמען די תורה הק' איז פונקט אזוי א קרדום לחפור בה).

 

אינדערצייט וואס ער אליין האט מיט דריי וואכן צוריק נישט געהאט קיין השגה איבער א חילוק פון מוסקאווי און פעקין, ציטירט ער "מומחים" אז דער מוסקאווי איז אן עוף דורס. ולא נחה דעתו הגדולה ביז ער ציטירט די ווערטער פון די 'מומחים' ככתבם וכלשונם. אלזא א קורצער זוך אויף די שרעקעדיגע אינטערנעט האט מיר גראד געברענגט צום מקור פון זייער 'מומחיות':

 

http://www.muscovyduckcentral.com/thefarm/whymuscovy.html

זייער ציטאט קומט פונעם שטיקל וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער:
Muscovy do have a few characteristics that aren't very pleasant. און ווייטער ביז'ן סוף!.


(ס'איז מעגליך אז יענער ערציער איז ווירקליך א מומחה אין ערציען מוסקאווי, און ס'קען זיין אז מ'קען זיך פארלאזן אויף אים, אבער ס'קומט נאר ללמדך וויפיל דער לץ האט א השגה אין די גאנצע טעמע, וויאזוי ער האט אויפגעבויט זיין "מעכטיגע ריסוירטש", און ווי ווייט ער זוכט נישט דא א בירור אויפן מציאות להלכה ולמעשה נאר כאפט פון וואו ער קען אונטערצושטיצן זיינע פאלשע געביידעס).

 

ג) דערנאך איז מצא מין את מינו ווען דער אראפגעקלערטער משכיל משה לייב דייטש שטעלט זיך צוזאם מיט זיין חבר ר' יצחק שטיין אראפצורייסן דעם בית השחיטה. יענער האט כאטש אזויפיל זעלבסט רעספעקט יא ארויסצוקומען זאגן ברבים פונקטליך וואס ער וויל דא. אבער מאדנע, דרייסיג מאל חזר'ט ער איבער אז דער הכשר איז אפגעפרעגט ווייל קיין איין רב שטעלט זיך נישט אפן ארויס אונטער דעם, פון די אנדערע זייט האט ער 'וואונדערליך צוגעטראפן' אז דער בית השחיטה און איר ווירטשאפט איז 'דירעקט פארבינדן מיט די כלליות'דיגע קרית יואל'ער פירערשאפט'. כיצד יתקיימו שניהם? אבער מאכט נישט, אויב ס'צילט נאר צו שטויסן דארף עס במילא נישט קיין הסבר, אדער דאס מינדסטע אחיזה אין מציאות.

 

דער עיקר באמבע קומט אבער ערשט אין מיטלסטן אפטיילונג, דארט האב איך זיך באגעגנט מיט א ריזיגן פול-זייטיגן קעפל וואס רופט אויס אין שרייענדיגע טענער נישט מער נישט ווייניגער, "גרעסערער פארלאנג אויף בוטשער סטאר דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל". אונטער גרויסע בילדער פון מוסקאווי און פעקין קאטשקעס קלאגט דער שרייבער אז דער מצב אין קרית יואל איז שוין געווארן אומדערטרעגליך. מ'קען פשוט נישט ארייננעמען א שטיקל פלייש אין מויל, און אלע קאטשקע-עסערס אין קרית יואל זענען נעבעך נכשל געווארן מיט דאס ארגסטע. על כן איז ממש בהכרח אז די זאליס זאלן עפענען אן אייגענעם בוטשער.

 

ד) פאר מיר פערזענליך זענען די ווערטער געווען א אויסטערלישע דערלייכטערונג. איך האב שוין טאקע אנגעיאגט צו הערן פאריגן פרייטאג אז מהרז"ל אליינס האט גענומען לייגן שטארקן דרוק אויף מיעלמארט אז ער מוז אפשטעלן זיין צוזאמענארבעט מיט קרית יואל, וואס כ'פארשטיי, אויב ער קען נישט צושטעלן קיין פארלאנגען פון הידורים אין כשרות אדער סיי וועלכע זאך ס'האט צו טון מיט קענען עפענען א אידיש ספר, דארף ער כאטש ווייזן זיין 'כח' אין לעלוס און טעראריזם, בזמן שאין הקול קול יעקב איז הידים ידי עשו.

 

אבער די באמבאסטישע מעלדונג וואס כ'האב יעצט געזען אין דער איד האט מיר ענדליך פארענטפערט אלע מיינע קשיות. די גאנצע זאך מיינט געלט, געלט, און ווידער געלט. זיי ווילן עפענען א בוטשער אין קרית יואל, און ווי היסטאריע האט שוין געוויזן ביז היינט האט יעדע איינציגע זאך וואס רז"ל האט געעפנט אליין אן צו גנב'נען פון אחיו הגדול זיך ארויסגעשטעלט אלס קאלאסאלער דורכפאל, ספעציעל אין עיר הגדולה לאלקים די הייליגע שטאט קרית יואל. במילא זענען זיינע מענטשן דארט געווען גאר פארצווייפלט, וויאזוי טרעט מען צו אזא האקעלע אונטערנעמונג, מילא די הלכה'דיגע איינריכטונגען דארף מען דאך דארט נישט צושטעלן, אזא השגחה ווי דאס וואס דער 82 בוטשער שטעלט צו אין וומ"ס איז זייער לייכט צוצושטעלן, דאס קען דורכגעפירט ווערן אפילו אין האנאלולו, אבער דא איז דאך די רעדע פון א פראיעקט וואס קאסט אסאך געלט און די אינוועסטירער קענען בלייבן אנגעזעצט, ספעציעל אין אנבליק פון זייער בוטשער סטאר אין ב"פ וואס האט שוין געוויזן פאר די זאלי עשירים וואספארא קאפ וויי ס'קען זיין אויפצושטעלן און אנהאלטן א בוטשער סטאר וועמענס איינציגער ציל איז לקנתר.

 

יעצט איז זיי ענדליך אונטערגעקומען א גאלדענע געלעגנהייט! מ'קען זיך ארויפכאפן אויפן וואגן פונעם פאלטישאנער לץ און פארקאכן א קאשע. מ'וועט זיך נעמען וויינען אז ממש מ'האט נישט קיין כשר פלייש אין מויל צו נעמען. איי וואסאפארא שייכות האט א פראבלעם אין "בית השחיטה" מיט אויפשטעלן א "פלייש געשעפט"? צי האבן דען נישט זייערע מכלומר'שטע אחים לדיעה פון בני יואל פארמאגט ביז היינט א פלייש געשעפט? וועמען גייט עס אן?! גענוג אז מ'קען אונטערצינדן די קעלבעלעך, און אויב וועט לכבוד דעם זיך טרעפן פרישע אינוועסטירער איז דאך זיכער הכל ריוח! זיי זענען דאך מומחים פון אויסנוצן רוחניות'דיגע העצערייען פאר זייער פאליטישע און פינאנציעלע אגענדע.

 

ה) איך שיהי'. איך וועל שוין קענען שלאפן רואיגער ביינאכט, אז ער מיינט געלט איז דאך נישט שייך. ס'איז דאך באקאנט די געשיכטעלע אז א פרומער ציאניסט האט אויפגעהערט צו שטיצן סאטמאר נאך ווען רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז ארויסגעקומען מיט די שלש תשובות קעגן אתרוגי ארץ ישראל. א יאר שפעטער האט ער ווידער אנגעהויבן געלט, צו דער פארוואונדערונג פונעם משולח האט ער מסביר געווען אז ער האט געהערט אז ר' יוסף אשכנזי אליין האנדלט מיט אתרוגים, און אויב אזוי מיינט דאך דער גאנצער איסור נאר ביזנעס, און אויף דעם האט ער נישט קיין טענות.

 

ווען אן איסור מיינט פלעין ביזנעס קען מען קיין טענות נישט האבן...

 

--------------------------------

 

קודם א קורצער בליק אויף די מציאות הדברים:

 

1.       די זשי-ענד-זשי פלייש פירמע האט באשטעלט א טראק קאטשקעס צו שעכטן פאר אינטערנעשענאל גלאט, וועלכע שטייט אונטער די השגחה פין דעם אינטערנעט גאון, ר' יצחק שטיין.

2.       עס זענען אנגעקומען מוסקאווי קאטשקעס, וועלכע האבן נישט די געהעריגע מסורה ווי דער הייליגער רמ''א פארלאנגט, און במילא נוצט מען עס נישט אין אונזערע קרייזן. די שוחטים האבען נישט געוויסט אויב מ'מעג עס שעכטן, אויך די משגיחים, און ר' יצחק שטיין זעלבסט וועלכער איז געווען אנוועזנד, האבע נישט געוואוסט קלאר, ביז הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין שליט"א האט אנגערופן הגה"ח ר' נח גפן שליט"א, ראש השוחטים אין קרית יואל, וועלכער האט געזאגט מ'זאל קוקען אויף די שנאבל, און פארשטייט זיך אז דערנאך האט מען עס אוועקגעשיקט.

3.       דער גוי'אישער בעה''ב פון די קאטשקע פירמע האט זיך פארענטפרט אז ער האט גענומען פונעם זעלבן פארעם ווי ק''י האט גענומען, און ער האט ניטאמאל געוואוסט אז מ'דארף פארלאנגען וועלכע מין קאטשקע צו שיקען.

4.       ר' יצחק שטיין, וועלכער איז שוין לאנג כעסי'ג אויף די בית השחיטה וואס האט שטארק רעדוצירט ביזנעס אין זיין פירמע [ווי אויך האט ער פערזענליכע אינטערעסן קעגן סאטמאר, טייל אלס 'זכות אבות' און אנדערע איז ריין 'זכות עצמו'] האט ארויסגעלאזט א שקר אז ''דער גוי האט געזאגט אז ק''י נוצט אייביג די זעלבע קאטשקעס און זענען אייביג צופרידן'', שפעטער איז ער מוסיף א נייעם פרעכן שקר אז ס'איז שוין געווען א אסיפה מיט די בעלי מכשירים וועגן די אנטדעקונג אין שטוב פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און מ'האט דארט מקיל געווען, און אז יעדער זאל פרעגן זיין דיין.

5.       ר' יצחק שטיין זעלבסט רופט אן אן אנערקענטן רב – וואס ער האט נישט געוואוסט אז בשעת מעשה זיצט דארט א חשוב'ער גאסט, מגדולי רבני ירושלים עיה"ק – און יענעם געזאגט אז "אונז האמיר דא א געלעגנהייט צו באגראבן דעם [נאמען פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א].

6.       די זאליס שפרינגען ארויף אויף די ווילדע מציאה און הייבן אן רוישן צווישן זיך אז מ'קען יעצט מאכן א פרישע מעשה אויפן בית השחיטה המהודרת וועלכעס שטייט זיי ווי א דארן אין אויג, נאך וואס זייער פרואוו ביי די צומת הגידין פרשה איז מיאוס דורכגעפאלן, און האט גאר צוריקגעפאטשט אין פנים ווען די גאנצע וועלט האט זיך איבערצייגט אז אין קרית יואל נעמט מען אן די שארפסטע מיטלען צו פארמיידן א חשש איסור פון זייערע קונדן.

7.       א מיסטעריעזער שרייבער פארעפנטליכט א בריוו אויף די אינטערנעט [מיט די זעלבע אותיות און אויסשטעל ווי דער אלט באקאנטער 'אינטערנעט פסק' פון די צומת הגידין פרשה...], מיט א געבאקענע מעשה וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, כאילו ר' אשר יעקב עקשטיין האט גאר געזאגט אז אין קר"י שעכט מען מוסקאווי [דעם שקר האט מען שנעל גונז געווען, ווייל נאך אלעם איז דאך אין החי מכחיש את החי, און זינט דאן איז דער פאפירענער שקר אויפגעשטעלט געווארן בלויז אויף די מכלומר'שטע עדות פונעם גוי]. http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2740643&forum_id=21016.

8.       אלע שוחטים אין קרית יואל זאגן אז זיי געדענקן קלאר אז מען האט אייביג נאר געשאכטן פעקין, די סטעיטמענטס פונעם פארעם באשטעטיגן עס, און דער גוי'אישער פארמער זאגט פאר יעדן אז די סיבה פארוואס ער האט געשיקט מוסקאווי פאר זשי-ענד-זשי איז צוליב דעם בעה''ב וועלכער האט לעצטנס איבערגענומען די פלענט און האט נישט געזאגט וועלכע קאטשקע ער וויל


די פאקטען שווימען ארויף און די זאליס מיט'ן אינטערנעט גאון בלייבן ללעג ולקלס


-----------------------

 

1.       ר' יצחק שטיין האט אנגעהויבן זוכן וועגן זיך צו פארטיידיגן און אפשלאגען די נייעס אין דער בלאט וועלכע האט פארציילט בקיצור דעם סיפור הדברים, און וואס האט אים געשטעלט אין עטוואס אן אומגינסטיגע ליכט.

2.       מאנטאג דערנאך האט ער געפונען אן ערעור חדש מיט א פעקל קאטשקע פלייש ביי וועמען דער קאליר פון די פעטן'ס איז געווען עטוואס טונקל, און ער האט געטענה'ט אז געווענליכע פעקין איז ליכטיגער.

3.       מאנטאג ביינאכט: עס קומט פאר א אסיפה אין שטוב פון הגאון ר' משולם פאלאטשעק שליט"א, פון די בעלי מכשירים פונעם בית השחיטה המהודרת, אינאיינעם מיט הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א, ר' יצחק שטיין, און הגאון מדעברעצין שליט"א. ר' געציל לאזט הערן זיין דעת תורה אז די שוחטים האבען א נאמנות און מ'דארף להלכה נישט חייש זיין, ווייל אפי' לו יהא אז ס'וואלט יא געווען מוסקאווי איז דער גאנצער פראבלעם נאר מסורה, ווייל אין פאקט נעמען אן רוב פוסקים אז מוסקאווי האט אלע סימיני טהרה, און ס'געווען אפי' פלעצער ווי מ'פלעגט עס לכתחילה עסן. נאך ביז'ן היינטיגן טאג שעכט מען מוסקאווי קאטשקעס אין בראזיל אונטער די השגחה פון דעם ארטיגן רב, הגאון הרב אילאוויטש שליט"א

4.       ר' משולם האט אבער געזאגט אז ער וויל עס שיקען צו א לאבראטאריע צו זעהן וואס דאס איז, און אז ס'איז דא א מקום חושש צו זיין אז אין די העטשערי מישט מען די עופות, און דאס איז די סיבה פאר די טונקעלע קאליר (אויב אמת: האבען אלע פארעם'ס די פראבלעם, און במילא אויך יעדער וואס האט געשאכטן קאטשקעס), אבער להלכה איז ער אויך מסכים אז ס'בלייבט מיט די חזקת כשרות, און די נאמנות פין די שוחטים.

5.       דינסטאג האט ר' משולם זיך פארבינדן מיט'ן אייגנטימער פון די קאטשקע פירמע, אבער יענער גוי האט אים געזאגט אז ער וויל נישט אריינלאזן אין די העטשערי, צוליב זיינע סיבות.

6.       אין זעלבן טאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, געזאגט ביי א קאנפערענץ קאל מיט רבי געציל און רבי משולם, אז וויבאלד די שחיטה איז אויף א זעלטן הויכער סטאנדארט, און ער וויל נישט מכשיל זיין יודן אפי' מיט א ספק ספיקא, ספעציעל נאך וואס דער פארמער וויל נישט אריינלאזן אין די העטשערי, וויל ער אין א פרעצעדענלאזן שריט מאכן א ריקאל.

7.       הגאון רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א, וועלכער איז אויך געווען אריינגעטון אין די פרשה אלס בעל מכשיר פין סאטמארער בוטשער אין בארא פארק שרייט חי וקים, להלכה איז אלעס כשר וישר. אבער אז דער רבי הייסט צוריקשיקן שיקט מען צוריק. אינצווישן שיקט מען אריין די קאטשקע עקזעמפלארען צו א לאבראטאריע.

8.       מיטוואך שפעט ביינאכט קומט ארויס א בריוו פול מיט אפענע שקרים און שוידערליכע אמערעאצעס, וועלכער שרייבט אז וויבאלד די מוסקאווי קאטשקעס עסן מייז און ראטן איז עס א דורס...... ס'איז כדאי צו באמערקן אז מ'האט נאכנישט די רעזולטאטן פון די לאבראטאריע וואס פאר א קאטשקע דאס איז, אבער מען האט בכוונה ארויסגעגעבן דעם בריוו פאר די רעזולטאטן קומען ארויס, ווייל ער האפט כאטש אויף חיי שעה. ער שרייבט צווישן אנדערן אז פאר'ן נציב אין דברי מלכיאל האט מען נישט געלאזט וויסען אז זיי זענען דורס און וועגן דעם האבן זיי מתיר געווען די מוסקאווי {משא''כ 'ער' האט יא געזעהן די אינטערנעט, במילא ווייסט ער בעסער פונעם נציב... קאמענטארען זענען איבעריג}

9.       דער בריוו ווערט אויך אינטערגעשריבן מיט צוגעשריבענע ווערטער דורך הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט"א, מיטוואך 11:45 ביינאכט,

10.   דערווייל ווארט מען אויף די רעזולטאטן פון די לאבראטאריע, מ'קען נישט וויסן קלאר ווילאנג עס קען נעמען, אבער האפענטליך וועלן די רעזולטאטן זיין נאך די וואך.

 

----------------------------

 

אלזא, אחרי ככלות הכל, שטעלט זיך ארויס דער פאלגנדער מציאות:

1.      
1) מ'האט געבויט א גאנצע שערוריא סך הכל ווייל איינער זאגט אז א גוי האט אים געזאגט אז ער שיקט די זעלבע עופות קיין קרית יואל. מיט דעם ווארפט מען אפ די נאמנות פון העכסט באגלייבטע שוחטים מובהקים ויראי שמים מרובים, וואס יא, זיי זענען אלעמאל און אייביג געווען דער פוסק אחרון אין אזוינע שאלות (און ניין, דאס נעמט נישט אריין דעם .... ...... ........ ר' יחזקאל גליק) - און מאדנע, ווען דער גוי זאגט אז ער שיקט די זעלבע טשיקענס פאר אלע בית השחיטות דאן איז דער צומת הגידין פראבלעם נאר אין קרית יואל און דער גוי איז נישט באגלייבט, אבער ווען מ'קען אים נוצן צו באשמוצן קרית יואל ווערט ער פלוצלונג א גאנצער נאמן און דער פוסק אחרון... וכדי בזיון וקצף.

2.       ווי דער איד אליין ברענגט ארויס בטוב טעם ודעת מערערע מאל איז פאראן דראסטישע חילוקים צווישן די פעקין און מוסקאווי קאטשקעס, איז אויב אזוי איז דאך קלקלתו תקנתו, וויאזוי קען זיין אז קיינער ממש פון די הונדערטער ארבעטער אינעם בית השחיטה, אריינגערעכנט די אויסגערופענע שוחטים ובודקים זאלן פארזען אזא דראסטישע ענדערונג, און נישט ביי איין קאטשקע נאר ביי הונדערטער?!

3.       אויב איז ריכטיג אז עסן מייז און ראטען מאכט דעם עוף פאר א דורס, "דאן טאר מען נישט עסן קיין טשיקען אדער טורקי" ווייל מ'קען טרעפן אויף עטליכע אינטערנעט וועבסייט'ס אז טשיקען און טורקי עסן קלאר לעבעדיגע מייז און ראטן!!!

4.      בכלל, וויאזוי שעמט זיך נישט דער איד איינמאל און נאכאמאל צו שרייבן אז אין בית השחיטה זענען דא "אינגע אומערפארענע שוחטים", אינדערצייט וואס אין בית השחיטה געפינען זיך אפשר די עלצטע סאטמארע שוחטים מובהקים וועלכע ארבעטן נאך היינט צו טאג?! דארט וואו יעדער ווייסט אז קאטשקעס שעכט נאר א שוחט מובהק!

5.       ועל כולם, אינדערצייט וואס ר' יצחק שטיין זעלבסט האט אליין געהערט פונעם גוי, דער ארגינעלער מחדש השערוריא, אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער שיקט די "זעלבע קאטשקעס" קיין קרית יואל נאר אז "ער האט געשיקט פון זעלבן פארעם" ווי ער שיקט קיין קרית יואל, ווי עס האט מעיד געווען אן איש נאמן וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה, איז ער ווייטער עומד במרדו מיט א בלעכענעם פנים און א פארקנייטשטן שטערן!

 

באמת האט נישט קיין שיעור און קיין זין זיך צו גיין טענה'ן מיט די חברה. נארמאלע מענטשן איבער דער גארער וועלט האבן געזען אין דעם גאנצן סיפור א אויסטערלישן מסירות נפש פון מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א וועלכער האט גוט געוואוסט אז עס גייען קומען די אלע חיצים ובליסטראות מצד די וואס זוכן נאר די עוולה, נישט די לעזונג, און אז דער צעמישעניש קען מעגליך מאמענטאל שאטן פארן געוואלדיגן גוטן נאמען פון דער בית השחיטה, מיט דעם אלעם איז ער גרייט געווען אלעס צו פארקוקן אבי ס'זאל נישט זיין קיין איין רגע וואס א אידיש קינד זאל חלילה דורך אים נכשל ווערן מיט א נדנוד קל פון א ספק ספיקא של איסור!


נאר אין אזא צעדרייטע וועלט ווי מיר לעבן היינט, וואו די תורה הק' איז ליידער פארוואנדלט געווארן אין א מיטל נישט קיין ציל, קען א כשרות אפאראט גאר ווערן פארשריגן איינמאל און נאכאמאל דאן ווען זיי טרעפן "יא" א פראבלעם און אנערקענען עס, און די ארגאניזאציעס וועלכע האלטן זיך מיט עקשנות נישט צו זען ביי זיך קיין נגעי עצמו זאלן גאר אפלאדירט ווערן דערפאר...!!!


ס'איז יכלה הזמן והם לא יוכלו. פון אונזער זייט קענען מיר נאר זאגן אז "ורוח הקודש אומרת, כן ירבה וכן יפרוץ!", און עווענטועל וועט נאך פון די גאנצע איבערקערעניש ארויסקומען פונקטליך למי החותמת ולמי הפסולים. ישרים דרכי ה', צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2010 23:19 לינק ישיר 

ווייסט אפשר איינער וואס עס איז געווארן פון די לעב?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2010 03:19 לינק ישיר 

באקומען אין אישית, א PDF פייל פון געגאנגען'ס ארטיקל:

http://www.yousendit.com/download/S1VDb3BESEJCSWRMWEE9PQ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אכן נודע הדבר: די קאטשקע איז ארויס פון זאק!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext