אזוי ווי אין אלע סאטמאר'ע זאלן איז איינגעפירט א תקנה אז מען קען נישט אריינברענגן קיין אנדערע פלייש חוץ פון די אייגענע בוטשער, אין וויליאמסבורג נאר פון 82, און אין קרית יואל נאר פון בית השחיטה.
איז לעצטנס געווארן א פראבלעם אז אסאך מענטשן האבן געוויסע קפידות נישט צו עסן פון איין בוטשער, ממילא ווער עס מאכט חתונה אין וויליאמסבורג האט א פראבלעם מיט ווער עס וויל נישט עסן פון 82, אין ווער עס מאכט חתונה אין קרית יואל האט א פראבלעם מיט ווער עס וויל נישט עסן פון בית השחיטה
ע"כ איז לעצטנס געווארן א נייע סטייל אז ביי חתונות גיבט מען מער נישט קיין פלייש, נאר אנשטאט דעם גיבט מען פיש.
לעצטע וואך איז געווען א חתונה אין "פרדס פיגא" ווי עס איז נישט סערווירט געווארן קיין פלייש.
די וואך איז געווען א חתונה אין "בית רחל פאראדייס" ווי עס איז נישט סערווירט געווארן קיין פלייש.
קומענדיגע וואך מאכט חתונה אין "בית רחל פאראדייס" הרה"ח ר' ברוך יודא טארים שליט"א, ווי עס וועט נישט סערווירט ווערן קיין פלייש.
אין אנדערע נייעס...
הרה"ח ר' מענדל מאיר בראווער שליט"א, מאכט חתונה די וואך, און ער האט לכתחילה געהאט ארויס גענומען "בית רחל פאראדייס", נאר אזוי ווי לעצטנס איז אינטער געקומען אז אסאך פון זיינע קרובים ווילן נישט עסן די פלייש פון בית השחיטה, האט ער געלאזט פארפאלען גיין זיין דיפאזיט, און טראגט אריין זיין חתונה אין שטאט.