| נשלח ב-27/1/2010 04:40 |
|
| |
פסק הלכה מבי"ד בק"י בענין סידור קדושין בק"י
דא האט איר די פסק הלכה פין די בי"ד בקרית יואל באקימען אין אימעל

תוקן על ידי משגיחים ב- 28/01/2010 20:45:19
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 05:53 |
|
| |
ר' מענדל בן ר' אהרן ט''ב איז דורכגעפאלן מיט זיין פרואוו צו לייגן דרוק אויף די עדה צו שטערן די נייע חתונה זאלן אין ק''י פון נוצן א צווייטן מסודר קידושין חוץ זיין טאטן ר' אהרן!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 06:04 |
|
| |
די אמסטעדאמער רב איז צום ערשטן מאל דורכגעפאלן 10 יאר צוריק ווען ער איז אריבער צו רבינו שליטא בעטן אונטערצושרייבן א בריוו וואס הגאון הקדוש האט פארלאנגט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 06:41 |
|
| |
עס ממש נישט צו באגרייפן די חוצפה פון די משלחת וואס איז געקומען צם שארמאש'ער רב שליט"א פארדרייען דעם קאפ, ווען מיט א קורצע צייט צוריק האט דער ראט, אפגעשפארט א בית המדרש, און דער שארמאשער רב שליט"א מיט אנדערע חשוב'ע רבנים, און טויזנטער אידן האבן באוויינט דעם בזיון אויף די גאסן פון קרית יואל. דעמאלט זענען נישט געלאפן צום ראט ער זאל אפשטעלן דאס רשעות. אבער יעצט ווען מען האט באנייט א חתונה זאל, וואס מען וועט קענען האבן כשר'ע פלייש, מיט ערליכע מסדרי קידושין, אזוי ווי אינדערהיים ווען מען האט געהאט א ברירה נישט צו נעמען דעם ראבינער פון די נעלאגישע קהלות. וואס אין קרית יואל האט מען אויך דעם רשות פון הייליגן ברך משה זי"ע, וואס איז געווען דער מרא דאתרא פון קרית יואל. יעצט לויפן זיי צום שארמאשער רב?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 20:22 |
|
| |
ס'גייט היינט זיין די מזכרת משמחת נשואין דע באקאנטע ספר 'מרא דאתרא' וואס איז יעצט ארויס 2טע מאל פון דרוק, ס'איז א הערליכע ספר ליקוטים וביאורים אלעס ארום מרא דאתרא ווער ס'איז ס'מעג זיך רופן, אויב טוט ער זאכן נגד רצון הציבור, אויב מ'מעג עפ"ת אינגנארן די התנגדות ביים אויפנעמן וואס ס'איז נישט געווען קיין וואלן, ווי מ'דארף יא מאכן וואלן, ווי נישט, וויפל די שיעור הגלילות, אויב גאנץ ארענדש קאונטי, צו סאליווען איז אריינגערעכנט, אדער האט עס צוטין בכלליות מיט האדסן וועלי, וכו' וכו' מ'גייט עס אי"ה ארויפלייגן אויף היידפארק לזכות הרבים.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 21:13 |
|
| |
די דימארעלאזירטע בני יואל/זאליס נאכן כאפן גיזינטע פראסקעס פינעם קארט זיכן זיך מחזק צי זיין מיט פריש גיבאקענע שערוריות וואס זענען נישט גישטויגן אין נישט גיפלויגן אבער פאר די ציקלאפטע בני זאליס איז דאס ווי ליפט צים אטעמען, אלעס וואס עס פאסירט איז לויט זיי אדורעכפאל פאר רבינו שליט''א, ווי גלייך עס אינטרעסירט עם בכלל אז א בני יואל/זאליס זענען עובר אויף חז''ל, סע טיט עם פינקט אזוי וויי דער מחלל שבת פין קווינס ווי דער מהרס פין קרית יואל ביידע איז ביי עם גענוי אייניג, איר ווייסט ווען ס'וואלט עם וויי געטוהן? אויב למשל רבי אלי' סימאן שליט''א אין זיין גלייכן זאלן חתונה מאכן אין דעם גיאסערטן זאל אין מכבד גיווען דעם שארמאשער פורץ גדר צי זיין מסדר קידישין דעמאלטס וואלט עם זיכער וויי געטין, אבער אז א מחוצף בני זואל וואס זענען שוין מפורסם צי זיין בועט בתורתינו הקדושה, שולחן ערוך איז ביי זיי חספא בעלמא אין אז אזא פערשוין מאכט חתונה אין איז פורץ גדר אין מכבד דעם אנדערן פורץ גדר צי זיין מסדר קידישין דאס טיט עם פינקט אזוי וויי ווי ווען יאשקע וואלדמאנס טאכטער זאל זיך אנטין הויזן.
אזוי אויך זענען זיי גאר בשמחה אז עטליכע אידן האבן בוחר גיווען צי געבן פיש ביי זייערע חתונות אנשטאט פלייש, אין דאס דארף צי זיין א פראסק פאר רבינו שליט''א, כאפן זיי זיך נישט אז דאס אז ביי אינזערע האלס קען דאס פאסירן איז גאר א פראסק פאר די מוציאי לעז אז רבינו שליט''א טעראריזירט יעדן וואס האלט נישט אזוי ווי ער, וואלט ער דען דאס נישט גיקענט סטאפן? וואלט אברהם מאיר איצקאוויטש נישט גיפאלגט דעם רבין ווען ער זאל עם זאגן לא מיט אן אלף מען קען נאר געבן פלייש? פינקט ווי די זאליס צווינגען זייערע קליענטן אין פרדס פיגא אין אין ויואל משה אז מען דארף געבן מליחה ואיליך פלייש!, נאר וואס דען, עם אינטרעסירט דאס גאנץ ווייניג, אז איינער פילט אז ער וויל געבן פיש, זאל זיין צים געזינט, זאל ער געבן פיש גיזינטערהייט, ווייסט ווען סי ואלט גיווען א דורעכפאל, ווען מען זאל געבן מליחה ואילך פלייש אין אינזערע זאלן דאן וואלט דאס גיווען א קלארער דורעכפאל, אבער פיש? איז דען עפעס דא א חשש אויף די פיש? איז דאס דען בהכשר הלישקע? נאר וואס דען אין כאן ווייטאג ואין כאן דורעכפאל, קיינעם אינטרעסירט נישט וואס פורקי עול אין פורצי גדר טיען, אין פארן באשעפער דארף מיר נישט געבן קיין עיצות וויאזוי ער זאל באשיצן זיין תורה אין זיין חז''ל, ער פארשטייט וואס ער האט צי טין,
למעשה בלאבט אלעס ביים אלטן, דער ווערצהויז בלאבט פארשפארט, מוסרים אין עזות פנימער וועלן ווייטער דארפן ליגן מחוץ למחנה אחורי הגדר, אין ווער סעוויל לאכן פין די תורה וועט ווייטער האבן א רבי וואס פארשטייט צי תורה ווי יאשקע וואלדמאן פארשטייט צים אפעלעט קארט, יא איך קען מיר שוין פארשטעלן דעם נעקסטן דורכפאל אז 25 בני זואל/זאליס וועלן פארן אים שבת מיט א העם סענדוויטש אין פיסק אלעס באתרא דמר, על אפו וחמתו פין מרה דאתרא, גלייבט מיר זיי זענען עלול אויף דעם אין איך וועל נישט זיין שאק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 21:27 |
|
| |
גערעכטער! איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט (מוסרים אין עזות פנימער וועלן ווייטער דארפן ליגן מחוץ למחנה אחורי הגדר) נאכדעם וואס די דיד וועט אי''ה צירוק גיין צי קהל יטב לב וועלען דאך די מוסרים אין עזות פנימער שוין קענען ליגען סמוך ונראה.. ווייל סאיז דאך נישט דא קיין באלבאס אויף קהל יטב לב.. ממילא ביטע זיי מסביר ווי אזו ענק וועלען קענען צירוק האלטען למשל ר' יוסל וואלדמאן זיך צי דרייען אין בית החיים כאדם העשה בתוך שלו....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 21:49 |
|
| |
ויפתח ה" את פי העתון אין ער שעלט אין שימפט אבער למשל עס באדערט נישט זאג נאר פארוואס טערעזירט מען דעם שפילער אין דעם גראמער ווייל ס"באדערט נישט ? וואס האט פעי ראלל דיין בערקאוויטש געשיקט א שליח וואס איז מיט די צעטיל פון קהל וואס האט מען געסטראשעט י"ב וואס איז מיטען צעטיל וואס מען האט דעליווערט צים מחותן נעכטען אין צים זיידען דאס דארף מען אריינלייגען ביי גרויסע מעשית פין די קליינע וועלט סתם דיר צלאזען וויסען קיינער וויל דיך נישט וויי טין מיר ווילען נאר חתונה מאכען לעבין אינזערע שטיבער אז מען זאל נישט דארפען פארען זייער ווייט אבער אויב קימט דאס מיט א פרייז אז איין משיגענער שוואגער וועט נישט קימען ווערן מיר בכלל נישט דערשראקען זאל ער בלייבען אינדערהיים מיר געדענקען ווען זיידעס זענען נישט געקימען צי שימחות אינטערסאנט ווי אזוי דער רא"ט האט באצאלט א פרייז דערפאר ביי זיינע אייגענע שמחות די קראקאדיל טרערין האט ער גאנץ כשר פארדינט אין נישט יעדער וואס האלט אין טראכט אנדערש ווי דיר טרעט אויף די תורה נאכדערצי ווען די זיצט אויף די אינטערנעט אין יענער ביי די גמרא
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 22:33 |
|
| |
ויפתח ה" שייגעץ דערמאן נישט דעם שם השם וואס איר זענט אזוי מנאץ את פי העתון אין ער שעלט אין שימפט
אבער למשל עס באדערט נישט ניין מען שעלט נישט אין מע שימפט נישט איך שראב מיט א שמייכל, איך האב פשוט פאן,
זאג נאר פארוואס טערעזירט מען דעם שפילער אין דעם גראמער ווייל ס"באדערט נישט ? מע האט קיינעם נישט טעראריזירט!
וואס האט פעי ראלל דיין בערקאוויטש געשיקט א שליח NEVER HAPPENED
וואס איז מיט די צעטיל פון קהל אדרבה לייג עס ארויף!
וואס האט מען געסטראשעט י"ב מע האט נישט גיסטראשעט נישט י''ב נישט י''ג אין אפילו נישט י''ד אדער ט''ו קיינעם קיינעם!
וואס איז מיטען צעטיל וואס מען האט דעליווערט צים מחותן נעכטען אין צים זיידען אין פאר די באבע גארנישט?.
דאס דארף מען אריינלייגען ביי גרויסע מעשית פין די קליינע וועלט
סתם דיר צלאזען וויסען קיינער וויל דיך נישט וויי טין מיר ווילען נאר חתונה מאכען לעבין אינזערע שטיבער אז מען זאל נישט דארפען פארען זייער ווייט, קינד מיינס מיך באדערט נישט אז די ווערסט אסאך מער באקוועמער, קענסט אוף שטיין אינדעפרי אין תיכף פרעסן אומ גידאווענט, שבת קענסטי פארן מיט א קאר אין נישט דארפן גיין ציפיס, קענסט קויפן פלייש ביי שאפרייט סאיז אסאך ביליגער, קענסט פרעסן סענדוויטשעס ביי מאקדאנאלד, אין נאך אסאך באקוועמטע זאכן, גלייב מיר סי ארט מיך נישט!
אבער אויב קימט דאס מיט א פרייז אז איין משיגענער שוואגער וועט נישט קימען ווערן מיר בכלל נישט דערשראקען
זאל ער בלייבען אינדערהיים די האסט נעבעך א מישיגענער שוואגער???
מיר געדענקען ווען זיידעס זענען נישט געקימען צי שימחות מיינסט אפשר דעם בעל בירך משה? האסט א אייזענעם זיכרון!
אינטערסאנט ווי אזוי דער רא"ט האט באצאלט א פרייז דערפאר ביי זיינע אייגענע שמחות די קראקאדיל טרערין האט ער גאנץ כשר פארדינט אה! אבי עפעס איז שוין כשר ביי אינזער רבי! איך האב גימיינט אז אלעס איז טריפה ביי עם, יא יא כשר פארדינט!
אין נישט יעדער וואס האלט אין טראכט אנדערש ווי דיר טרעט אויף די תורה אמת!, טראכטן אנדערשט ווי איך מיינט נאך נישט טרעטן אויף די תורה, אבער גיין אין בג''ץ אין אין ערכעות מיינט יא טרעטן אויף די תורה, צי די ווילסט צי נישט!!!
נאכדערצי ווען די זיצט אויף די אינטערנעט אין יענער ביי די גמרא כא כא כא, אויב לערן איך יעדן טאג נאר 5 מינוט לערן איך מיט 5 מינוט מער ווי דיין רבי, פארשטאנען! די ווארט גמרא שטייט דיר נישטאמאל גיט!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 23:27 |
|
| |
פארוואס ברענגט דא קיינער נישט ארויף די געוואלדיגע שארפע רייד פון מרן הק' מסאטמאר זי"ע בנוגע מסדר קידושין זיין אן רשות פונעם מרא דאתרא?! (אגרות מהרי"ט)
ווי אויך די מפורש'דיגע פסק הלכה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וועם רביה"ק האט נאך מיט זיינע הייליגע ווייטזעהנדע אויגן ממנה געווען פאר דעם אמט.
אית דין ואית דיין! די וועלט איז נישט הפקר!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 23:45 |
|
| |
תוקן על ידי משגיחים ב- 28/01/2010 20:46:50
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2010 23:56 |
|
| |
עס איז ממש א קידוש השם, צו זען דעם חילוק מה בין בני לבן חמי,ווען די אהרונים טוען א זאך, ווערט עס געטאן מיט פראסקייט און הפקירות, ווען ערליכע אידן טוען א זאך איז מיט אויסגעהאלטנקייט און דעת תורה,
ווען די אהרונים זענען געגאנגען אין קאורט, האבן זיי געלעסטערט די תורה, אן קיין רבנים, מיט בלאט פראפעגאנדע און מיט תירוצים פון היתרים אין ווינער רבס לעדל. אפילו יעצט ביי די קאטשקע שערוריה האט מען געלאזט דעם בלאט ענטפערן, און די בית השחיטה אן קיין אונטערשריפט רבנים המכשירים האבן ריקאלט, און געמאכט "לפנים משורת הדיןס".
אבער בני יואל, האבן געבויעט א זאל, און מען האט טענות צו זיין, וועגן דעם שטאט ראבינער, ענטפערן זיי בטוב טעם ודעת, מיט א אונטערשריפט פון רבנים, כדרך ישראל בכל הדורות. נישט מיט קיין ליצנות, כדרך האהרונים.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2010 00:15 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | פאר רבינו שליט''א, ווי גלייך עס אינטרעסירט עם בכלל אז א בני יואל/זאליס זענען עובר אויף חז''ל, סע טיט עם פינקט אזוי וויי דער מחלל שבת פין קווינס ווי דער מהרס פין קרית יואל ביידע איז ביי עם גענוי אייניג. אוודאי טוט אים נישט וויי אז אידן אין קווינס זענען מחלל שבת, אדער איז בני יואל זאליס זאל חלילה עובר זיין אויף חז"ל, פארוואס זאל אים וויי טאן? עס שאדט עפעס פאר זיין רעביסטעווע אדער פארטיי? אז א איד איז גורם צער השכינה וואס איז דאס זיין דאגה? , איר ווייסט ווען ס'וואלט עם וויי געטוהן? אויב למשל רבי אלי' סימאן שליט''א אין זיין גלייכן זאלן חתונה מאכן אין דעם גיאסערטן זאל סתם פאר אינטרעסאנקייט, אלי' סימאן אין זיינס גלייכן, באשטייט זיין חשיבות ביי ענק נאר ווייל ער דינט די פארטיי, און רוב מענטשן וואס גייען חתונה מאכן אין דעם זאל, און שפעטער אין די ויואל משה זאלן, זענען אמאל געווען אזעלכע וואס וואלט געדארפט וויי טאן! און במשך הזמן האבן זיי איבערגעלאזט דעם ראט, אויב זאל אלי' סימאן ווערן ארויס אהרוני, טוט שוין דאס אויך נישט וויי. ...אזא פערשוין מאכט חתונה... דאס טיט עם פינקט אזוי וויי ווי ווען יאשקע וואלדמאנס טאכטער זאל זיך אנטין הויזן. גראדע נישט, ווען ר' יוסף וואלדמאן'ס טאכטער זאל זיך חלילה נישט אויפפירן ערליך, וואלט ער געטאנצן פאר פרייד, מיט זיין לייכטזיניגקייט וואלט ער הנאה געהאט ווען זיין שונא זאל אפפארן.
אזוי אויך זענען זיי גאר בשמחה אז עטליכע אידן האבן בוחר גיווען צי געבן פיש ביי זייערע חתונות אנשטאט פלייש, אין דאס דארף צי זיין א פראסק פאר רבינו שליט''א, דאס וואס ערליכע אידן האלטן זיך צוריק פון געבן "מופקרת" פלייש ביי זייערע שמחות, האט מען נישט געלאזט ביז לעצטנס, אבער אדאנק "עטרת מאיר צבי", קענען אנדערע אידן אויך אפאטעמען, און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס די אהרונים לאזן נישט געבן פלייש אין זייערע האללס.
למעשה בלאבט אלעס ביים אלטן, חוץ איין זאך טוישט זיך אז ביז יעצט האט מען געמוזט האבן דעם ראט פאר מסדר קידושין, און יעצט איז דאס אפשענאל.
בני זואל/זאליס וועלן פארן אים שבת מיט א העם סענדוויטש אין פיסק אלעס באתרא דמר, על אפו וחמתו פין מרה דאתרא. פארן ראט וועמען דו רופט מרה דאתרא איז בכלל נישט על אפו וחמתו אז אנדערע אידן זענען עובר חלילה אויף די תורה, אים איז נאר על אפו וחמתו, ווען די פאליטיק גייט נישט אין זיין וועג, ווען אנדערע אידן בויען תורה און אידישקייט אן דעם וואס זאל אים ברענגען כבוד ושררה, דאס איז על אפו וחמתו, ווען איינער טוט עפעס קעגן די תורה חלילה איז דאס נישט זיין געשעפט. אויב קען ער עפעס בענעפיטן פאר זיך פערזענליך איז ער גרייט צו טראגן דעם באשעפער'ס דאגות אויך.
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2010 00:20 |
|
| |
נ.ב. איך שטעל מיר פאר אז די "העם סענדוויטש" פון וואס דו האסט געשריבן דארף צו זיין עפעס א נישט כשר'ער מאכל מיט וואס דו קענסט זיך אויס, איך האף אז דו האסט זיך חלילה קיינמאל נישט פארזוכט. אבער אויב חלילה יא, וועט דאס פארן ראט גאנץ ווייניג אנגיין, דער עיקר איז די ביזסט א "חסיד".
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2010 01:16 |
|
| |
פאר רבינו שליט''א, ווי גלייך עס אינטרעסירט עם בכלל אז א בני יואל/זאליס זענען עובר אויף חז''ל, סע טיט עם פינקט אזוי וויי דער מחלל שבת פין קווינס ווי דער מהרס פין קרית יואל ביידע איז ביי עם גענוי אייניג. אוודאי טוט אים נישט וויי אז אידן אין קווינס זענען מחלל שבת, אדער איז בני יואל זאליס זאל חלילה עובר זיין אויף חז"ל, פארוואס זאל אים וויי טאן? עס שאדט עפעס פאר זיין רעביסטעווע אדער פארטיי? אז א איד איז גורם צער השכינה וואס איז דאס זיין דאגה?,
זעסט דאס איז א טיפיקל בני זואל, די בני זואל מיינען אז זיי פיקסן צי כ''ק רבינו שליט''א וועט זיי טרעטן אויף די תורה, אבער דער פאקט איז אז סיטיט עם פינקט אזוי וויי ווי עס טיט עם עם וויי דער מחלל שבת פין קוינס, אין אוודאי טיט עם וויי אז א יוד אין קווינס איז מחלל שבת כל ישראל ערבים זה לזה, אבער קיין שלאפלאזע נעכט האט ער נישט דערפין פינקט ווי דער בעל דברי יואל האט אויך נישט גיהאט קיין שלאפלאזע נעכט פין דעם מחלל שבת אין קווינס צי אין פראנקרייך,
איר ווייסט ווען ס'וואלט עם וויי געטוהן? אויב למשל רבי אלי' סימאן שליט''א אין זיין גלייכן זאלן חתונה מאכן אין דעם גיאסערטן זאל סתם פאר אינטרעסאנקייט, אלי' סימאן אין זיינס גלייכן, באשטייט זיין חשיבות ביי ענק נאר ווייל ער דינט די פארטיי, און רוב מענטשן וואס גייען חתונה מאכן אין דעם זאל, און שפעטער אין די ויואל משה זאלן, זענען אמאל געווען אזעלכע וואס וואלט געדארפט וויי טאן! און במשך הזמן האבן זיי איבערגעלאזט דעם ראט, אויב זאל אלי' סימאן ווערן ארויס אהרוני, טוט שוין דאס אויך נישט וויי.
קודם כל איז דאס נגד התקנות צי שרייבן אויף א רב א מחבר ספרים פלעין אזוי אלי' סימאן, כאטשיג א ר' דעזערווט ער, צווייטענס דער (ר') אלי' סימאן פאקט איין אין לומדות אלע דריי חותמים פין ענקער נייעם בית דין לליצנות ואס איר האט לעצטענס באשאפן, יעצט לענין, וואס הייסט פארטיי? איז דאס עפעס א נייעם נאמען פארן באשעפער? די חשיבות פין רבי אלי' סימאן איז אז ער דינט דעם "באשעפער"!, אין קען זיין אז ביי אייך מיינט דער באשעפער א פארטיי, אין צווייטענס לאמיר דיסטקאסן מהו אהרוני, וואס מיינט א אהרוני?, א אהרוני מיינט אז ער טיט נאר אלעס על פי התורה, מען דאווענט ערליך מע לערנט, מע פירט זיך על פי התורה, טאמער האט מען א סכסוך גייט מען צי א דין תורה אין אויב יענער וויל נישט גיין צי א דין תורה נעמט מען א היתר בית דין צי גיין לערכעות, דאס מיינט א אהרוני, אין יא רבי אלי'ס חשיבות איז אז ער איז א אהרוני, ער איז א ירא שמים א למדן עצום ודחיל חטאין, יעצט וואס הייסט א זאלי/בני יואל?, א זאלי/בני יואל מיינט, אז די תורה האט (חלילה) עקספייערט א טאג פאר דער איסור אויף בני יואל האט עקספייערט, בג''ץ איז א מצוה!, דין תורה איז יהרג ואל יעבור!, ארויס שלעפן ספרי תורות אין די גאס מיט א פרעכע ליצנית איז א מצוה חשיבה, מהודרדיגע פלייש איז טריפה, ממליחה ואילך פלייש איז א הידור מיצוה, שקר איז א מצוה מן המובחר, ליצנית איז זייער חשוב, בקיציר דאס הייסט א בני יואל/זאלי, אין יא אויב רבי אלי' סימאן וועט ווערן אויס אהרוני (ערלעכער איד) אין וועט ווערן א בני יואל/זאלי (א פושעי ישראל אין א מרים יד בתורת משה), וועט אינז אויך נישט וויי טין אויב ער וועט חתונה מאכן אין גיאסערטן זאל, אינז טיט נאר וויי אויב ערלעכע אידן טיען דאס אין נישט פורקי עול, מסיתים ומדיחים, אגב, לאמיר מאכן א שטיקל בעט, וואס מיינסטו גייט זיין מער, אהרונים וואס וועלן געבן דווקא פיש ביי די חתונות, אדער בני יואל/זאליס וואס וועלן נישט נעמען א צווייטן מסדר קידושין אין קרית יואל, (וויפיל זאליס סע ווילן ליגן מאחורי הגדר ווייסן מיר שוין!.
...אזא פערשוין מאכט חתונה... דאס טיט עם פינקט אזוי וויי ווי ווען יאשקע וואלדמאנס טאכטער זאל זיך אנטין הויזן. גראדע נישט, ווען ר' יוסף וואלדמאן'ס טאכטער זאל זיך חלילה נישט אויפפירן ערליך, וואלט ער געטאנצן פאר פרייד, מיט זיין לייכטזיניגקייט וואלט ער הנאה געהאט ווען זיין שונא זאל אפפארן.
איך ווייס נישט צי מיין רבי וואלט זיך גיפרייט אבער איך זיכער...
אזוי אויך זענען זיי גאר בשמחה אז עטליכע אידן האבן בוחר גיווען צי געבן פיש ביי זייערע חתונות אנשטאט פלייש, אין דאס דארף צי זיין א פראסק פאר רבינו שליט''א, דאס וואס ערליכע אידן האלטן זיך צוריק פון געבן "מופקרת" פלייש ביי זייערע שמחות, האט מען נישט געלאזט ביז לעצטנס, אבער אדאנק "עטרת מאיר צבי", קענען אנדערע אידן אויך אפאטעמען, און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס די אהרונים לאזן נישט געבן פלייש אין זייערע האללס.
מיינסט טאקע אז בית רחל פאראדייס גייט פארלירן איין קאסטימער פאר דעם מושחתים זאל פין די בני זואל? אפשר וויזניץ אין מאנסי וועט פארלירן קאסטאמערס אבער זיכער נישט בית רחל פאראדייס!
למעשה בלאבט אלעס ביים אלטן, חוץ איין זאך טוישט זיך אז ביז יעצט האט מען געמוזט האבן דעם ראט פאר מסדר קידושין, און יעצט איז דאס אפשענאל. ניין, גארנישט האט זיך נישט גיטוישט הלכהדיג!, די תורה איז א ניצחית אין מען דארף ווייטער נעמען דעם מרה דאתרא,
גיטוישט האט זיך נאר אז ביז יעצט האט איר גידארפט פארן קיין מאנסי אין האט כאטשיג נישט עובר גיווען אויף חז''ל אין פין היינט אן גייט איר בשאט נפש לאכן פין חז''ל אין אנפייפן די תורה הקדושה!
בני זואל/זאליס וועלן פארן אים שבת מיט א העם סענדוויטש אין פיסק אלעס באתרא דמר, על אפו וחמתו פין מרה דאתרא. פארן ראט וועמען דו רופט מרה דאתרא איז בכלל נישט על אפו וחמתו אז אנדערע אידן זענען עובר חלילה אויף די תורה, אים איז נאר על אפו וחמתו, ווען די פאליטיק גייט נישט אין זיין וועג, ווען אנדערע אידן בויען תורה און אידישקייט אן דעם וואס זאל אים ברענגען כבוד ושררה, דאס איז על אפו וחמתו, ווען איינער טוט עפעס קעגן די תורה חלילה איז דאס נישט זיין געשעפט. אויב קען ער עפעס בענעפיטן פאר זיך פערזענליך איז ער גרייט צו טראגן דעם באשעפער'ס דאגות אויך.
אין וועגן דעם ווייל ער קערט נישט איז ער זיך מוסר נפש פארן באשעפער טאג אין נאכט, וועגן דעם ווייל ער קערט נישט מאכט ער חתונה יתומים ויתומות אין סתם בני עניים אפילי פין זיינע גרעסטע שונאים , ווייל ער קערט נישט איז ער פארנימען יומם ולילה מיט הידירים אין בית השחיטה, אין טעקסעס ביי די שחיטה אין אריזאנא ביי די ווייץ, יא ער האט איין ציל אין זיין לעבן נאר להגדיל התורה ולהאדירה, אין דאס הייסט ביי עם פערעזעטליך בענעפיטן, מיט יעדן איד וואס שטייט אויף פארטאגס לערנען טיט ער פערזענדלעך בענעפיטן, מיט יעדן הידור אין בית השחיטה טיט ער פערזענדלעך בענעפיטן, אין וועגן דעם איז ער דער אנערעקענטער רבן של כל בני הגולה, וועגן דען איז ער דער רבן של ישראל (איך מיין די ערלעכע), אין וועגן דעם זענען אלע גדולי ישראל בדורינו (אין נאכאמאל איך מיין נאר די ערלעכע) אזוי שטארק מעריץ ומחשיב, אין דיינע ביקעס ווערן אראפ גיקיקט ביי יעדן רב, לאמיר נאר זען וויפיל רבנים אויזער די דריי פיר קרית יואלער פורקי עול וועלן דארט מסדר קידישין זיין, אין יא אז די בני זואל טשאזען צי זיין פורקי עול איז דאס נישט אינזער רבינס דאגה, דאס איז דעם הייליגן באשעפערס פראבלעם אין ער וועט זיך שוין א עיצה געבן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2010 04:05 |
|
| |
נעבעך גערעכטערל פלאגט זיך נעבעך אפ צו שרייבן אזעלכע לאנגע מגילות, גערעכטערל איך מיין די זאלסט אויפנעמען אן ארבעטער פאר דעם
תוקן על ידי נערמאלער ב- 28/01/2010 04:07:15
|
|
|
|
|