בית פורומים אידישע געדאנק

ווי נעמט אהרן ט"ב דער רעכט צו מסדר קידושין זיין אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/1/2010 21:29 לינק ישיר 
ווי נעמט אהרן ט"ב דער רעכט צו מסדר קידושין זיין אין קרית יואל

די ארוינים פארפירן סידור קידושין, מרא דאתרא, זיי שעלטן קללות נמרצות אזש אז זיי זענען שוין הייזעריג פון שרייען, אבער איך פארשטיי נישט איין זאך פון ווי נעמט דער אהרן די חוצפה צו מסדר קידושין זיין אין קרית יואל אן רשות פון די מרא דאתרא דער ברך משה זי"ע וואס בתור מרא דאתרא האט ער אים קלאר פארבאטן פון צו זיין מסדר קידושין אין קרית יואל

דא איז דער בריוו



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2010 21:31 לינק ישיר 

דער שארמאשער רב שליט"א איז אן ערליכע איד, ער האט אנגערופן רבינו שליט"א און קלאר גענומען פון אים רשות צו מסדר קידושין צו זיין אין קרית יואל, ער גייט אים עס געבן בכתב אויך אז ער גיבט רשות פאר די ערליכע רבנים צו זיין מסדר קידושין אין קרית יואל והגלילות,

אבער אהרן פייפט זיך פלעין אריין אין די מרא דאתרא



תוקן על ידי נערמאלער ב- 27/01/2010 21:32:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2010 22:24 לינק ישיר 

פרעגסט גוט,

און איך וועל דיר ענטפערן זייער פשוט.

אויב די גייסט מיט דעם בריוו, קומט אויס אז בחייו פונעם ברך משה איז דער ברך משה, אלס דער רבי פון סאטמאר, געווען דער מרא דאתרא אין קרית יואל, אין קיין שום מענטש האט נישט געטארט זיין מסדר קידושין אן זיין רשות, און ר' אהרן האט לכתחלה נאר געמעגט מסדר קידושין זיין ווייל זיין טאטע האט איהם געגעבן רשות.

יעצט דאס איז א דבר פשוט אז דער בריוו זאגט נישט אז דער ברך משה געבט אויף זיין פאזיציע אלס מרא דאתרא אין קרית יואל און ער געבט עס איבער פאר ר' זלמן לייב'ן, ער שרייבט נאר אז איך בלייב ווייטער דער מרא דאתרא נאר פונקט ווי איך האב ביז יעצט געגעבן רשות  צו מסדר קידושין פאר ר' אהרן געב איך יעצט אויך רשות פאר ר'זלמן לייב און ביידע קענען מסדר קידושין זיין מיט מיין רשות, ווייל למעשה שרייבט ער דאך נישט קיין איין ווארט אז ער נעמט עפעס אוועק ר' אהרן. אויסערדעם וואס ע"פ שכל איז משמע אז ער נעמט גארנישט צו פון ר' אהרן, ווייל וויזוי איז דען מעגליך צו געבן עקסקלוסיוו סידור קידושין נאר פאר ר' זלמן לייב, בשעת ער וואוינט דאך אין וומ"ב, דאס מיינט אז ר' זלמן לייב וואלט יעדן טאג געדארפט  פאר קיין קרית יואל מסדר קידושין זיין? ער וואלט געדארפט איבערגעבן סידור קידושין פאר איינער וואס וואוינט אין קרית יואל, דער שארמאשער צו ווער, אלא מאי דאס גאנצע וואס ער שרייבט אז ר' זלמן לייב מעג "אויך" זיין מסדר קידושין.

יעצט, אפי את"ל אז מ'קען אפשר יא מדייק זיין אז ער נעמט אוועק די רשות פון ר' אהרן'ען, איז דאך עס נאר געזאגט געווארן אזוי לאנג דער ברך משה האט געלעבט אין ער איז געווען דער מרא דאתרא, אבער נאך זיין פטירה, איז דער כח אריבער צום נייעם מרא דאתרא, דער נייער סאטמארער רבי, ווער אימער דאס איז, לשיטת הארויניס איז עס ר' אהרן, ממילא איז ער דער זעלבער מרא דאתרא וואס דער ברך משה איז געווען בחייו.

און אפי' את"ל אז ר' זלמן לייב איז דער נייער סאטמארער רבי, ממילא איז ער דער נייער מרא דאתרא, קען זיין, אבער דאס האט דאך גארנישט מיט דעם בריוו, ווייל דער בריוו אדרעסירט בכלל נישט די ירושה פון אדמורות אין קרית יואל, ס"ה רעדט עס בלויז כ"ז ער איז דער מרא דאתרא, אבער פון לאחר מוע"ש רעדט ער נישט.

אין קורצן: מכח דער בריוו איז מומענטאל גארנישט מחייב קיינעם.

(פארשטייט זיך כל האמור לעיל איז נאר אויב מ'זאל מיר אנעמען אז דער בריוו האט בכלל א תוקף ווייל די ארויניס טענה'ן  דאך אז ס'מזויף און דער ברך משה האט עס קיינמאל געשריבן עכ"פ זיכער נישט בדעתו הצלולה, אבער דאס איז פאר איין אנדערס מאל זיך צו טענה'ן.)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2010 00:31 לינק ישיר 

ער שרייבט אבער אז  ראט איז א "מועל בשליחות", וויאזוי איך לערן עס אפ האט יעצט דער רבנות אין קרית יואל דעם זעלבן דין ווי דער נאמען "קהל יטב לב" האט בערכאות, אז מען קען זיך נישט מישן ווערן ס'איז די עכטע,

אין קרית יואל האט דער ברך משה זי"ע (אויב ער האט געהאט דעם דין פון מרא דאתרא אויף די שטאט) געשטעלט צוויי מענטשן מיטן רשות פון מרא דאתרא, און לאחר פטירתו זענען דא צויי קהל יטב לב'ס, מיט צוויי רבנים, וואס יעדער האט די רעכטן, די האללס וואס  ר' אהרן האט געכאפט, איז ער דער איינציגער מסדר קידושין דארט, די האללס פון ר' זלמן לייב איז ער דער איינציגער מסדר קידושין דארט. אויב ער וועט נישט וועלן ארויספארן צו יעדע חתונה וועט ער געבן רשות, פאר שארמאשער אדער אנדערע רבנים צו זיין מסדר קידושין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווי נעמט אהרן ט"ב דער רעכט צו מסדר קידושין זיין אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext