די עופות דורסים (KJ) מיינען אז מיט ווארפען שמוץ אויף יענעם וועלן זיי אויסזעהן שענער, האבן זיי אויסגעטראכט אויף הרב איללאוויטש כאילו ער האט געשחט'ען מוסקאווי, דא האט איר א בריוו פון דעם חשוב'ען רב אליין בכתב ידו, אז "שדבר זה אין לו שחר, לא אמת ולא נכון".
קאנאדער שחיטה האט אין איר גאנצע היסטאריע געשחט'ען קאטשקעס נישט מער ווי 2 מאל, און עס איז געווען פעקין - נאכאמאל "הרוצה לשקר ירחיק עדותו".
דער גרויסער תלמיד חכם וגאון לייכטאג, איז נאך א גרעסערער שקרן וכזבן, ער טענה'עט אז ער האט אליין אוועק געשיקט אין LAB צוויי קאטשקעס שוין מיט 4 וואכען צוריק, די ריזאלטס זענען שטעקן געבליבען אינטערוועגענס.
ר' געצעלע האט מיר אליין געזאגט אויפ'ן טעלפאן, אז מע מעג על פי דין עסען די מוסקאווי קאטשקעס. דער ריקאל איז נאר געווען לחומרא. אזוי האבען אויך געפסק'נט דיין פאלאטשעק און דיין לייכטאג פאר אינגעלייט וואס האבן זיי גערופען פרעגען. - עפעס א וואונדער? דער הייליגער עוף טמא "קוק" האט עס דאך מתיר געווען.
דער פאקט איז, אז די אהרונים האבען געשיקט צו דער זעלבער Guelph University, ערשטענ'ס ווייל קיין אנדער ארט איז נישטא, צווייטענס איך ווייס ווער עס האט זיי געגעבן די אדרעס (די LAB אליין געבט נישט ארויס קיין שום אינפארמאציע, אלעס איז קאנפידענשיעל). מיר ווייסען אבער אז KJ האט געקאלט די LAB פרעגען צו דע ריזאלטס איז אמת - האט מען זיי גע'ענטפער אז יא - ווען זיי האבען זיך גע'עקשנ'ט מע זאל זיי זאגען ווער האט עס אריינגעשיקט און ווען, האט מען אויף זיי אויפגעהאנגען דעם טעלפאן.
 |
|
|