בראותם אז קיינער קויפט נישט זייער קאשע האבן די אהרוינים היינט אנגעהויבן א פרישע ספין. די ספין גייט אזוי:
באמת זענען די קאטשקעס געווען די כשר'ע און נישט די טריפה'נע מאסקאווי, איי פארוואס האט מען געמאכט א ריקאל? ווייל עס איז נתעורר געווארן א חשד אז די כשר'ע איז גאר נישט גלאטיג!
איי שטעלט זיך די שאלה ווי אזוי האט מהודרת פארקויפט נישט גלאטיגע קאטשקע ביז היינט? היתכן אז דרויסענדיגע רבנים זאלן דארפן מאכן א איבערקערעניש כדי די אהרוינים זאלן זיך כאפן אז עס איז דא א פראבלעם בכלל? היתכן אז ווען נישט ר' יצחק שטיין וואלט מהודרת נאך אלס געפיטערט די נישט גלאטיגע קאטשקע? לאהרונים פתרונות.
יעצט בלייט נאר צו זען אויב "דער בלאט" וועט אריינלייגן א יישר כח פאר ר' יצחק שטיין פאר אויפוועקן די מהודרת פארטיי פון זייער זיסע שלאף, און ראטעווען די אהרוינים פון נישט גלאטיגע קאטשקע פלייש.
נשלח ב-31/1/2010 07:53
1 קשיא בלייבט אויף די זעלטען שפאנענדע געשיכטע.
פארוואס האט די בית השחיטה שוין 2 וואכן צוריק געמאכט א ריקאל?? וואסערע חשש איז דעמאלט געווען??