לכבוד דעם מקדש שם שמים וואס האט גענומען די מיה און די טירחה אריינצוזאגן און א טעיפ דעם צעטל וואו ער האט מפרסם געווען די נעמען פון די "אזויגערופענע" מופקרים.
קודם וויל איך מיך אויסדריקן מיין גרויסע שעצונג אז איר האט געהאט די קוראזש אריינצושרייען אייער ווייטאג עד הייזעריק ווערן ועד בכלל, אבער וואו זענט איר געווען ווען דער קידוש השם טראק האט דאס אויסגערופן אין די גאסן?
וואו האט איר זיך באהאלטן?
איר האט געמוזט דינגען א גוי מיט א קינד אינעווייניג אנגעטוהן א מאסק?
עס פאסט נישט... פאר אזא גרויסע קהילה פון יראים ושלימים וואס אייער הארץ ברענט ווען אייער מרה דאתרא'ס כבוד - אוי אנטשולדיגט מיר: ווען דעם אייבערשטנס כבוד - ווערט אזוי ביליג פארשוועכט, אויף אזוי ווייט אז אינדרויסן פון שטאט איז געווען א חתונה אן איהם,
וואו פאסט דאס אז איר זאלט דארפן דינגען גוים ארומצופירן אזא הייליגע טראק?
שוין, זעהט אויס אז איר ברענט נאכנישט אזוי שטארק פארן באשעפערס וועגן, איר דארפט אייך נאך גיין אביסל צולערנען פון די קארט רופערס און שול צושפארערס וויאזוי מען שטעלט זיך פאר גארנישט אפ פארן פארטיי'ס וועגן.
נאכן גרויסן מיטינג וואס מען האט דרינגענד צאמגערופן, וואס קען מען טוהן אפצושטעלן די געפערליכע אונטערגאנג וואס רופט זיך "מאכן חתונה אנדעם וואס אייער הגה"ק זאל מסדר קידושין זיין" זענט איר אויפגעקומען מיט א געניאלן המצאה, וואס? מעגייט אויסשרייען זייערע נעמען אויפן גאס ביז מען ווערט הייזעריק"
פשי הא דאס איז טאקע א וואזשנעם פלאן, אבער דא קום איך צו צו וואס איך האב אייך געוואלט זאגן,
עס טוט מיר טאקע זייער לייד אייך צו אינפארמירן, אבער מיר זענען שוין דורכגעגאנגען ערגערס פון דעם,
מיר זענען שוין געווען קרעציג און אויך ווערעמיג, מען האט אונז געהאקט און געפלינדערט יעדן טאג - פארברענט אונזערע נכסים - ארויסגעווארפו אונזערע קינדער פון זייערע מוסדות - נאכגעשפיגן אויפן גאס - גערופן אין קארט און געמסר'ט, און מיר האבן זיך נישט צופיל צוקראצט דערפון, מיר זענען ב"ה ווייטער אנגעגאנגען טאקע מיטן כח פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע וועמען איר האט פארשמירט אין די גאס נעכטן, און מיר שרעקן זיך גאר ווייניג פון א מייק מיט א הייזעריגע שטימע וואס ווערט העכער און העכער אזש עס קוקט אויס וואו יעדער ליאדער מינוט וועט ער זיך איבערברעכן, איר האט שוין ארויסגענומען די ביג-גאנס, מיר שרעקן זיך שוין נישט פאר אייער טעראר, איר קענט אונז שוין נישט ארויסווארפו פון אייערע מוסדות,
און אנגעהויבן פון די וואך קענט איר אונז שוין נישט איינטיילן ווער עס זאל זיין מסדר קידושין ביי אונזערע קינדער.
דעריבער גייט אן מיט אייער וויי געשריי, דער גוי וואס האט באקומען אזוי שיין באצאהלט נעכטן האט זייער הנאה, ווי אויך מיר האבן הנאה צו זעהן אז דער אלטער הונט איז דא צוריק, שוין לאנג נישט געווען קיין רופן אין קארט באשמוצן מענטשן אויף די גאס, אבער מיר זעען אז איר האט נאכנישט פארגעסן וויאזוי עס ארבייט, מען רופט שוין אין קארט מען שפארט צו שולן און מען באשמוצט מענטשן, דעריבער אדרבא