אינטרעסאנטער שמועס פון הרה"ח ר' משה גבאי (פר"מ) שליט"א
במשך די פארגאנגענע וואך, האט ר' אהרן אונטערגענומען גענומען א מעכטיגע פאני קאל אקציע, טראכטנדיג אזוי אפצושטעלן די היסטארישע חתונה מיטוואך נאכט אין קרית יואל, ווען כ"ק הגה"צ משארמאש שליט"א האט מסדר קידושין געווען כדת משה וישראל, אינעם נייעם "עטרת מאיר צבי" זאל נעבן קרית יואל.
עפעס א בחור'ל האט אנגערופן דעם לאנג יאריגן משב"ק פון די סאטמאר רבי'ס הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א, און ר' משה האט זיך צו אים אראפגעלאזט, און געענטפערט אויף זיינע פראגען, כאטש יענער האט גערעדט אויף רא"ט שפראך, פול מיט צולאזקייט און דרך ארץ צו אן עלטערן מענטש.
וואס עס איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט ווען ר' משה האט אים געזאגט ער זאל זיך גיין זעצן לערנען, און אים ארויסגערימט די מאנרא'ע ישיבה, אז ס'איז א פיינע ישיבה. איך דערפון געזען אז ר' משה איז א בעל אחריות, ער רעדט מיט א אהרונישן בחור, האקט ער נישט אויף זיין ישיבה, אדרבה ער רימט עס אויס, אפשר אזוי וועט זיך דער ליידיגיער פאניקאל-מאכער בחור, זיך וועלן זעצן לערנען.
צו הערן דעם אינטרעסאנטן שמועס. 206-984-5329
|
|