בית פורומים כל העולם כולו

היציגער שבת אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/1/2010 03:27 לינק ישיר 
היציגער שבת אין קרית יואל

.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2010 03:30 לינק ישיר 

פרייטיג צו נאכטס זענען אלע בני יואל זיך צזאמגעקומען אין שארמאשער שול פאר א שבת "התועדות", ביים אהיימגיין האט א הונגעריגער יענקל טארעך נאכגעשריגן כ"ק מרן רבינו שליט"א וועם ער האט געטראפען אויף די גאס "שעם דיך, שפארסט צו א שול", מהאט אים צוריקגעשריגען "מסור".

שבת צופרי האט מען נאכגערשריגען ר' מאיר יודל טענענבוים אויף די גאס.

ביי ש"ס האט אליעזר וואלנערס קאר געכאפט א מהיפכה.

מסתם גייט זיך עס נשט דא ענדיגן.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/01/2010 04:13:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2010 03:35 לינק ישיר 

יא יא אהרונים, ס'מער נישט תש"ן יש דין ויש דיין גייטס ווייטער אן מיט ענקערע מעשי טעראר, ס'האט אסאך כבוד געברענגט פאר ר' אהרן דעמאלטס און דאס וועט זיכער אים ברענגען אויף ווייטער, און פארגעסט נישט אז מסירה איז דורך ענקער רבי'ן געווארן פון די גרינגסטע זאכן דעריבער זאלט איר נישט זיין שאקירט אז עס וועט נאכפאלגן מיט א שיינע פאר ארעסטס!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2010 04:03 לינק ישיר 

לגבי יענקל טארעך. האט דערציילט אלי יערמיאש (די טאטע פון אברהם יקתואל יערמיאש פון קרית יואל) וועלכע קען נישט ווערן נחשד אלץ אן ארוני, פארווער עס קען אביסל די סאטמארע היסטאריע.

דערציילט ער אזוי. אז ווי באקאנט פלעגט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע דאווענען פאר'ן עמוד הושענא רבא ביים הייליגן פעטער זי"ע. איין יאר, דערציילט אלי' (א זקן פון בן שבעים וועלכע פלעגט זיך אסאך דרייען ביים דברי יואל זי"ע (חוץ 6 וואכן וועלכע מ'האט אים נישט אריינגעלאזט צוליב דעם וואס ער האט אריינגעלאזט דעם ברך משה ביי זיין הייליגן פעטער אין בעל האלבער. אבער דאס שפעטער) האב איך זיך נישט גוט געפילט, בין איך אריין צום ברך משה נאך די הושענא רבא, ביי אים אינדערהיים.

ביים טיר טרעפט מיר די רביצין לרפו"ש. און זי זאגט פאר'ן רבי'ן, קוק ווער עס איז אנגעקומען. האט איר די רבי גע'ענטפערט אז ער איז נישט שולדיג. האט אים די רביצין געוויזן די אינטערוועש פון רבינו בעל ברך משה וועלכע איז געווען אינגאנצן בלוטיג. נאכן ווערן צושטאכן פון יענקל טארעך און משה גפן (וויינטשאק). הי"ד

איז אויב דער געמיינע יונג, דער רשע וועלכע האט זיך דערוואגט אויפצוהייבן א האנט אויפ'ן רבי'ן בעל ברך משה זי"ע און אויפ'ן רבינ'ס טאכטער רויזעלע הי"ד, אז ער שרייט נאך דעם רבי'ן שליט"א, איז עס מיר א גרויס כבוד.

ווי באקאנט פלעגט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע שטענדיג זאגן: אז עס איז געווען אין די לאגערן, ווען אידיש בלוט איז געווען הפקר, האב איך איין מאהל אריינגעטראכט דעם פשט אינעם ספוק ברוך היא אלוקינו שבראינו לכבודו והבדלינו מן התועים. ווי אזוי קען מען עס זאגן אין אזא פאל ווען אידיש בלוט גיסט זיך ווי וואסער? נאר ווען איך זעה ווער די רודפים זענען, און איך זעה ווער די נרדפים זענען, דאנק איך דעם רבש"ע אז איך בין פון די נרדפים. ודפח"ח.

די זעלבע דא, ווען איך זעה ווער די נרדפים זענען געווען פון יענקל טארעך וכד דיליה:

רביה"ק בעל דברי יואל (ווי איז דא א גרעסערע צער פון פארלירן א קינד, און נאך דערצי א לעצטע איבערגעלעבטע??)

רביה"ק בעל ברך משה

רויזעלע

און זיי שטעלן אריין רבינו שליט"א אין די קאטאגאריע?

איז אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.


תוקן על ידי יעקב_בער1 ב- 31/01/2010 04:04:12




תוקן על ידי יעקב_בער1 ב- 31/01/2010 04:05:26




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2010 04:11 לינק ישיר 

אליעזר וואלנער'ס קאר - עליו השלום

(יעקב_בער1:)

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/01/2010 06:16:17




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2010 05:09 לינק ישיר 

ווארט נאר ווארט

באלד קומען די קולות

טעראריסטן שלעגער'ס וכו' וכו'

די זעלבע שטייען און שניידן ווייערס. רייסן צעטלעך ביי יענעם אין ביהמ"ד, שרייען נאך מענטשן אין די גאסן, באשמוצן די גאסן מיט פאשקעווילן

און ווען מען רופט עפעס אויס אין די גאס, וואס לשיטתם איז דאך פרידיום אוו ספיטש, און די זעלבע האבן דאך אויך געטון דאס זעלבע ווען זיי האבן געוואלט אויסשרייען זייער ווייטאג און ס'האט זיי קיינער גארנישט געטון (חוץ געשטאנען פון די זייט און געשמייכלט...) איז מאי שנא דא ווען מיר שרייען אונזער ווייטאג טעראריזירט מען, און ווען מען געט יענעם צוריק אזוי ווי ס'קומט זיך, ווי צו זאגן רו איין, אה, דא זענען שוין אלע מוחים דא

 

נו נו

שרייטס שרייטס

ס'וועט ענק גארנישט העלפן

מען וועט מאכן א ליסטע פון די ממזרים, נישט אומזינסט קוקט אויס האט די רבי ז"ל אויסגעלאזט לא יבא ביי איינע פון ענקערע ראשים

 

און למשל יאסי פריד וואס האט געשניטן די ווייערס עש"ק,  ווען ער וועט צוריקכאפן וועט ער שרייען אויך טעראר

ער מעג אלעס (נישט פון היינט....)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2010 16:13 לינק ישיר 

נאך איינער אויסער מיך זעט נישט דא קיין שום ארעסטס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2010 18:47 לינק ישיר 

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 18:48 לינק ישיר 

http://www.youtube.com/watch?v=gXdwQBkQUhA



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 06:40 לינק ישיר 

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 06:40 לינק ישיר 

http://www.youtube.com/watch?v=7H7yw-_Y_DQ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היציגער שבת אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext