ווען מען זאל טיף אנאלזירען די חילוק פון די ארוינים מיט די זאלוינים - בני יואל וועט מען זיך איבערצייגן אז דער עיקר חילוק איז אז ביי די ארוינים איז אלעס "א נצחון אויף דער מינוט" אן קוקן וואס די קאנסעקווענצען אויף ווייטער וועלן ברענגען משא"כ ביי חסידי סאטמאר איז דער עיקר צו קוקן וואס מען גייט אויפטוהן אויף לענגערן טערמין,
מען קען אויף דעם ברענגען צענדליגער אויב נישט הונדערטער ביישפילן אויף דעם אין ערכאות, זיך אריינברעכן אין שוהל, איבערשרייבן בנינים, אנרופן די ריכטער, פארהאלטן נפטרים און נאך און נאך, אלעס נצחונות וואס די ארוינים האבן געהאט אויף די מינוט אבער אין דעם לאנגען טערמין האט זיך עס ארויסגעשטעלט אלס א מפלה פאר זיי און א טובה פאר סאטמאר
דא חזר'ט זיך איבער די זעלבע זאך די ארוינים פארגעסן וויפיל כבוד זייערע אלע שייגעץ שטיק האט זיי געברענגט אין די גאס אלע יארן אז היינט צו טאגס דארפן זיי נאך זיין אויף די דיפענסיוו זיך צו פארטיידיגן און צו זיך פארענטפער'ן אויף די אלע שוידערליכע רשעות וואס זיי האבן אפגעטוהן,
אבער זיי פארגעסן אזוי שנעל ווי א קעצל דרייט זיין וויידל און זיי קומען אלס צוריק צו זייער ערשטע שריט צו איבערדרייען קארס רודפ'ן מחותנים ארויסגעבן מחאות קללקת נדרים ואיסורין וחרמות ושמתות און טערעראזירן, אלעס נצחונות אויפ'ן מינוט, דאס אלעס וואס זיי קענען
תוקן על ידי נערמאלער ב- 31/01/2010 07:21:34
 |
|
|