| נשלח ב-31/1/2010 08:28 |
|
| |
הלכות מרא דאתרא, סידור קידושין והמסתעף
איך עפן דא דעם אשכול וואס כשמו כן הוא : בירור הלכות מד"א.
איך בעט אז ווער עס קען נישט קיין פשוטע יסודות זאל ביטע נישט מגיב זיין.
אויפן פארום דא דרייען זיך היבשע למדנים, זאלן זיי אונז מברר זיין דעם נושא.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2010 08:57 |
|
| |
לענ"ד איז די זאך פשוט בלי חולק. בהקדם אפאר יסודות (איך האב דעקונג אויף יעדן פרט, כהאף בקרוב ארויף צולייגן די מ"מ):
א) אין ממנין פרנס על הציבור אא"כ נמלכין בציבור. טייטש, אז אן וואלן איז קיין רב נישטא!!! נאכאמאל, נישטא!!!
ב) וועסטו וועלן מיינען אז בדיעבד מה שעשו עשוי? איז געקומען דער הייליגער ר"ת (דער זעלבער פונעם חרם קעגן א מס"ק שלא ברשות מד"א) און בפועל מחרים געווען -יא! געלייגט אין חרם- דעם ארויף געצווינגענעם רב! איז אלזא קלאר אז קיין כח מרד"א האט ער נישט. ג אפילו א רב ערוועלט געהעריג מיט רוב, אויב א קבוצה אידן האבן תיכף מכריז געווען: איני מכיר איז נישט חל די התמנות לגבי זיי.
המשך יבוא בע"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2010 09:18 |
|
| |
לאמיר שוין זאגן אז ער איז יא אויפגענומען געווארן פאר רב דא (א זאך וואס איז געווען א שקר פאר די וועלט מעיקרא נאכדעים וואס רובא דרובא פונעם שטעטל האט נישט מסכים געווען צו זיין התמנות וואס מחמת מיעוט העם איז זיין פורומ'ידגע הכתרה פארגעקועמן אין פאליש פון גרויסן בית מדרש, חוץ פון דעם וואס ער איז מעיקרא נאר געווען א מסייע צו דעם מרא דאתרא מרן הברך משה ווי עס שטייט קלאר אין די קאנסוס)
אבער לאמיר זאגן אז יא איז דאך קלאר אז אויב דער רב פירט זיך שלא על פי תורה האבן זיך ערליכע אידן א רעכט אפצטיילן און זיך מאכן א קהילה פאר זיך
אזוי איז געווען אין אלע קהילות אינדערהיים ווי דער רב איז געווען א שגץ צו א רעפארמער צו א ציוני וכדומה האבן זיך די ערליכע אידן אפגעטיילט און געמאכט עקסטערע קהילות און עס איז פאר קיינעם נישט בייגעפאלן צו רופן דעם רעפארמער ראבינער צו מסדר קידושין זיין אפילו ער איז שוין געווען רב אין שטאט פארדעים, אז די ביסט א שגץ מעג מען זיך אפטיילן און מען האט נישט גארנישט מיט דיר
די זעלבע זאך האבן זיך ערליכע אידן א רעכט אפצוטיילן פון דעם שגץ אהרן וואס פירט זיך קלאר אקעגן די תורה, יארן לאנג האט ער געפייניגט אידן, געגאנגען און ערכאות און אויסגעריסן מיט א קאלטקייט די גאנצע ענין פון גיין אין קאורט, און נאך א לאנגע ליסטע, ממילא האבן ערליכע אידן די פולסטע רעכט זיך אפצוטיילן און זיך צו מאכן אן עקסטערע קהילה מיט עקסטערע שחיטה און מקוה און סידור קידושין
מען איז נישט מחוייב צו האבן מיט א שגץ קיין שייכות און אזוי איז איבעראל אזוי געווען ווי פריער דערמאנט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2010 09:41 |
|
| |
אינטרעסאנטע זאך
ראט פירט דאך א ביטערן קאמף מיט "כולל שומרי החומות" לצדקת רבי מאיר בעל הנס. געבן זיי לעצטנס ארויס א בלעטל מסביר צו זיין פארוואס מען דארף שטיצן זייער ניי ערקלערטע רמבעה"נ.
האבן זיי די וואך א גאנצן מאמר ווי זיי זענען מסביר, אז די גאנצע זאך פון "שטעט" איז היינטיגע צייטן בטל געווארן, ווייל צוויי מענטשן קענען וואוינען אין איין שטאט און מען האט נישט קיין שום שייכות, ממילא איז היינט דא א נייע זאך וואס הייסט "קהלות" אויב ביזסטו א אהרוני, האסטו נאר מיט זייער פארטיי, און דו האסט נישט קיין שום שייכות צו דיין נעקסט דאר שכן, וואס איז למשל א קאשויער, ווייל ער איז פון אן אנדערער קהלה. דער סך הכל איז אז מען האט נאר א השתעבדות צו די אהרונישע רמבע"נ ווייל דער ענין פון שטעט איז בטל, וכו' וכו'.
ווי קאמיש דאס קלינגט, אויף צו שטיצן הייליגע מוסדות אין ארץ ישראל, וועלכע מוטשענען זיך צו האלטן על טהרת הקודש, דער גרעסטער כולל אין ירושלים עיה"ק, פאר זיי דארף מען נישט געבן קיין געלט מער, וועגן א פורים תורה אז די שטעט זענען בטל געווארן. איי רביה"ק זי"ע איז אויך געווען אין אמעריקא נאך די קריג, און האט געהאלטן אז מען איז יא מחויב זיי צו שטיצן. דער הייליגער ברך משה זי"ע איז אויך געווען אין אמעריקא נאך די קריג, און האט געהאלטן אז מען איז יא מחויב זיי צו שטיצן. אבער ראט איז קלוגער, די שטעט זענען בטל, מען דארף נאר שטיצן די "אייגענע"...
איין מינוט, די שטעט זענען טאקע בטל, אבער נישט אויף אלעם. לגבי דעם וואס ער האט חשק אז די בני יואל זאלן אים נעמען פאר סידור קידושין אין די גלילות פון קרית יואל, אויף דעם זענען די "שטעט" נישט בטל... ער איז שטאטס ראבינער.
וויאזוי שטייט אויף חומת הדת קעפל די וואך שלך שלי, שלי שלי, שלך שלי, שלך שלי, שלי, שלי, שלי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2010 16:43 |
|
| |
ואם תמצא לומר אז מען האט איהם אויפגענומען אין קר"י, איז ער דאך נישט מרא דאתרא אין וואדבעררי א) די וואודבערי איינוואונער האבן נישט געשטימט אז עס זאל ווערן די גלילות פון קר"י ב) וואדבערי איז א פיל פאכיג גרעסערע שטאט ווי קר"י, עס וואלט זיך מער געפאסט אז קרית יואל זאל זיין א גליל פון וואדבערי ,און די ראבינער פון די רעפארם קהילה און וודבערי זאל מסדר קידןשין זיין און קר"י, און נישט אז דער רעפרם ראבינער פון קר"י אין וואודבערי
אבער דאס איז נאר את"ל, למעשה איז ער קיין מרא דאתרא נאר א מרה שחורה
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2010 17:23 |
|
| |
למעשה איז ער קיין מרא דאתרא נאר א ריכטיגער פרה דאתרא
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2010 17:32 |
|
| |
אז מען רעדט שוין פון "הלכות מרא שחורה".איז געווען מקובל אין אלע דורות אז אויסער די ד' חלקי שו"ע איז דא פינפטע חלק, וויאזוי א רב בישראל דארף זיך אויפפירן.
ראט האט אמאל מחדש געווען ביי א דרשה, אז ס'איז דא א זעקסטע חלק וויאזוי זיך צו שלאגן מיט שונאים.
דעם פינפטן חלק האט ער קיינמאל נישט געלערנט, אבער ליידער האט ער זיך זייער שטארק פארלערנט אינעם זעקסטן חלק, אז ער האט פארגעסן פון די ערשטע פיר חלקים.
דאס איז געווען אנגענומען א כלל גדול אין אלע דורות, אז א רב וואס האט זיך אויפגעפירט ווי א חיה רעה איז אין ערגעץ נישט אנגעקומען.
זאבעל האט נעבעך מסביר געווען פאר די בחורים, אז אייביג וועט מען זיך מיט זיי שלאגן! און ער איז גערעכט, ווילאנג זיי האבן אזא סארט פירער\פארפירער וואס וועט זיך מיט יעדן שלאגן אפשפארן בתי מדרשים און מאכן אומבאקוועם פאר הונדערער מתפללים טעגליך, ארומפארן מיט טראקס מבזה זיין דעם צדיק העיר הגה"ק משארמאש שליט"א, זאלן זיי זיין געראכטן אז מען וועט עס נישט פארשווייגן, צי מען וועט זיך באנוצן מיט פונקטליך די זעלבע מיטלען ווי זיי איז שווער פון פאראויס צו וויסן, אבער עס איז וויכטיג זיי זאלן גוט געדענקען, אז זיי שלאגן זיך היינט צו טאג מיט א ריזיגן ציבור לאלפים, וואס וועלן דערביטערן דעם רא"ט'ס לעבן אויב זיי וועלן זיך וואגן צו טשעפען דעם שארמאשער רב. טראקס קען יעדער דינגען. ראט האט אויך א טעלעפאן וואו מען קען מאכן פאני קאלס, אדער קען מען קאלן סאשעס סעלפאון, ראט מאכט אויך חתונה אייניקלעך, און מען קען אויך זיינע קינדער, (די וועלכע האבן גערופן אין קאורט זייער אייגענעם זיידן), משוגע מאכן א גאנצן טאג ביום החופה.
נישט אז מען זאל דאס חס ושלום טאן, פארוואס זאל מען די אידן מצער זיין? ובכלל שטייט אין ספרים זייער הארבע זאכן אז מען זאל נישט מצער זיין א בעל שמחה בעת שמחתו.
עס איז בלויז וויכטיג צו געדענקען אז ווען די אהרונים לערנען דעם "זעקסטן שולחן ערוך", ווערן אויך די אידן פון די קהילות היראים געוואויר פון די אינטרעסאנטע הלכות, און מען קען עס אמאל נוצן צוריק קעגן זיי אליין...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2010 17:48 |
|
| |
לו יהא, אז רא"ט איז יא מרא דאתרא, לו יהא, ער איז נישט קיין נעלאגישע רב, לו יהא, ער איז ווען יא ערוועלט,
כבר היה לעולמים
און די שטאט סערדעהעל איז געווען צוויי ארטאדקסישע רבנים מיט צוויי קהלת
עס איז געווען הרב וויינבערגער די זיידע פון ר' הילל וויינבערגער שליט"א
און הרב כ"ץ דער זיידע פון וויען'ע רב
זיי זענען געווען און די זעלבע צייט, זענען ביידע געווען ערלעכע אידן, נישט ווי ביי אינזער פאל,
און נאך אזעלעכע פארשידענע פעלער,
נאכאמאל דא ביי אינזער פאל איז דאס נישט די רעדע,
דאך וואלט געווען אינטערסאנט אויב איינער קען אביסל היסטוריע,
אראפ צי ברענגען יענע מציאת,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 31/01/2010 17:58:43
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2010 18:03 |
|
| |
| פארשטייצעך כתב: |  | אבער עס איז וויכטיג זיי זאלן גוט געדענקען, אז זיי שלאגן זיך היינט צו טאג מיט א ריזיגן ציבור לאלפים, וואס וועלן דערביטערן דעם רא"ט'ס לעבן אויב זיי וועלן זיך וואגן צו טשעפען דעם שארמאשער רב. טראקס קען יעדער דינגען. ראט האט אויך א טעלעפאן וואו מען קען מאכן פאני קאלס, אדער קען מען קאלן סאשעס סעלפאון, ראט מאכט אויך חתונה אייניקלעך, און מען קען אויך זיינע קינדער, (די וועלכע האבן גערופן אין קאורט זייער אייגענעם זיידן), משוגע מאכן א גאנצן טאג ביום החופה.
נישט אז מען זאל דאס חס ושלום טאן, פארוואס זאל מען די אידן מצער זיין? ובכלל שטייט אין ספרים זייער הארבע זאכן אז מען זאל נישט מצער זיין א בעל שמחה בעת שמחתו.
................. |
|
ליידער פארשטייען זיי נאר די שפראך לאמיר האפן אז זיי וועלן אוועק שטיין פין אלע ערליכע רבנים וועט מען נישט מיזען יעדע געלעגהייט מבזה זיין זייער פירער דער ווילאיכ'ער רב
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2010 21:51 |
|
| |
אינטערעסאנטע תשובה

|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|