בכור שוטה גיי איינמאל אריין אין גרויסן בית מדרש אין וויליאמסבורג וועסטו קענען הערן די התעוררות'דיגע של"ס תורה פון רבינו שליט"א
איך קען א אינגערמאן וואס האט געלערנט אלס בחור אין צעירים אין קעי זשעי, און זיין טאטע האט איך דערנאך געשיקט אין קווינס לערנען, דער בחור איז אריין צום שיעור ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס לערנט טעגליך פאר מיט א מורא'דיגע חריפות און הסברה (יא דער מעכטיגע עם הארץ געט יעדן טאג א רייכן סוגיא שיעור),
דער בחור איז ממש געווארן צומישט, ער האט געהאלטן אין איין הערן אז דער זלמן לייב איז א משוגע'נע עם הארץ.... שלש סעודות תורה זאגט ער פון א צעטל..... ער קען נישט קיין ווארט לערנען.... און דא זעהט ער ווי לערנט פאר אזעלכע טיפע שיעורים מיט אזא געשמאקייט
דער בחור (שוין היינט א אינגערמאן) איז געווארן א פייערדיגע חסיד פונעם רבי'ן, איינזעענדיג די אלע באלאני מאקאראני וואס די ארויני מאשין פארקויפט, ער טענה'ט אז ער האט נאך קיינמאל אין זיין לעבן נישט פארשטאנען אזוי גיט א שטיקל גמרא ווי ווען דער רבי שליט"א האט דאס אים מסביר געווען
|
|