ממש א ליצנות, אין די צייט וואס זיי האבן מאכיל געווען פאר כלל ישראל עופות טמאות,און א חודש צייט האט מען דאס געלייקענט מיט אלע סארט בלאט ליצנות,
דארף מען אזא איינעם נעמען פאר מסדר קידושין?
מעג מען חתונה מאכן אין זייערע האללס?
ביי פינקל האט מען איבערגעדרייט א וועלט, אבער דא ווען א קהלה קדושה האט בשאט נפש מאכיל געווען עופות טמאים פאר אידן, שוין נאכדעם וואס מען האט געכאפט דעם מכשול, אלעס פאר'ן כבוד פון די פארטיי, האבן זיי נאך די חוצפה ארויסצושטעלן מחאות קעגן ערליכע אידן וואס ווילן מיט זיי נישט האבן קיין שייכות.
היינט צו טאג ווען די אהרונים ווייסן שוין קלאר אז מען האט גע'שחט'ן מאסקאווי קאטשקעס אין קרית יואל,
פארוואס הענגען נישט קיין מחאות קעגן די פירערס פון בית השחיטה?
פארוואס הענגען נישט קיין מחאות קעגן די שוחטים וואס האבן בזדון לבם מכשיל געווען את הרבים?
פארוואס פארלאזט מען זיך ווייטע אויף די שוחטים וואס האבן פאלש עדות געזאגט אז ס'איז געווען פעקין?
וויאזוי האט זייער הארץ נישט געקלאפט?
וויאזוי קענען אידן היינט געטרויען אזא בית השחיטה?
וויאזוי קען מען זיך פארלאזן אויף אזעלכע שוחטים?
קהל יטב לב דראט האט ארויסגעגעבן א צעטל?
די ערשטע צעטל נאך דעם שרעקליכן מכשול פון זייערע בית השחיטה?
וואס שטייט אויפן צעטל?
אז מען דארף מפשפש במעשים זיין, אז אזא שרעקליכער מכשול איז ארויס פון זיי?
הייבט זיך נישט אן!
א צעטל קעגן דעם צדיק העיר הגה"ק משארמאש שליט"א.
שעמטס ענק! שעמטס ענק!