| נשלח ב-1/2/2010 06:38 |
|
| |
גענעראל פארזאמלונג? אויף וועלכע שערוריה?
אין שכינות'דיגן פארועם ווערט געמאלדן:
ברעיקינג: גענעראל פארזאמלונג דינסטאג נאכט אין קרית יואל
דעם דינסטאג נאכט גייט אי"ה פארקומען א גרויסער גענעראל פארזאמלונג אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל איבער די שרעקליכע פירצה נוראה וואס איז פארגעקומען.
ווייסט איינער וועגן וועלכע "פירצה נוראה" מען גייט דארט רעדן?
אפשר וועגן דעם שרעקליכן מכשול פון די עופות טמאים?
גייט מען דארט ארויסגעגעבן א תשובה פאר די אלע וועלכע זענען נכשל געווארן?
גייט מען דארט מעביר זיין די שוחטים, וואס האבן פאלש עדות געזאגט אז ס'איז געווען פעקין?
גייט מען דארט מעביר זיין די הנהגה פון די בית השחיטה, וואס האבן געפאפט דעם ציבור?
גייט מען דארט קנס'ענען דעם "בלאט" פאר זיין ראלע און פארפירן דעם ציבור, אז מען מעג עסן די קרית יואל'ע קאטשקעס, ווייל ס'איז קלאר אז ס'איז פעקין?
גייט מען זיך אנטשולדיגן פאר הרה"ג ר' יצחק שטיין דער רבי המעורר, אז מען האט על לא דבר באשמוצט אינעם טמא'נעם בלאט?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2010 16:09 |
|
| |
אזוי ווי די ארונים ווייסן אז מהרי"י שליט"א איז געווארן אויס רב ווען מען האט אויף עם געשריגן צי און בית מדרש צי אויפן גאס, פון ווייסן זיי דאס? ווייל ס'איז דאך אליינס געשטאנן און בלאט.... און נישט נאר און בלאט איז עס געשטאנן נאר א יעדער האט געוויסט דערפין עס איז נישט געווען קיין סוד....... זאל דער עולם נישט מיינען אז וועגען דעם איז בון איך אויך מער נישט רב, ניין ביי מיר איז אנדרשט איך בין די גרעסטע רבי און דער וועלט, און איך ווער נישט אויס רב וועגען מען שרייט אויף מיר, און נאך א זאך ביי מיין ברידער האט געשריגן הרה"ח העסקן המרומם ר' יוסף בראך שליט"א און ביי מיר שרייט נאר יעקב ברוך
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2010 20:25 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2010 22:35 |
|
| |
עס קומט אי"ה ארויס ממחרת פונעם אסיפת התחזקות, א בריוו פון נאך רבנים וואס זענען ממליץ דעם סידור קדושין להלכה, דעריבער זאלן זיי זען צו רעדן דארט וואס מער שטיסים והבלים, ס'וועט אלס צוגעבן מער חן צום בריוו...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2010 22:51 |
|
| |
די מודעה פון די גענעראל פאזאמלונג איז יום ב' לסדר והודעתם את הדרך ילכו בה
אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה המצויה אתה בידינו הוא הנתינה ע"י משה רבינו ע"ה,
אין אונזער תורה וואס איז געגעבן געווארן בסיני ווי סשטייט אין די וואכעדיגע סדרה איז נישטא אזא פסוק והודעתם את הדרך ילכו בה די וואס טרעפן נייע תורות נייע מסורות די וואס האבן אויסגעריסן די עשרת הדברות, עוקר געוען אנכי ה"א געמאכט א פאבליק סקול אראפגעריסן די מזוזות סזאל נישט דערמאנט ווערן שם השם, די וואס האבן עוקר געווען כבד את אביך און שלעפן דעם טאטען אין געריכט
דער וואס איז מאכיל עופות טמאים לאכט אפ פון די מסורת האבות, בעסערע מצות בעסערע פלייש בעסער פון יעדעם
דער מאכט נייע פסוקים אין די תורה, דער מאכט נייע פסקים און הלכות קידושין דער מאכט נייע פסקים ווי מצה גזולה עקירת קידושין יחוד שטיבל גזולה סידור קדושין גזולה מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אין די אני מאמין'ס זאגן יעדן טאג אני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת, ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו, ,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 02:11 |
|
| |
דער ציבור קוקט ארויס בכליון עינים אז דער היסטאריקער מרדכי אהרן זאבעל זאל אויפטרעטן מיט זיינע פערל ווערטער נאכאמאל ביים גענעראל פארזאמלונג און האלטן דעם עולם געשפאנט מיט זיינע ברייטע ידיעות אין היסטאריע פון די לעצטע 50 יאר אין סאטמאר, אזוי אז דער עולם זאל האבן צו שמייכלן פאר די קומענדיגע 50 יאר, מיר האפן אז ער וועט אונז נישט אנטוישן.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 05:12 |
|
| |
דער זאבעלע איז א גיטער שעלטער מן הסתם האט ער זיך געלערן"ט ביים ווילאכיגער ראט אדער טרייט ער זיין סטייל אפשר וועט ער איין טאג ווערן א מא"ז אין דער רא"ט וועט עם אויף עסן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 15:42 |
|
| |
למכה ארוינים בבכוריהם, האלב ארוינים זאגן יא אפגעשטיפט, אבער זייערע משיחיסטן האלטן עס גייט יא זיין
אויף די ארונים סייט כל העולם מעלדן זיי
סאיז אפגעשטופט צוליב די שמחה בבית רבינו שליט"א
| |
ווערט געזוכט א מנין אידן צו לאכן הויעך אויפן קול פאר גוט באצאלט...! היינט אינדערפרי האט מען געברעיקט די נייעס דא אויפן פארק אז מארגן נאכט גייט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג אין גרויסן שול אין קרית יואל, ווי עס וועלן זיך צוזאם קומען די פקחי העדה מטכס עצה זיין וויאזוי מ'ספראוועט זיך מיטן שוידעליכן סידור קידושין פראבלעם. די שרעקליכע פארלוסט פון מאכט וואס מ'קען בשום אופן נישט אראפשלינגען, און שמייסט אין פנים און מ'קען נישט צוריקגיין צום סדר היום נארמאל. אזש אז מ'שפירט פאר וויכטיג אז אפילו די גאר מצויינים בחורים זאלן זיך ארומדרייען אין שטעטל פלינדערן און טערעראזירן. און דאס דארף יעדער אוודאי געוויס פארשטיין אז אזאלכע מעשי טעראר וואס קומט פאר אין קרית יואל די לעצטע פאר טאג איז א דירעקטער "קלאפ אין טיש" פונעם סבלן וקדוש הדור, וואס האט אין א ענגע אסיפה מיט זיינע יועצים אין ספינערס, נאכן זיך אויסגיסן מר לבו פאר די פארזאמלטע באשלאסן אז מ'שיקט ארויס די בחורים אויף א מיסיע ס'זאל יעדער וויסן אז ווען מ'איז מסדר קידושין אנע רשות פונעם מרא דאתרא ווערט מען גלייך נענש בידי... אדם...
און די פאלגזאמע בחורים, די גייענדיגע חלה דעקלעך, מעמבערס אינעם מיטעלמאן פאמילע קלאב, זענען טאקע געגאנגען אויף די הייליגע מיסיע ביז מסירת נפש ממש. אבער דא איז אנטשטאנען א פייער צווישן די יועצים ביים קדוש אין שטוב, מאנכע זאגן אז אפיציעל טאר קהל אדער דער רבי נישט זיין פארמישט אין די מעשי מחאה (לייען טעראר), נאר די בחורים און אינטערנעט/בלאט שרייבער זאלן טוהן די ארבעט, וואס גראדע קען דאס לשיטתם די מערסטע אויפטוהן, ווייל למשעה קען קהל אדער דער רבי מער נישט סטראשען היינט מיט גארנישט, די בני יואל האבן א אייגענע תלמוד תורה, בית החיים, חתונה זאל, מסדר קידושין. און דארפן שוין גענצליך נישט צוקומען צו די אהרונישע סערוויסעס. ווידער איז דא א שטארקע צד אז מ'טאר דאס נישט לאזן לויפן, דער רבי אליין און אלע רבנים ודיינים מוזן זיך אויפשטעלן מוחה זיין. און איך דארף אייך נישט צו זאגן אז ווען אונזער ר' אהרן שטעלט זיך אויף זאגן דברי מחאה בלייבט נישט קיין טרוקן אויג פון די פערל ווערטער וואס דער סבלן שיט ארויס פון זיין הייליג פיסקל...
אלזא איז דא געשעהן אזוי, די עקסטרעמע צד האט מפרסם געווען די נייעס אז ס'גייט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג דעם דינסטאג ווי מ'וועט משמיע זיין דברי מחאה, און דערנאך איז געווען געפלאנט א ריזן אקציע ווי ס'האט געזאלט זיין אז מ'וועט די אינגן שיקן פראטעסטירן, איבערדרייען קארס, וואנדאליזירן און וואס נישט ממש ווי אין די צייטן וואס ר' אהרן איז געווען רב בתפארתו... ווייטער די צווייטע צד האט פרובירט אפצולייקענען אז דאס איז א בלויזער זאלי ספין, און אין דברים בגו, און דא האט נאך צוגעשפילט דעם דורכפאל מיטן היימיש פאברעצירטן פסוק. און זיי האבן אנגעארבעט מעשים אז דער פארזאמלונג זאל טאקע נישט פארקומען. נאך שווערע השתדלות ביים קדוש'ל אליינס וואס האט ווידעראמאל "געהאקט אין טיש" אז מ'טאר נישט די זאך לאזן לויפן, נאר טאקע ס'זאל זיין שטיל אין שטעטל ע"פ דרכו (און דאס איז טאקע ער אליינס געוועזן.... דפח"ח!), האט מען ביי אים גע'פועל'ט אז מ'וועט שוין טרעפן אנדערע מיטלען וויזוי זיך נוקם צו זיין אין דעם שילדקרויט, מארגענשטערן, ברייער, שארמאש, מישמאש ( דאס איז אלע נעמען וואס רבי יונה האט געקענט פאברעצירן דערווייל...) אבער דער פארזאמלונג זאל בשו"א נישט פארקומען, איי וויזוי וועט מען זיך ארויסדרייען דיפלאמאטיש? איז אויף דעם אויך געווען אן עצה, מ'וועט זאגן אז מ'קען נישט יעצט ווייל דער רבי מאכט חתונה... סארא ליצנות! וויפיל מאל עס איז שוין פארגעקומען אין די היסטאריע פון סאטמאר העפטיגע פאליטישע אקטיוויטעטן אין די טעג בעפאר א שמחה און גלייך נאך די שמחה אויב נישט ביי די שמחה זעלבסט...? לרבי יונה הפתרונים!
תוקן על ידי 1satmar ב- 02/02/2010 15:45:44
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/2/2010 23:06 |
|
| |
ענדליך גייט עס היינט פארקומען.
|
|
|
|
|