איידער איך וועל באשרייבן די מעשה שהיה, וועל איך קודם שרייבן די הלכה וואס איז נוגע צו די מעשה.
עס איז דא אן הלכה "כלה בלא ברכה אסורה לבעלה כנדה", אז א כלה וואס מען האט נישט געזאגט ביי די חתונה די ברכות איז אסור כנדה.
אין רמב"ם ווערט גע'פסק'נט אז דאס מיינט די 6 ברכות (דאס איז די שבע ברכות אן די ברכה פון בורא פרי הגפן), און אזוי ווערט אויך גע'פסק'נט אין טור, למעשה אין די אחרונים ב"י און דרכי משה איז דא א מחלוקה צו מען פסק'נט אזוי, אזוי אויך אין די שפעטערע פוסקים איז דא א גאנצע מבוכה אז וואס וועט זיין אויב א מענטש איז אויף א פלאץ ווי עס איז נישט דא קיין מנין און מען קען נישט זאגן די שבע ברכות, אבער למעשה בלייבן די פוסקים לחומרה, "אז מען מיז זאגן די ברכות און אויב נישט איז דא אן איסור צו וואוינען אזוי".
אצינד וועלן מיר מאכן א שטיקל הקדמה
ווי יעדער ווייסט שוין איז פארגעקומען א חתונה אין וואדבערי פארגאנגענע מיטוואך פרשת בשלח, און עס איז געווארן א גרויסע מחלוקת הפוסקים וואס דער דין איז, אז אזוי ווי דער זאל געפונט זיך נאנט צו די שטאט קרית יואל, צו גייט עס אריין אין גלילות פון קרית יואל ממילא טאר מען נישט דארט מסדר קידושין זיין אנעם רשות פונעם מרא דאתרא, און אנדערע האבן געטענהט אז עס האט נישט קיין שום שייכות מיט קרית יואל, געווען אפי' וואס האבן געוואלט טענה'ן אז קרית יואל האט נישט קיין מרא דאתרא, למעשה האט האט הגה"צ משארמאש שליט"א ארויסגעגעבן א בריוו אז עס איז נישט דא קיין שום פקפוק, און אזוי אויך האט ער געטוען א מעשה רב, און מסדר קידושין געווען ביי די חתונה אין וואדבערי.
קהל יט"ל אין קרית יואל, וואס הגה"צ בעל אגלי דבש שליט"א איז זייער דיין, האט ארויסגעגעבן א בריוו ווי זיי זענען מוחה אנטקעגן די קידושין, אינעם בריוו פאררופן זיי זיך אויף די פסק פונעם דיין שליט"א אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין, או זיי שרייבן אינעם בריוו בזה"ל, "וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים מכוערים כאלה, ולא יצטרפו לשום דבר שבקדושה", דערנאך ווערט אויסגערעכנט די נעמען, און בתוכם הגה"צ משארמאש שליט"א.
אצינד לענינינו, נעכטן זונטאג פרשת יתרו איז פארגעקומען א חתונה אין קרית יואל, ווי דער מחותן הרה"ח ר' יודל האלענדער שליט"א האט מכבד געווען הגה"צ משארמאש שליט"א מיט ברכה אחרותא, במילא אויב נעמען מיר אן די פסק פון קהל יט"ל אז ולא יצטרפו לשום דבר שבקדושה, קומט דאך אויס אז עס איז נישט געזאגט געווארן קיין ברכה אחרותא ביי די חתונה, איז די כלה אסור כנדה, ע"כ וויל איך מעורר זיין קהל יט"ל אז זיי זאלן ארויסקומען מיט א בריוו און מפרסת זיין די נעמען פון די חתן אין די מחותנים, אז וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים מכוערים כאלה.
לכל מאן דבעי' למידע, דער מסדר קידושין ביי די חתונה איז געווען הגה"צ בעל אגלי דבש שליט"א.