בית פורומים אידישע געדאנק

שוידערליך!!! פסולע קידושין אין ק"י, זונטאג פרשת יתרו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/2/2010 20:24 לינק ישיר 
שוידערליך!!! פסולע קידושין אין ק"י, זונטאג פרשת יתרו

איידער איך וועל באשרייבן די מעשה שהיה, וועל איך קודם שרייבן די הלכה וואס איז נוגע צו די מעשה.

עס איז דא אן הלכה "כלה בלא ברכה אסורה לבעלה כנדה", אז א כלה וואס מען האט נישט געזאגט ביי די חתונה די ברכות איז אסור כנדה.

אין רמב"ם ווערט גע'פסק'נט אז דאס מיינט די 6 ברכות (דאס איז די שבע ברכות אן די ברכה פון בורא פרי הגפן), און אזוי ווערט אויך גע'פסק'נט אין טור, למעשה אין די אחרונים ב"י און דרכי משה איז דא א מחלוקה צו מען פסק'נט אזוי, אזוי אויך אין די שפעטערע פוסקים איז דא א גאנצע מבוכה אז וואס וועט זיין אויב א מענטש איז אויף א פלאץ ווי עס איז נישט דא קיין מנין און מען קען נישט זאגן די שבע ברכות, אבער למעשה בלייבן די פוסקים לחומרה, "אז מען מיז זאגן די ברכות און אויב נישט איז דא אן איסור צו וואוינען אזוי".

 

אצינד וועלן מיר מאכן א שטיקל הקדמה

ווי יעדער ווייסט שוין איז פארגעקומען א חתונה אין וואדבערי פארגאנגענע מיטוואך פרשת בשלח, און עס איז געווארן א גרויסע מחלוקת הפוסקים וואס דער דין איז, אז אזוי ווי דער זאל געפונט זיך נאנט צו די שטאט קרית יואל, צו גייט עס אריין אין גלילות פון קרית יואל ממילא טאר מען נישט דארט מסדר קידושין זיין אנעם רשות פונעם מרא דאתרא, און אנדערע האבן געטענהט אז עס האט נישט קיין שום שייכות מיט קרית יואל, געווען אפי' וואס האבן געוואלט טענה'ן אז קרית יואל האט נישט קיין מרא דאתרא, למעשה האט האט הגה"צ משארמאש שליט"א ארויסגעגעבן א בריוו אז עס איז נישט דא קיין שום פקפוק, און אזוי אויך האט ער געטוען א מעשה רב, און מסדר קידושין געווען ביי די חתונה אין וואדבערי.

קהל יט"ל אין קרית יואל, וואס הגה"צ בעל אגלי דבש שליט"א איז זייער דיין, האט ארויסגעגעבן א בריוו ווי זיי זענען מוחה אנטקעגן די קידושין, אינעם בריוו פאררופן זיי זיך אויף די פסק פונעם דיין שליט"א אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין, או זיי שרייבן אינעם בריוו בזה"ל, "וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים מכוערים כאלה, ולא יצטרפו לשום דבר שבקדושה", דערנאך ווערט אויסגערעכנט די נעמען, און בתוכם הגה"צ משארמאש שליט"א.

 

אצינד לענינינו, נעכטן זונטאג פרשת יתרו איז פארגעקומען א חתונה אין קרית יואל, ווי דער מחותן הרה"ח ר' יודל האלענדער שליט"א האט מכבד געווען הגה"צ משארמאש שליט"א מיט ברכה אחרותא, במילא אויב נעמען מיר אן די פסק פון קהל יט"ל אז ולא יצטרפו לשום דבר שבקדושה, קומט דאך אויס אז עס איז נישט געזאגט געווארן קיין ברכה אחרותא ביי די חתונה, איז די כלה אסור כנדה, ע"כ וויל איך מעורר זיין קהל יט"ל אז זיי זאלן ארויסקומען מיט א בריוו און מפרסת זיין די נעמען פון די חתן אין די מחותנים, אז וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים מכוערים כאלה.

לכל מאן דבעי' למידע, דער מסדר קידושין ביי די חתונה איז געווען הגה"צ בעל אגלי דבש שליט"א.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/2/2010 20:32 לינק ישיר 

אין ווער גייט זיין די מסדר קדושין דעם ה' יתרו ביים סבלן'ס חתונה גייען זיי נעמען רשות פין די ריכטיגע מרא דאתרה רבינו שליט"א אזוי ווי רבינו הק' בעל ברך משה ז"ל האט געזאגט אז ער זאל מסדר קדושין זיין אין ק"י אין בעל עגלי דבש האט באשטעטיקט אז נאר רבינו שליט"א קען זיין מסדר קדושין אין די געגענט פין ק"י ווייל ווער עס האט געזען די בריוו פין די ארונישע קהל פאריגע וואך זעט דאך אז זיי שרייבן נישט פלען אין זייער צעטיל ווען זיי רעדען פין זייער רבי'ן נאר זיי שרייבן ארויס מהר"א ט"ב קימט אויס אז דער דיין'ס בריוו איז יא פאר רבינו שליט"א אז נאר ער אין קיינער נישט זאל מסדר קדושין זיין אין ק"י

איך וועל עס טרייען ארויף צי לייגן דא די בריוו פין די ארונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2010 20:53 לינק ישיר 

נוטראלער ביזט ריזיג!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2010 21:41 לינק ישיר 

נוטראלער
מען קען ציען די חקירה ווייטער, אז וויבאלד הגה"צ משארמאש שליט"א איז דארט געווען ביי די חופה, האט דאך דער אגלי דבש געדארפט אנטלויפן, אויסצופאלגען זיין אייגענע הוראה "וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים מכוערים כאלה" און וויבאלד ער איז נישט נישט אנטלאפען, אפשרהאט ער א דין ווי א אינו מציית לדברי חכמים, און ער איז פסול צו זיין א מסדר קידושין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שוידערליך!!! פסולע קידושין אין ק"י, זונטאג פרשת יתרו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext