| נשלח ב-2/2/2010 04:03 |
|
| |
מ'דארף איינפירן א ספר יוחסין!
צוליב די נייע שוידערליכע פירצה בחומת היהדות און טהרת המשפחה וואס די רשעים האלטן זיך נישט אפ פאר גארנישט מיין איך זייער ערנסט אז ממוז איינפירן א ספר יוחסין וואו סזאל שטיין פונקטליך ווער סהאט דארט חתונה געהאט, אז מזאל וויסן אין יארן ארום אז מטאר זיך מיט זיי נישט משדך זיין!
קיינער ווייסט דאך נישט מה יולד יום, און וואס וועט געשען מיט די חתנים און זייערע קינדער, און וואו זיי גייען אנקומען, סקען אנקומען צו די אנדערע עק וועלט, און ווער וויל זיך אריינלאזן משדך זיין מיט א קינד וואס איז פגום?!
איך זע עכט נישט קיין אנדערע עצה.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 04:11 |
|
| |
פון די ק"י עסקנים הער איך אז עס גיט זיין א האט-ליין פאר דעם צוועק.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 04:13 |
|
| |
א האטליין איז נישט לעולם ועד, נישט גענוג גוט, סדארף זיין א געהעריגע ספר וואס זאל הייסן "די פגום קינדער".
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 04:28 |
|
| |
קאנפוירמד!!! ווי נאר מ'האט געברענגט פאר הגה"צ משארמאש דעם שוידערליכן באריכט אז ביז_אהער וחבריו עפענען א האטליין וועגן טהרת המשפחה האטער פארבאטן צו מסדר קידושין זיין אינעם נייעם זאל אן רשות פון דעם מרא דאתרא....
ווי זאגט נאר יענער: ווען חלה דעקלעך וואלט געווען גאלד וואלט ר' אהרן געווען א טריליאנער!
תוקן על ידי לאפלאש ב- 02/02/2010 04:32:01
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 04:56 |
|
| |
קאנפירמד!!! די ציווילדעוועניש וואס זעהט זיך אן אויף לאפלאש'ן אזש זיין פענע האט זיך גענומען גיסן מער ווי זיין מויל קען שרייען, איז כלל נישט קיין דירעקטע תוצאה פון די האט-ליין נייעס, און אויך נישט קיין תוצאה פונעם קול מחאה וואס ווערט געהערט פון אידן יראים וחרדים וועלכע פארשפרעכן א גענצליכע אפשיידונג פון די ביליגע אויסגעשפראכענע רשעים. נאר, דאס איז די תוצאה פון א געוויסע חתונה אין וואודבערי די פארגאנגענע מיטוואך נאכט וועלכע האט געזאלט גיבן גרויס חיזוק דעם לאפלאש'ן, אבער אין פאקט איז - אנשטאט - זיין גייסט עפעס גענצליך צורידערט געווארן, ווי עס זאגן עדות אלע ליינער.
לאפלאש: ביזט נישט אליין! נישט נאר דו ביסט אזוי צעטראגן נאכן גרויסן "זיג", נאר אויך דער פורץ גדר אליין דער יואל מארגנשטערן וועלכער איז געווען ערווארטעט צו זיין אין גאר א גוטן שטימונג נאך די גרויסע זיגרייכע סידור קידושין, ובפרט ווען ביי די הייליגע בנ"י אידן איז ער באקרוינט געווארן מיט א "כבוד קדושת", איז אויך צו יעדנ'ס ווינדער אריינגעפאלן אין א פארלוירענע שטימונג פול מיט אבילות, אז מ'האט געמוזט זאפארט פארופן א התחזקות שבת, און אזש די גרעסטע חברי הבי"ד הגדול שבקיעפ סטריט האבן געמוזט מאכן א ספעציעלע ניחום אבלים רייזע צום פורץ גדר, ועל צבאם דער גז"לן אליינס בכבודו.
אלזא, ביסט נישט אליינס, זייט אייך אלע מחזק אינאיינעם. ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן.
איי פרעגסטו: ווען??
ס'הייסט?!.. ביי די קומענדיגע וואלן !!!!!!!!!!!!
נישט אזוי?...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 05:22 |
|
| |
מנחם מענדל איך גלייב נישט אז דו האסט באמערקט, אבער דאס האט יעדער יא באמערקט אז זינט די וואודבערי חתונה בוסטו ממש צושאקעלט, דו פארלאנגסט חרמות קנמות און איסורים, דו סטראשעסט אז די אלע ד' מיתות וועלן באטרעפן די בעלי שמחה און דעם מסדר קידושין. היצטערט לאמיר זיך א פרעג טאן ווער איז צושאקעלט און צושוידערט?
און נישט פארגעסן אז דאס איז בלויז נאך א חתונה אין עפעס א טאן אוו וואדבערי וואס געפינט זיך היבש ווייט פון קרית יואל, איין באשעפער ווייסט וואס ס'וועט געשעהן ווען דער חתונה זאל אויף לארקין דר. וועט אי"ה געפענט ווערן, און מה דאך אז ביי די חתונה האט די כלה געוויינט מיט קראקעדייל טרערן פאר די חופה אז זי וויל דעם הייליגן ר' אהרן פאר א מסדר קידושין קען מען זיך שוין אוודאי פארשטעלן צו ערווארטן אז דארט וועט דער חופה שטאנג צופאלן, א האיטי ערדציטערניש וועט באטרעפן דאס פלאץ און אלע פארזאמעלטע וועלן איינגעזינקן ווערן אזוי ווי ביי קרח'ן
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 06:15 |
|
| |
וואס פשט פון דעם נארישן וויץ חלה דעקל?
אז איך וועל אנפאנגען רופן די זאליס "זאלץ מעסטל" וועט מיך דער עולם אנקוקן ווי א פון זינען גערירטער.
נו, פונקט אזוי קוק איך אן לאפלאש.
שטייט איין בהמה און מאכט אפ: איך גיי רופן יענעם און יענעם אזוי און אזוי און אלע בהמות טאנצן אים נאך, ווייל דער בהמה וואס איז באגאנגען די נארישקייט צום ערשט איז א פאפולערער בהמה. נו, אז יענער פאפולערער בהמה האט אפגעמאכט אז ס'איז א גוטער וויץ מסתמא איז עס א גוטער וויץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 06:45 |
|
| |
וויפיל גייט קאסטן די ספר היוחסין?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 18:01 |
|
| |
[quote]מנחם מענדל איך גלייב נישט אז דו האסט באמערקט, אבער דאס האט יעדער יא באמערקט אז זינט די וואודבערי חתונה בוסטו ממש צושאקעלט, דו פארלאנגסט חרמות קנמות און איסורים, דו סטראשעסט אז די אלע ד' מיתות וועלן באטרעפן די בעלי שמחה און דעם מסדר קידושין.[/quote] לאפלאש, דו ווילסט רעדן ווי א היידפארק שרייבער? אדער ווילסט רעדן צום ענין. דו ווילסט וויסן פארוואס מיר שרייען? כעל דיר זאגן. די פארגאנגענע וואך האט דיין נייע כבוד קדושת דער פורץ גדר געטוהן א זאך וואס די "רבי ז"ל" (יא: רבי ז"ל!!...) שרייבט אז "חיובא רמיא" לעשות "כל מיני" כנסות וכפיות וגו'. טא איז אונזער צייט יעצט צו טוען דעם פליכט און שרייען. אבער עטס זאליס, פון ענקער זייט איז דאך עס געווען א געוואלדיגע "עררייכונג" ניין?.. נו וואס שעלט עטס יעצט מיט קאטשקעס?! וואס זענט עטס ביזי מיט וויזשניץ יעצט?! פארוואס יעצט האט עטס ערפינדן די עטליכע נייע "קנאקעדיגע כינויים" אויפ'ן רבי'ן?! פארוואס יעצט?! עולם הפך ראיתי???די מצב שפילט דאך ענק מכלומרשט פאזיטיוו, ניין?? שאלט'ס מיט ענקער געווינס!! רעדט'ס פון די חתונה!! זייט'ס פרייליך!! פארוואס ברויך מען יעצט חיזוק שבתים? פארוואס דארף יואלי'ש יעצט ניחום אבלים באזוכן פון זיינע פארלוירענע פריינד?? פארוואס זעהט זיך אזא זויערקייט און נעגאטיווקייט אויף אלע קרעציגע פנימער??? דאס איז וואס איך פרעג. און די תירוץ איז: סעט נאך קומען גוטע צייטן. ביי די נעקסטע וואלן!!!!!.....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2010 18:50 |
|
| |
פארוואס פעלטאויס א ספר יוחסין? יעדער פארשטייט אלייענס, אז פון ווערים און קרעטץ, שטייט מען מיילען ווייט, אזוי די עבריינים און פורצי גדר זענען ווערמדיג און קרעציק, די זעלבע ווערעמדיק אוון קרעציג וועלן זיין די דורת,
|
|
|
|
|