עס איז פאר אינז א כבוד צו האבען דער הייליגער נציב, דברי מלכיאל, הג''ר שמואל סאלאנטער, וכו וכו' אויף איין זייט אין עס איז אינז נאך א גרעסערע כבוד ווען אינזער קעגנער האט דעם אינטערנעט רב אויף זייער זייט
נשלח ב-2/2/2010 21:35
די צעטיל דא אויבן איז געבאקען און געמאכט געווארן פון דעם אינטערנעט ראביי און מאכיל נבילות וטריפות ראביי יצחק שטיין.
די צעטיל האט גארנישט מיט די בית השחיטה פון קרית יואל, טאמרע עס האט מיט איינעם האט עס מיט די מאסקאווי קאטשקעס וואס יצחק שטיין שחט אין G&G, און דאס שיקט ער ארום צו לעב.
נשלח ב-2/2/2010 21:38
ווי איך הער איז "בטל בשישים" פון חז"ל אינטער א גרויסע פראגע צייכען, זיי האבען דאך נישט געהאט קיין לעבס, היות היינט איז דא לעבס דארף מען יעדע שאלה שיקען צי א לעב און מער נישט פסק'נען בטל בשישים, אינו בן יומו,נטל"פ, בטל ברוב, וכדומה
קודם האט דער אהרוינישער פראפעגאנדע מיניסטער פארבירט צו פארקויפן אז די פלייש איז בכלל נישט געווען פון די אהרוינישער בוטשער... יענער האט געקויפט פלייש אין א גוי'אישע געשעפט און ארויפגעלייגט א לעבל פון KJ
דערנאך האבן זיי פארקויפט אז באמת איז דאס יא געווען פעיקין נאר די לעב. קען דאס נישט באשטעטיגן ווייל די זאלצן האט חרוב געמאכט די DNA
--
יעצט האבן מיר א צעטל פונם לעב. וואס זאגט קלאר: 1. די פלייש האט געהאט א פלאמבע פון KJ 2. די פלייש האט DNA פון דעם טריפה'נעם מוסקאווי
----
פראבירט מען יעצט א פרישע שיטה: 1. די צעטל איז פאלש 2. מוסקאווי איז בכלל כשר!
דער פראפעגאנדע מיניסטער כאפט נישט אז 1. קיינער וואגט נישט היינט ארויסצוגעבן א פאלשע צעטל און ווערן געסאו"ד מיליאנען, און אויב פאלש האט דאס נישט געדארפט נעמען 3 וואכן. 2. קיין שום רב בימינו און קיין שום רב און פוסק בדורות הראשונים קען נישט מתיר זיין לאכילה א "עוף דורס"... לידועתכם, מוסקאווי איז א "עוף דורס".
נ.ב. איך בין באמת נייגעריג אויס הרב אילאוויטש פון בראזיל איז דאס באמת מתיר אדער דאס איז א בלבול פונם הייד פארק שרייבער. אויב איז ער דאס מתיר קען מען זיך נישט פארלאזן אויף זיינע הכשר.
לא לחינם האבן די אהרוינישע פאראפעגאנדע מניסטארן פארבירט צו פארקויפן אז נאכן זאלצן קען מען נישט זען די DNA דעריבער האבן זיי נישט צוריק באקומען די ריזאלטס פון די לעב... קליינע קעפלעך.
איך וואלט אריינגעישט פעיקין און באקומען א בריוו אז עס איז פעיקין.
עני וועי, די לעב. באשטעיטיגט אז די פלייש האט געהאט א "פלאמבע" פון KJ און עס האט DNA פון מאסקאווי.
נשלח ב-2/2/2010 21:47
רבי יונה אז דער צעטיל איז געבאקן ווען קומט שוין ענדליך ארויס די רעזולטס וואס דער ראבינער לייכטאג האט פארלאנגט???
נשלח ב-2/2/2010 21:52
נפל דו די ווייסט דיין רב המכשיר איז מתיר צו עסן טשיקען אין טורקי די טארסט נישט עסן פין זיין הכשר זיין זענען אויך דורס (לשיטת בעל האינטערנעט אז עסן מייזען אין ראטען הייסט דורס)
נשלח ב-2/2/2010 21:54
רבי יונה דע צעטיל איז פון איינע פון די באגלייטענס פונעם ברך משה'ן עס האט גארנישט מיט די קאטשקעס
נשלח ב-2/2/2010 21:54
מ'זעט דא קלאר אז דער צעטל איז געשיקט געווארן צו ר' יצחק שטיין, און כ'ווייס נישט וויאזוי די לאבראטאריע האט פעסטגעשטעלט אז די פלייש קומט טאקע פון קרית יואל (וואס מיינט chain of costudy?).
אבער דאס איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט, די לאבראטאריע שרייבט דאך קלאר אז עס קען קומען פון א "הייבריד וואס די מוטער איז געווען א מוסקאווי", וואס איז אקוראט וואס דער בית השחיטה המהודרת האט געזאגט פון די ערשטע מינוט - אז אויפן אויסזען האט מען נישט געזען קיין גרויסע חילוקים, אבער ס'איז דא א חשד אז מ'האט געמישט די אייער אין העטשערי, און דערפאר האט רבינו שליט"א באלד באפוילן צו מאכן א ריקאל.
יעצט שטעלט זיך ארויס אז דער ווייטער חשש איז טאקע געווען א ריכטיגער, ליידער. אבער די איינציגע בית השחיטה וואס האט גענומען שריט דערוועגן געפינט זיך אין קרית יואל!
און זיי האבן נאך די חוצפה איר צו באשמוצן דערפאר!!!
נשלח ב-2/2/2010 21:59
באלאנד כתב:
רבי יונה אז דער צעטיל איז געבאקן ווען קומט שוין ענדליך ארויס די רעזולטס וואס דער ראבינער לייכטאג האט פארלאנגט???
געב אכט דיין שפראף
הגאון הרב לייכאג איז א זעלטענע גאון 'אין ירא שמים', צווישען אים אין דער אינטערנעט גאון איז א שטארקע חילוק
הגאון רבי אפרים שמעון אין הגאון דומ''ץ סאטמאר ב''פ ועוד האבען קלאר געזאגט אז להלכה דארף מען אפי' נישט חייש זיין אפי' די לעב זאגט אז ס'איז מוסקאווי
1- מ'קען זיך פארלאזען להלכה אויף די עדות פין די שוחטים
2-אפי' ס'איז מוסקאווי, איז דא א גרויסע מחלוקה אויב דאס איז נישט קיין מסורה'דיגע קאטשקשע, ד''ה אפי' ביי די אשכנזים איז אויך דא פלעצער ווי מ'עסט עס לכתחילה (ר' שמואל סאלאנטער ז''ל, הרב אילאוויטש, כו')
אין ספעציעל אויב מ'האט במילא געמאכט א ריקאל 'לפנים משה''ד' דארף מען מער גארנישט חייש זיין.
נשלח ב-2/2/2010 22:00
געגאנגען כתב:
מ'זעט דא קלאר אז דער צעטל איז געשיקט געווארן צו ר' יצחק שטיין, און כ'ווייס נישט וויאזוי די לאבראטאריע האט פעסטגעשטעלט אז די פלייש קומט טאקע פון קרית יואל (וואס מיינט chain of costudy?).
אבער דאס איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט, די לאבראטאריע שרייבט דאך קלאר אז עס קען קומען פון א "הייבריד וואס די מוטער איז געווען א מוסקאווי", וואס איז אקוראט וואס דער בית השחיטה המהודרת האט געזאגט פון די ערשטע מינוט - אז אויפן אויסזען האט מען נישט געזען קיין גרויסע חילוקים, אבער ס'איז דא א חשד אז מ'האט געמישט די אייער אין העטשערי, און דערפאר האט רבינו שליט"א באלד באפוילן צו מאכן א ריקאל.
יעצט שטעלט זיך ארויס אז דער ווייטער חשש איז טאקע געווען א ריכטיגער, ליידער. אבער די איינציגע בית השחיטה וואס האט גענומען שריט דערוועגן געפינט זיך אין קרית יואל!
און זיי האבן נאך די חוצפה איר צו באשמוצן דערפאר!!!
"רבינו שליט"א"'ס נאמען איז נישט דערמאנט געווארן אין ערגעץ, ניטאמאל אין בלאט, קיין דרשה און בריוו איז נישט ארויסגעקומען פון אים -אויפן זעלבן סארט ווי ווען ער האט געעפנט די בית השחיטה. ער האט געהייסן? ער האט בכלל געוויסט דערפון? דערצייל אלע פרטים וואס נאך ער האט געטון נאכן זיך דערוויסן פונעם שערוריא.
נשלח ב-2/2/2010 22:04
איינער ווייסט וואס יצחק שטיינ'ס ניק איז דא אויף היידפארק ווייל איך זע אז זיין אימעיל האט ער אויסגעמעקט. נישט נאר דאס, נאר אפילו די דעיט האט ער אויסגעמעקט. פארוואס וויל ער נישט אז מען זאל וויסן ווען ער האט באקומען דעם בריוו? עפעס א קאווער אפ מאכט ער דא.
ראביי שטיין, אויב וואלט איר געווען אן ערליכער איד און איר וואלט מורא געהאט אז ס'איז פארהאן א חשש פון מאכיל זיין נבילות וטריפות וואלט איר געטאן וואס ערליכע אידן טוען און זיך פארבינדן מיט די רבנים המכשירים.
אבער אנשטאטס זענט איר תיכף געלאפן אויף היידפארק און זיך גענומען צו באשמוצן די בית השחיטה פון קרית יואל און נאכדעם האט איר גענומען א קאטשקע וואס איז געשאכטן געווארן ביי G&G און דאס אריינגעשיקט צו א לעב אין קענעדע מיט א פלאמבע פון קרית יואל (אין אמעריקע האט ער נישט געקענט טרעפן קיין לעב. ער האט געמוזט גיין ביז קענעדע) און נאכאמאל אלעס כדי צו באשמוצן קרית יואל.
נשלח ב-2/2/2010 22:05
געגאנגען כתב:
מ'זעט דא קלאר אז דער צעטל איז געשיקט געווארן צו ר' יצחק שטיין, און כ'ווייס נישט וויאזוי די לאבראטאריע האט פעסטגעשטעלט אז די פלייש קומט טאקע פון קרית יואל (וואס מיינט chain of costudy?).עס מיינט א פלאמבע
אבער דאס איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט, די לאבראטאריע שרייבט דאך קלאר אז עס קען קומען פון א "הייבריד וואס די מוטער איז געווען א מוסקאווי", וואס געווענליך ווען די מיטער איז א מאסקאויי איז די קינד אויך וואס איז אקוראט וואס דער בית השחיטה המהודרת האט נישט געזאגט פון די ערשטע מינוט - אז אויפן אויסזען האט מען נישט געזען קיין גרויסע חילוקים, חליקים פון וואס ? ווען האבן זיי גהאט אנדערע ? אבער ס'איז דא א חשד אז מ'האט געמישט די אייער אין העטשערי, נישט דא אזא מציאות אין אמעריקע און דערפאר האט רבינו שליט"א באלד באפוילן צו מאכן א ריקאל.ווי האט ער געהייסן מאכן א ריקאל? עס איז דא א צעטיל פון אים? אדער פון ר'געציל? אין צווייטענס אין בלאט איז געשטאנען אז ר' יואל ווייס האט געזאגט אז ביי אונז נוצט מען דאס נישט. דעמאלטס ווי האט געקענט קומען דער רבי אין זאגן אז מעןו זאל מחמיר זיין?
יעצט שטעלט זיך ארויס אז דער ווייטער חשש איז טאקע געווען א ריכטיגער, ליידער פארקערט ווי עס איז געשטאנען אין בלאט. אבער די איינציגע בית השחיטה וואס (האט גענומען שריט דערוועגן געפינט זיך אין קרית יואל!)האט געשחטן מאסקאווי קאטשקעס
און זיי האבן נאך די חוצפה איר צו באשמוצן דערפאר!!!