בית פורומים כל העולם כולו

קאטשקעס לאבאטאריע רעזאלט צוריקגעקומען!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/2/2010 22:06 לינק ישיר 

אכן נודע הדבר!

ווי בוימל אויפן וואסער איז ארויפגעשווימען דער ריינער אמת וואס מ'האט געוואלט פראבירן צו באהאלטן אונז.

עס שטעלט זיך יעצט ארויס אז די עטליכע מיליאון דאללער וואס די קרית יואל'ער הנהלה האט אריינגעלייגט אויפצובויען דעם "בית השחיטה המהדרת" איז בלויז געווען א שלייער! יא, ממש אזוי. א שלייער צו פארדעקן די ריכטיגע מעשים וואס מ'האט געוואלט טוען.

ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס האט מען לכתחילה אויפגעבויעט דעם גאנצן פראיעקט בלויז צו קענען מאכל זיין פאר אידן טריפנה קאטשקע'ס! שומו שמים!

געמיינט האבן די אנפירער פון קרית יואל אז זיי וועלן קענען באהאלטן פון די אידן וואס זיי ווילן און אידן וועלן זיך אנשטאפן מיט טריפה פלייש, למעשה איז עס נישט געלונגען און זייערע מאטיוון זענען - געלויבט צו ג-ט - פריצייטיג אנדעקט געווארן.

אחד היה אברהם, דער גאון אדיר און פוסק הדור און מומחה הכי גדול ביותר בעניני כשרות הרה"צ ר' יצחק שטיין וועלעכער האט געפאקט די בית השחיטה בי די מעשה 'רעד הענדעד' און מ'האט ברוך השם אויפגעדעקט זייער שלייער און די מאסן שחיטה פון טריפה פלייש וועט זיך אי"ה אויפהערן.

אידן איבער די וועלט שטייען צו דער זייט פון רבי יצחק און דאנקן אום אן שיעור פאר זיינע פולע לייסטונגען בעניני הכלל והפרט ובעיקר פארן אויפדעקן דעם פאברעכען.

----

וויצן אין א זייט געלייגט.

וואס שעמט זיך דער רב מיט זיין נאמען אז ס'איז אויסגעמעקט? און פארוואס איז די דעיט פונעם צעטיל אויסגעמעקט סיי אויבן און סיי אונטן? איך פרעג נאר ווייל איך וויל וויסן וואס מען באהאלט.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 22:09 לינק ישיר 

לעבעדיגער כתב:

זייער סארקאסטיש אין פארדינסט א פאסטן אין בלאט אפיס

אבער דער מציאות פאטשט אין פנים מען האט געשחטן טריפענע קאטשקעס אלס מהודרת

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 22:22 לינק ישיר 

איין מציאות וואס פאטשט אין פנים איז אז היינט צו טאג איז דא נאר איין בית השחיטה אין אמעריקע וואס איז גרייט אפן מודה צו זיין ווען מ'טרעפט דארט א פראבלעם!

ועל זה גאוותינו!

נ.ב.
און פאר זאגן "טריפה" אדער "נבילה" אויף א עוף וואס מיליאנען ערליכע אידן האבן געגעסן אמאל, און טויזנטער עסן נאך היינט, דארף מען נישט נאר זיין א קאלטבלוטיגער רשע ווי די בני יואל, נאר אויך אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן.

פארשטייט זיך אז אין אונזערע מקומות עסט מען דאס נישט, און מ'וועט אי"ה ווייטער נישט עסן. אבער אזוינע פראבלעמען מאכן זיך כסדר אין די כשרות וועלט, און איבעראל וואלט דאס פארשוויגן געווארן, אויסער אין איין איינציגן בית השחיטה, וואס פארדינט פאר דעם אליין מיט שטאלץ איר צונאמען "המהודרת"!
תוקן על ידי - געגאנגען - 02/02/2010 22:27:10

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2010 22:27 לינק ישיר 

1- האלט איר אז דער אינטערנעט גאון האט נאר געשיקט צו די קאנאדישע לעב, אדער נאר דאס גיבט ער ארויס

2- אויב איז די לעב געשיקט געווארען דורך דעם אינטערנעט רב דאן הודרן קשיא לדוכתיה פארוואס מאכט ער נישט קיין ריקאל אויף די איבער 100 קאטשעקעס וואס אינטערנעשענאל גלאט (וועלכע איז אינטער זיין אימעווערדיגע הכשר) האט געקויפט פין קרית יואל ג' ויגש???????

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2010 22:42 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
 פארוואס מאכט ער נישט קיין ריקאל אויף די איבער 100 קאטשעקעס וואס אינטערנעשענאל גלאט (וועלכע איז אינטער זיין אימעווערדיגע הכשר) האט געקויפט פין קרית יואל ג' ויגש???????

אויף דעם? שוין מילא, איך בין גרייט מוותר צו זיין, אבער אויף די 163 וואס ער האט גענומען ב' וישלח און אויף די 173 וואס ער האט גענומען ה' וירא בין איך נישט גרייט אראפצושלינגען....

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 22:43 לינק ישיר 

רעב יאנקל איבער דעם סמכות פון 'הגאון' לייכטאג קענען מיר זיך נאך גרינג פארמעסטן,

איינער וואס האט אין זיינע אינגע יארן שטודירט אין א קאלעדזש איז קיין גאון נישט!
איינער וואס זיינע איידעמער און שנירן ווערן פארארדענט אפצוהאקן קשר מיט זייערע עלטערן איז קיין גאון נישט!
איינער וואס האט זיך בלויז אנגעטוהן א הויכען ביבער היט פאר א קאווער אפ פון זיינע אומווערדיגע מעשים איז קיין גאון נישט!
 
און דער א.ג. גאון איז דאך מכלומרשט ווער ס'האט באשטעלט די לעב ריזאלטס,
און פאר אנדערע האט ער געזאגט אז די עס איז נישטא קיין שום שאלה ארום די קאטשקעס נאר א שאלה פון שנאת חינם,
גיי פאסמאקעווע דיך מיט אנדערע גאונים ווי מיט דעם שטריק!!!!

תוקן על ידי באלאנד ב- 02/02/2010 22:45:40

תוקן על ידי באלאנד ב- 02/02/2010 22:57:00

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 22:45 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט איין זאך פארוואס איז נישט דא א בריוו פונעם מרא דאתרא אדער פונעם דיין דער בעל מכשיר וואס די הלכה איז פינקליך ? 
אין פטור אן עסק וואס זיי וועלן זאגן דאס וועט מען טוען
וואס איז דעס אזוי פארנעפלט אז מען דארף נאכקוקען דא אויף היידפארק וואס מען דארף טוען?

תוקן על ידי געלעכטער ב- 02/02/2010 22:47:02

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 22:50 לינק ישיר 

געלעכטער... די ביסט גוט! ווען מען כאפט מיר מיט נבילה וואלט איך אויך קודם געלייקענט און נאר דערנאך געגעבן פארנעפעלטע תשובות...

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 23:01 לינק ישיר 

זאלונים היקרים, 2 פאקטן זענען דא, די איבריגע זענען סתם געמויזעכצער.

דהיינו:

1) מוסקאווי איז "נישט" טריפה. (עכ"פ אלע פריערדיגע גאונים ופוסקים וגדולים ביז 2010 האבן אזוי געהאלטן..)
2) די בית השחיטה האט אין א "אויסערגענטליכע" שריט (א זאך וואס ביי 82 זאלסטו נישט 'חלומען' פון אזא ערשיינונג) צוריקגערופן אלע קאטשקע פלייש "תיכף פון די ערשטע מינוט" וואס די ספק איז אויפגעברענגט געווארן, וואס - אגב - די מיינונג פון די דיינים איז אז עס איז לגמרי נישט קיין 'חיוב' עס צו פארשן און אוודאי נישט צו צוריקרופן, זייענדיג א כשר'ע עוף.

דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/2/2010 23:07 לינק ישיר 

נפל וועלכע קאטשקעס ניצט פאפא????

כ'האף ביסט נאך גוט מיט דעם פאפא'נער

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 23:11 לינק ישיר 

מענדל

1) עס איז א פאקט אז די פארמער זאגן אז מוסקאווי איז א "עוף דורס" אפילו די אייגענע קינדער. דעריבער איז נישט קיין שום נפק"מ וואס דער גדול אדער יענער גדול האט געזאגט אפילו א גדול ווי רב אילאוויטש פון בראזיל. די יארן מאכט איך נישט קיין נפק"מ.

2) די שרייבסט א שקר גמור! אז די בית השחיטה האט צוריק גערופן "תיכף פון די ערשטע מינוט"... דאס איז א פרעכער שקר... איך וועל דיר דערמאנען וואס עס איז יא געווען "תיכף פון די ערשטע מינוט"... קודם האט גענומען א וואך ביז דער בלאט איז ארויסגעקומען (במשך די וואך האט מען גארנישט געהערט פון די בית השחיטה אדער פון די רבנים). נאך א וואך האט דער בלאט "געלייקענט" די גאנצע מעשה און האט נאך אריינגעלייגט א חוצפה'דיגע קעפל אויפן ערשטען זייט אז מהודרת האט גאר אפגעראטעוועט אלע אנדער בתי השחיטה... און מוסיף געווען חטא על פשע מיטן באשמוצן דעם חשובע'ן רב וואס האט אפגעראטעווען דעם אהרוינישען פארטיי פון עסן טריפה קאטשקע פלייש.

הערשט א וואך דערויף (2 וואכן נאכדעם וואס די פרשה האט זיך אנגעהויבן קאכן) האט די "הנהלת בית השחיטה" אריינגעלייגט א טריקענע צעטל אז מען זאל צוריק ברענגען די קאטשקעס און הערשט נאך 2 וואכן שפעטער האבן די אהרוינישע דיינם ארויסגעגעבן א איסור!

אז זאג נאכאמאל אז "תיכף פון די ערשטע מינוט"....

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 23:18 לינק ישיר 

איך לייג עס ארויף ווייל סאיז ממילא געווען אויף די גאס אבער איך מיין איז אז סאיז א נארישקייט די צעטליך

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2010 23:23 לינק ישיר 

מנחם_מענדל כתב:
זאלונים היקרים, 2 פאקטן זענען דא, די איבריגע זענען סתם געמויזעכצער.

דהיינו:

1) מוסקאווי איז "נישט" טריפה. (עכ"פ אלע פריערדיגע גאונים ופוסקים וגדולים ביז 2010 האבן אזוי געהאלטן..)
2) די בית השחיטה האט אין א "אויסערגענטליכע" שריט (א זאך וואס ביי 82 זאלסטו נישט 'חלומען' פון אזא ערשיינונג) צוריקגערופן אלע קאטשקע פלייש "תיכף פון די ערשטע מינוט" וואס די ספק איז אויפגעברענגט געווארן, וואס - אגב - די מיינונג פון די דיינים איז אז עס איז לגמרי נישט קיין 'חיוב' עס צו פארשן און אוודאי נישט צו צוריקרופן, זייענדיג א כשר'ע עוף.[/quote]

[quote]זאלונים היקרים, 2 פאקטן זענען דא, די איבריגע זענען סתם געמויזעכצער.

דהיינו:

1) מוסקאווי איז "נישט" טריפה. זאל דער בעל מכשיר פונעם מהודרת בית השחיטה ארויסגעבן אזא בריוו אז עס נישט טריפה אין ווי לאנג מען שחט שוין די מאסקאווי קאטשקעס אין די מהודרת(עכ"פ אלע פריערדיגע גאונים ופוסקים וגדולים ביז 2010 האבן אזוי געהאלטן..)
2) די בית השחיטה האט אין א "אויסערגענטליכע" שריט (א זאך וואס ביי 82 זאלסטו נישט 'חלומען' פון אזא ערשיינונג) ווי למשל צומות הגידין וואס מען האט געטראפן נאר אין מאנרא ביי די מהודרת צוריקגערופן אלע קאטשקע פלייש "תיכף פון די ערשטע מינוט" וואס די ספק איז אויפגעברענגט געווארן, פון דינסטיג ויחי ביז די צייטונג פרשת וארא מיט א שמות געבאקענע בלאט פון פרשת שמות איז אביסעל מער ווי א מנוט  ואראוואס - אגב - די מיינונג פון די דיינים איז אז עס איז לגמרי נישט קיין 'חיוב' עס צו פארשן און אוודאי נישט צו צוריקרופן, זייענדיג א כשר'ע עוף.
איז וויפיל אזעכע כשרע עופות שחט מען ביי די מהודרת?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2010 23:34 לינק ישיר 

נפל, סארי פאר דיין נישט פארשטיין מיינע ווערטער.
"פון די ערשטע מינוט" מיינט ביי מיר פון די ערשטע מינוט וואס דער רעיון איז געברענגט געווארן פאר די רבנים. נישט פון די ערשטע מינוט וואס היידפארק, נאכגעפאלגט פונעם שמוציגן איד האבן פאבריצירט א מעשה.

ולידיעתך, די מוסקאווי קאטשקעס וועלכע זענען אנגעקומען צו דשי ענד דשי האבן נישט קיין שייכות מיט די גאנצע מעשה.

דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/2/2010 23:37 לינק ישיר 

נפל כתב:
מענדל

1) עס איז א פאקט אז די פארמער זאגן אז מוסקאווי איז א "עוף דורס" אפילו די אייגענע קינדער. דעריבער איז נישט קיין שום נפק"מ וואס דער גדול אדער יענער גדול האט געזאגט אפילו א גדול ווי רב אילאוויטש פון בראזיל. די יארן מאכט איך נישט קיין נפק"מ.

עס איז אויך א פאקט אז די פארמער זאגן אז הינער זענען אויך א "עוף דורס", וואס ווילסטו יעצט? אם כן אין לדבר סוף, אונז מוז מיר גיין מיט וואס איז פארשריבן אין ספרי הקודמים, ולשיטתם האט דער מוסקאווי אלע סימני טהרה. און מיר עסן עס נישט נאר בלויז צוליב מסורה.

2) די שרייבסט א שקר גמור! אז די בית השחיטה האט צוריק גערופן "תיכף פון די ערשטע מינוט"... דאס איז א פרעכער שקר... איך וועל דיר דערמאנען וואס עס איז יא געווען "תיכף פון די ערשטע מינוט"... קודם האט גענומען א וואך ביז דער בלאט איז ארויסגעקומען (במשך די וואך האט מען גארנישט געהערט פון די בית השחיטה אדער פון די רבנים). נאך א וואך האט דער בלאט "געלייקענט" די גאנצע מעשה

רבונו דעלמא כולם! ס'נישט געווען וואס צו לייקענען, פון די ערשטע רגע וואס דער שאלה איז נולד געווארן איז שוין לאנג געווען לאחר המעשה, די עופות זענען שוין לאנג נישט געוון לפניניו, און קיינער האט באמת געוויסט צו מ'האט געשאחטן די נישט מסורה'דיגע עופות, די איינציגע זאך וואס מ'האט יא געוויסט איז אז א גוי האט געזאגט עפעס, גארנישט מער, דאס מיינט מ'האט געהאט א עדות פון א גוי קעגן א חזקה פון שוחטים מומחים, ס'איז אבסורד צו זאגן אז בלויז צוליב וואס א גוי האט עפעס געזאגט מוז מען שוין מאכן א ריקאל. איבערהויפט אויף עופות וואס ערליכע אידן האבן געהאלטן אז ס'זענען טהור.

און האט נאך אריינגעלייגט א חוצפה'דיגע קעפל אויפן ערשטען זייט אז מהודרת האט גאר אפגעראטעוועט אלע אנדער בתי השחיטה... און מוסיף געווען חטא על פשע מיטן באשמוצן דעם חשובע'ן רב וואס האט אפגעראטעווען דעם אהרוינישען פארטיי פון עסן טריפה קאטשקע פלייש.

דאס קען אויך זיין אמת און ס'קיין סתירה, ווייל דאס ווייס מיר קלאר, אן קיין לעבערעטאריעס, אז צו יענעם שחיטה איז אנגעקומען די מוסקאווי גענז, אזוי זענען דאך מעיד די בעלי מכשירים דארט, און קען טאקע זיין אז קרית יואל האט עס פארמיטן, ס'קיין שום סתירה.

הערשט א וואך דערויף (2 וואכן נאכדעם וואס די פרשה האט זיך אנגעהויבן קאכן) האט די "הנהלת בית השחיטה" אריינגעלייגט א טריקענע צעטל אז מען זאל צוריק ברענגען די קאטשקעס און הערשט נאך 2 וואכן שפעטער האבן די אהרוינישע דיינם ארויסגעגעבן א איסור!

וואס מיינט דאס, 'טריקענע' צעטל? וואס האסטו געוואלט זאל שטיין 'אהרן ט"ב פוי' ?

אז זאג נאכאמאל אז "תיכף פון די ערשטע מינוט"....

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קאטשקעס לאבאטאריע רעזאלט צוריקגעקומען!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.