| נשלח ב-3/2/2010 02:07 |
|
| |
א ארטיקל איבערגעטייטשט פון ענגליש איבער ר"א
ר' אהרן טייטלבוים (געבוירן ה'תש"ח) איז אויפגענומען געווארן אלס סאטמארער רבי'ן דורך די טייל סאטמארע חסידים, וואס ווערן גערופן אהרונים. ער וואוינט אין דעם סאטמארער שטעטל, קרית יואל, ניו יארק. ער איז דער צווייטער קינד און עלצטער זון פון ר' משה טייטלבוים, דער לעצטער סאטמארער רבי, פֿון וויליאמסבורג, ברוקלין, וואס איז א פלימעניק פון דעם ערשטן סאטמארער רבי, ר' יואל טייטלבוים, וואס האט געגרונדעט דאס שטעטל קרית יואל און די שטאט מאנרא, ניו יארק. זיין יונגערער ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים איז אויך א סאטמאר רבי, אנערקענט דורך די געריכטליכע פראדוצירן לטובת די זאליס און אויך פילע חסידישע אידן וואס האבן זיך פארפיינטעט אין ר' אהרן'ס רעקארד, ער איז אן איידעם ביי ר' משה יושע האגער, דער וויזיניצער רבי אין בני ברק. זיין ערליכקייט. קעגנער: ער ווערט קריטיקירט דורך זיינע קעגנער אלס זייער א פראסטער און נישט ערליכער מאן, וואס איז נישט ראוי צו זיין א מנהיג ווער רעדט נאך א רבי אויף סאטמאר. אנהענגער: ווידער זיינע חסידים האלטן אים פאר דווקא אן ערליכן מאן און א צדיק פונעם היינטיגן דור; טייל זעהן אין אים אפילו א הייליגער מאן, וואס איז די מערסטע ראוי צו זיין א מנהיג ישראל.
זיין סאציאלע באנעמונג. קעגנער: זיין סאציאלע באנעמונג ווערט אנגענומען אלס זייער גרויסהאלטעריש, שטייף און אומבאשיידן. עס פלעגט ארום גיין צווישן סאטמארער חסידים א זאץ פון ר' אהרן, וואס טוט אראפמאלן זיין כאראקטער, "דא בין איך רב: אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין". אנהענגער: זיינע חסידים ארגומעטירן אז זיין שטייפער כאראקטער איז א תורה'דיגע מעלה, ווייל ער האט דורכאויס די יארן זיך געדארפֿט ספראווען מיט עלעמענטן וואס האבן געזוכט צו אונטערברעכן סאטמאר און זיין טאטן, ר' משה. דעריבער האט ער אלס קנאות און ע"פ הלכה זיך אנגענומען פאר דעם כבוד פון זיין טאטן און זיין עלטער-פעטער ר' יואל. אנדערע זאגען: געוויסע אנאליטיקער זאגן אז זיין גאות און איגנאריזם איז מער א תולדה פון תמימות און פארמאכטקייט, אנווייזענדיג לויט זיי אז ער איז פון קינדווייז אן געווארן איזאלירט און נישט געהאט די עקספיריענס פון זיין מעורב בין הבריות און אזוי זיך אויסארבייטן די מידות, ווייל די עלטערן, ספעציעל די רביצין, האבן איהם באהאנדלט ווי א פרינץ, און מ'האט זייער אויסגערומט קעגן די אייגענע געשוויסטער. זיינע דרשות. קעגנער: אויף זיין רעדן סטיל ווערט ר' אהרן אידענטיפיצירט דורך זיינע קריטיקירער פון די פילע דרשות וואס ער האט במשך זיין לעבן שוין געהאלטען איבער קאנטראווערסיאלע ענינים און די וועג ווי אזוי ער האט זיך אויסגעדרוקט, טייל בענין פאליטיק, וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט מער ווי א סאלדאט ווי איידער א גענעראל, מיט לאזונגען און העצערייען פון מחלוקת וואס פאסט נישט, לויט זיינע קעגנער, פאר א איד, נאכדערצו א רב ומנהיג בישראל. דאס ווערט דורך זיינע קעגנער גענוצט ווי א פייל קעגן אים, אז ער איז נישט ראוי צו זיין א פירער, וויבאלד ער קען נישט אכטונג געבן וואס ער רעדט ארויס פון מויל. אנהענגער: זיינע אנהעגערס פארטיידיגן אבער אלע דרשות אז עס האבן זיך אויסגעפעלט לצורך השעה און לצורך הענין, און אלעס איז נאר געווען לכבוד דעם טאטן ובשליחותו אים צו פארטיידיקן און נישט ח"ו זיך אליין. אנדערע זאגן: אז זיין סטייל פון רעדן ווערט אויך נשפע פון זיין מאדנער שרייען און גריזשען העכער זיין נאטורליכער קאנטראל, וואס ער איז אזוי געווארן צוגעוואנט צוליב דעם וואס ראשית יארן ווען ער איז געווארן רב אין קרית יואל האט מען אים געשיקט צו א קול טעראפיסט צו קענען דאווענען און יענער האט אים אריינגעלייגט א קול וואס איז מער געאייגענט פאר אפזאגן אליינס זיינע ווערטער ווי א שליח ציבור וואס דאווענט פאר טויזענטע אידן. און ער האט דאס שוין אנגעהויבן נוצן אויף נארמאל דעריבער ביי זיינע דרשות קומט דאס ארויס מיט אזא קעמפערישע און אנכי ואפסידיגער טאן, און דאס ווייזט לאו דוקא אויף זיין אמת'דיגער מהות. זיין פרומקייט דרשות בעניני צניעות. קעגנער: בעיקר ווערט ער לעצטנס קריטיקירט אויף רעדן בעניני צניעות און תאווה, וואס לויט זיינע קעגנער איז עס נישט קיין איידעלע אויסדרוקן, און צו שטארק גראפיק און פיגוריטיוו, וואס קומט דערנאך אן צו אינגע בחורים און מיידלעך שלא טעמו טעם חטא, און דאס טוט זיי אויפקלערן לויט זיינע קעגנער. זיי זאגן אז ווען מען האט און סאטמער יא געשריגן איבער צניעות איז דאס געווען שובבי"ם ביי די שלוש סעודות תורה בדווקא, ווען עס הערשט א געוואלדיגער פחד און יראת שמים אן קיין אפענקייטן נאר בלויז דברי תשובה והתעוררות פון יענע מעשה' בלשון רמז אן ברייטקייט אויף יידיש נאר מיט תורה פראזן און וויינערייען. דאס רעדן אזוי רואיג און שטארק אויף צניעות איז נאך דערווייל נישט געהערט געווארן פון זיי און דאס איז א נייער איינשטעל פון ר' אהרן, אנהענגער: די ארונים עטנפערן אז דאס איז גוט און ריכטיק. פארוואס איז דאס גוט און ריכטוג איז דא א מיינונג פארשידנהייט ביי די אנהענגער. 1) לויט זיי האט ער מיט דעם נישט גענדערט פון זיינע פארגייער נאר מען דארף יא רעדן אפען ברייט און פרטית'דיג פון די מנובלושע ענינים אפילו פאר אינגערע, כדי עס איינצוצוימען בעוד מועד, און אז מען זאלען וויסען פונקטליך די חומר הענין נאך פון קינדווייז אן, און נישט זיך אפהאלטן פון רעדן גראב אלס פחד פון מעורר זיין זייער תאווה ווייל ביי נאטורליכע זאכן וואס זיי גייען סיי ווי געוואור ווערן דורך פארדארבענע זאלן זיי ענדערשט דאס געוואור ווערן דורך הייליגע לייט, און לויט די ארונים איז דאך ר' אהרן פארשטענדליך הייליג. 2) לויט זיי נעמט ער טאקע דעם וועג נישט פון זיינע פארגייער פארט אבער וויבאלד ער דינט אנדערשט ווי זיין טאטע און פעטער וואס זענען בלויז געווען רעביס און אדמורי"ם נאר ער זעהט זיך אלס רב פון קרית יואל אויכט טוט ער ביידע זאכן און מער פון זיינע פארגייער, און אויך צוליב דעם וואס זיין דרך איז אנדערשט ווי זיי מיט דעם וואס ער איז מער ווי א תורה און קעמפער פאר אידישקייט ווי זיין פעטער, אבער אויך מער ווי א פשטן ווי זיין טאטע, איז זיך מתמזג ביי אים אט דער פרט אנדערשט און מער ארגינעל ווי זיינע פארגייער. 3) לויט זיי האט מען טאקע נישט געהערט די שפראך קיינמאל בעפאר פארט בארעכטיגן זיי עס וויבאלד דער דור איז נידעריגער פעלט זיך אויס מער פרטית'דיג מעורר זיין אויף גראבע זאכן וואס איז אמאל נישט געווען שייך.
תוקן על ידי ychtzel ב- 03/02/2010 02:27:48
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 02:20 |
|
| |
קנאות און ציונות.
קעגנער: ער ווערט דורך זיינע קריטיקירער אפגעמאלן ווי עמיצן וואס איז מער פאליטיש נאכגעבעדיג אין פֿרומקייטן, אין פֿארגלייך צו אסאך סאטמארער, וואס ווערט פֿארעכנט פֿון די פֿרומסטע געמיינדעס אין דער פֿרומער וועלט. די דאזיגע טעזע האט זיך פיל אינטערגעשטיצט אויף דעם וואס ר' אהרן'ס שווער, דער וויזניצער רבי פון בני ברק, נעמט אן א מער גרינגערע שטעלונג בנוגע מדינת ישראל און ציוניזם, ער נעמט געלט פון די רעגירונג, נעמט אנטייל אין די בחירות, ער שיקט זיינע חסידים צו שטימען און זיך אנשליסן אין דער פֿירערשאפט ביינאזאם מיט אנדערע פרומע חסידות'ן צו זיין א חלק פון די אגודת ישראל אפטיילונג פון די יהדות התורה פארטיי. בנוסף, איז ר' אהרן'ס ווייב, סאשע טייטלבוים, מחונך געווארן אין בית יעקב שולע אין בני ברק, וואס פירט זיך טאקע לויט חסידישע מנהגים, אבער לערנט אויך אין עברית, די אלע אויוונדערמאנטע זאכן ברענגט צו א שטארקע חשד אין ר' אהרן פאזיציע איבער ציוניזם אין די אויגן פון א טייל סאטמארע וואס האלטן זיך פרומער.
נאך די פטירה פון ר' משה טייטלבוים, האט א באריכטער פון די זאלונישע צייטונג, דער איד, קאמענטירט צו א צייטונג אז "ר' אהרן איז נישט ראוי צו זיין דער קומענדיגער סאטמארע רבי ווייל ער האט געבראכן די סאטמארע תקנה קעגן רעדן עברית אינדערהיים, נאכן הסתלקות פון אונזער רבין וועלן מיר ווייטער פלאטערן די אנטי-ציוניזם פאן. דאס איז איינע פון אונזערע עיקר צילן". טראץ זיינע קנאות'דיגע דרשות ווייזן אבער זיינע קריטיקירער אן ווי ביליג און פראסט ער האט דאס געמאכט ווייל ווען ר' יואל טייטלבוים האט געפירט די מלחמה האט יעדער פארשטאנען אז דא רעדט א קדוש און מלאך און מען האט אים ליעב געהאט אפילו מען איז געווען אין די מזרחי קרייזן ווער רעדט נאך פון די אגודה קרייזן, אבער ער האט געטוישט די גאנצע שיטה און דאס געמאכט פאר א בעיסבאל טיעם ווען ער האט פערזענליך מבזה געווען דעם ערלויער רבי, דערמיט מאכן פון דעם שיטה הקדושה א שפאס און פרייע קאמף. זיינע קאנטראווערסיאלע קאמפן ער איז פארעכענט דורך זיינע קעגענער אלס א קעמפער און שלעגער וואס פאסט נישט פאר א רב.
אנהענגער: זיינע חסידים, פון דער אנדערער זייט, צייגן אן אז זייט ה'תש"מ, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן צו ממלא מקום זיין ר' יואל טייטלבוים, איז ר' אהרן געווארן דער מערסטער פראמינענסטער קול קעגן ציוניזם, סײַ ביי אינערליכע אסיפות און סײַ ביי דעמאנסטראציעס קעגן דער מדינה אין ניו יארק און וואשינגטאן. זיין באקאנטע אנטי-ציוניזם דרשה אנטהאלט א דרשה וואס ער האט געהאלטן אין בני ברק זומער ה'תשנ"ד, אין וועלכער ער האט ספעציפיש אויסגעברענגט די סאטמארער שיטה קעגן רעדן עברית. זיין טאטע האט אויך זיך געהאלטן ביי דעם אז די קשר מיט ר' אהרן'ס משפחה מיט אגודת ישראל וועט נישט אפשוואכן זיין אנטי-ציוניזם פאזיציע.- ממילא איז ער לויט זיי יא פרום.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 02:21 |
|
| |
זיין רבנות אין קרית יואל:
אין ווינטער תשמ"ה איז ר' אהרן אויפֿגענומען געווארן אלס רב אין קרית יואל אויפֿן דירעקטן באפֿעל פון זיין טאטן, ר' משה.
אנאליסטן: טייל אנאליסטן האלטן אז דער אורזאך פון זיין טאטן אריין צו שטעלן ר' אהרן אין קרית יואל איז געווען צו פֿארשטערקערן זיין מאכט אין דעם שטעטל וואס איז געווען אנגעוואוירן צוליב די וואקסענעדע התנגדות קעגן אים, בעיקר די פיגורן וואס זענען געווען אין מאכט אין די צייטן פֿון ר' יואל טייטלבוים, און האבן דאס פֿארלוירן נאכן הסתלקות פֿון ר' יואל. אט די קעגענערס האט מען אנגערופֿן רביצין מענטשן, צוליב דעם וואס זיי האבן זיך ארומגרופירט ארום דער רביצין פון ר' יואל, מרת אלטא פֿייגא טייטלבוים,
אנהענגער: די שטיצער פֿון ר' אהרן - וואס זענען אין אלגעמיין אויך געווען די שטארקע לויאלע חסידים פון ר' משה - ארגומענטירן אז די אורזאך פֿון ר' משה צו שטעלן זיין זון אלס רב אין קרית יואל, איז צוליב די כשרונות פון ר' אהרן האלטנעדיג אז ער איז א טאלאנטפֿולער שטייפֿער מנהיג, זייער א פֿרומער, און א גרויסער מתמיד און תלמיד חכם. די אלע מעלות קוואליפֿיצירן אים צו זיין רב אין קרית יואל.
קעגנער: אפגעזען פאר וואסערע סיבה ר' משה האט עם געשטעלט אלס רב איז באותו זמן וואס ער איז אויפֿגענומען געווארן אלס רב, א גרויסע מערהייט איינוואוינערס פֿון דעם שטעטל געווען קעגן זײַן התמנות. אנווייזנדיג אז די אויפנאמע איז פארגעקומן בלויז און פאליש פון די גרויסע סאטמערע בית המדרש און שטעטעל, אבער צוליב וואס עס דעמאלטס נישט געווען קיין דירעקטע וואלן איז דאס נישט באשטעטיגט אלס א זיכערע אפשאצונג. אויך האלטן זיי אז די סאציאלע באנעמונג פֿון ר' אהרן איז זייער אוממענטשליך, שלעכט און גרויסהאלטעריש. אסאך בלוט האט זיך פארגאסן אויף דעם קאמף און אידיש געלט הייזער און נכסים פארברענט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 02:27 |
|
| |
אפעזיציע אין קרית יואל:
פון די טאג וואס ר' אהרן איז געווארן רב אין קרית יואל, האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו בויען אן אפעזיציע אין קרית יואל, קעגן איהם. אדר תשמ"ט האט דער סאטמאר רבי, ר' משה טייטלבוים, געהאלטן א דרשה ברבים ווי ער האט זייער שארפט פארדאמט די קעגענערס פון קרית יואל, דער הויכפונקט פון די דרשה איז געווען אז ער באפעלט פאר אלע זיינע חסידים אז ווען אימער מען זעהט איינע פון קעגנערס אין איינע פון די אנשטאלטן פון די קהלה אין קרית יואל, זאל מען שרייען אויף איהם שייגץ ארויס, מיינענדיג אז מען זאל זיי ארויסווארפן מיט כח. די דרשה ווערט אנגערופן עד היום די שייגץ ארויס דרשה. בערך אין יענע תקופה האבן די קעגנער עמטליך געגרינדעט זייער אייגענע אפעזיציע מוסדות אין קהלה אין קרית יואל, מיטן נאמען בני יואל. זינט דעמאלטס פלעגן רעגלמעסיג פארקומען געוואלדאטן און פיזישע אנגריפן צווישן די קעגענערס און חסידים. די דיסיאידענטן און אפאזיציע'נערן האבן זיך געזעהן אלס קליין אומבאהלפן קרייז פון אידן וואס ווערן גערודפט דורך אהרן מיט זיינע חסידים.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 02:29 |
|
| |
סקול דיסטרקט:
די שערי חמלה פובליק סקול אין קרית יואל בערך אין יאר תשנ"ג איז אנשטאנען אן אנטוויקלונג אין קרית יואל, וואס פארנעמט א פראמינענטער ארט אין די היסטאריע פון ר' אהרן'ס רבנות אין קרית יואל. נעמליך די פרשה פון די "קרית יואל סקול דיסטריקט", אדער "שערי חמלה". די קרית יואל סקול דיסטריקט איז א רעגירונג געשטיצטע שולע אין קרית יואל פאר גייסטישע אדער פיזישע אינוואלידע קינדער וואס סערווירט לויטער פרומע אידן. די אמעריקאנער קאנסטיטוציע פארלאנגט אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו שטיצן קיין שום רעליגיע, עס רופט זיך די סעפעראטאציע פון קירכע און שטאַט, דעריבער האט דער געזעץ פארלאנגט אז אין אט די שולע טאר מען נישט לערנען קיין שום רעליגיעזע לימודים און עס טאר נישט אנהאלטן קיין שום רעליגיעזע שילדן אדער סימבאלן. קעגנער: דאס האט אויסגערופן א גרויסע קעגנערשאפט מצד מערערע רבנים פון די סאטמארע טיפ, אז אזא שולע איז קעגן די תורה און די הלכה אין מ'טאר עס נישט ווייטער אנהאלטן, ווייל עס איז קעגן די אמונה פון ג-ט. די פראמינענטע רבנים קעגנערס פון די סקול דיסטריקט זענען געווען ר' רפאל בלום ז"ל קאשוי רב, ר' מרדכי האגער וויזניצער רבי פון מאנסי ניו יארק, און ר' יחזקאל ראטה דער קארלעסבורגער רב און ר' אברהם לייטנער און אזוי ווייטער, וואס זיי זענען נישט שטיל געווען נאר געזאגט זייער דעת תורה. ווען די קרית יואל סקול דיסטריקט שטרייט האט זיך געקאכט, האט ר' אהרן געהאלטן פארשידענע רעדעס צו ערקלערן די הלכה'דיגע אויסגעהאלטנקייט פון דעם סקול דיסטריקט. אין די דאזיגע רעדעס האט ר' אהרן פערזענליך אטאקירט די אלע רבנים מיט זייער שארפע אויסדריקן. איינע פון די היסטארישע רעדעס איז געווען ווען ער האט זיך אויסגעדריקט אויף ר' רפאל בלום מיט די ווערטער "עפרא לפומיה" (וואס מיינט: דאס מויל זאל יענעם אנגעפילט ווערן מיט זאמד). דאס איז אן עקסטרעמע שארפע אויסדרוק וואס מען זאגט געווענליך נאר אויף גרויסע זינדיגערס. אויך האט ער אנגערופן זיין פעטער ר' מאטעלע וויזניצער די פעטער די פראפעשענעל בעל מוחאה. די שארפע אטאקעס האבן אים פארפיינטעט אין די אויגן פון די חסידים פון די אטאקירטע רבנים, און אויך פילע סאטמארע חסידים האבן דעמאלטס געהאלטן אז דאס איז א באווייז אז ר' אהרן אין נישט ראוי צו זיין א פירער, ווייל ער רעדט אזוי חוצפה'דיג אויף עלטערע, רעספעקטירטע רבנים.
אנהענגער: פון דער אנדערער זייט האבן די חסידים פון ר' אהרן און ר' משה געהאלטן אז ר' אהרן נעמט זיך אן פארן כבוד פון זיין טאטע, אין וועמענס כבוד די רבנים גרינגשעצן, וויבאלד זיי קימערן זיך נישט צו אנפרעגן זיין טאטע אדער ר' אהרן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון די סקול דיסטריקט, וואס ר' משה געהאלטן אז עס איז א מצוה און א פליכט צו אנהאלטן און שטיצן, אויף אזוי ווייט אז ער ר' משה האט געזאגט ביי א געוויסע רעדע אז די סקול דיסטריקט וועט זיין א זכות פאר איהם אויף יענע וועלט ווייל ער העלפט אינוואלידע אידישע קינדער. זינט דעמאלטס האט זיך פארמירט אין קרית יואל בפרט, און אין סאטמאר בכלל,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 02:33 |
|
| |
צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס, נאך די פרשה פון סקול דיסטריק האט זיך אומעטום און סאטמאר געפארמט צוויי שטארקע קעגן זייטיגע פראקציעס איינס, די חסידים פון ר' אהרן און די אנדערע די שונאים. ביי ביידע צדדים זענען דא מענטשן וואס האלטן פון ר' אהרן פערזענליך גענצליך פארקערטע עקסטרעמע מיינונגען. צווישן די חסידים זענען דא א סך וואס האלטן אז ער איז א גרויסער צדיק, א הייליגער איד - גרעסער ווי זיין טאטן און ענליך צו זיין עלטער פעטער, ר' יואל טייטלבוים. ווידער פון זיינע מתנגדים זענען דא וואס האלטן אז ער איז א גרויסער זינדיגער אזוי ווי שבתי צבי און איז א געפאר פאר אידישקייט ווייל ער פירט אראפ אידן פון דעם פרומען וועג.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 02:38 |
|
| |
המשך יבא
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 04:59 |
|
| |
איז איינער אינטערסירט אויף דעם המשך יבוא?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 05:20 |
|
| |
דער ארטיקל איז נישט מיינס, איך האב עס געטראפן ערגעץ און עס האט מיר געפעלן, ווי אזוי מען לייגט אראפ אזא מענטש פון אינדרויסן, איינער וואס האט סתם גענישטערט אינפערמעשן, מסתמא איז דער שרייבער ניטאמאל א איד פארשטייצך ווען א סאטמערער חסיד שרייבט אזוי איז עס נישט שיין, עס איז נאר א בחונה פון וישמעו רחוקים ויבאו ויתנו לך כתר מלוכה,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 18:07 |
|
| |
כל הנערים עס זעט מיר אויס ווי יענער האט געזאגט,
ווען די גיסט אן א האלב גלעזל מיט וואסער,
איז דאס גלעזל האלב פול אדער האלב ליידוג?
איינער וועט ענטפערן האלב ליידוג דער צווייטער האלב פול,
איך זאג עס איז האלב פול,
דער חלק ווי ער לייגט אראפ ר"א אזוי טרוקן ווי עס איז און פאקט,
אמת עס שטעכט די אנדערע האלב גלעזל,
אבער דאס איז שוין די ליידיגע זייט,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 03/02/2010 18:11:50
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 18:26 |
|
| |
סאיז גאנטץ א גיטע א גיטע ארטיקל קיפ אפ מיט דיין ארבייט !!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 22:09 |
|
| |
די אדמור"ת מלחמה קעגן זיין ברודער:
ניסן תשנ"ט האט אויסגעפלאצט א באמבע מחלוקה אין סאטמאר וואס ווערט פארעכנט אלס די געמיינסטע און גרעסטע חסידישע מחלוקה און מאדערן היסטאריע. דאס האט פאסירט ווען דער ברך משה'ס געזונט צושטאנד האט אנגעהויבן צו נאכלאזן, און ר' אהרן האט אומאפציעל אנגעהויבן צוביסלעך צו איבערנעמען די לייצעס פון סאטמאר, אלע שונאים פון ר' אהרן האבן שוין שלום געמאכט מיטן מצב אז ר' אהרן גייט זיין דער אויסשליסלכער פירער פון סאטמאר. אבער ויהי היום איין שיינעם חול המועד האט מען זיך דערוויסט אז דער ברך משה וויל אנדערשט, ווארשיינליך איז איז עפעס פארגעקומען אונטער די קאליסן, און אלעס האט זיך דראמאטיש געטוישט, די רבי וויל אויפנעמען דען אינגערן זוהן ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג, און וכך הוה, ר' זלמן לייב האט איבערגענומען וויליאמסבורג, אלע בתי מדרשים, מוסדות, קעמפס, מקוה, מצה בעקעריי, אלעס איז ארויסגעפאלן פון ר' אהרן'ס קאנטראל. די בני יואל מיט אלע שונאים למיניהם האבן דאס באטראכט ווי א נס מן השמים, און זענען געשפרינגן פאר שמחה, ווידער ר' אהרן מיט אלע וואס האבן אלס געבלוטיגט פארן שלימות און שטאלץ פון סאטמאר, זענען אויפגעשוידערט געווארן, ממש אבל וחפוי ראש. זיין ערשטע טריט איז געווען מלחמה ער האט צאמגענומען א גרופע פון זיינע ארונים און ערקלערט פלניא גזלנא כאילו זיין ברודער זלמן האט אים באגאנוועט. דערנאך האט ער אנגעהויבן צו העצן זיינע תמימותדיגע חסידים אז זיין טאטע איז קראנק און וועפט און כסדר זיך געמאכט וויינען אז מען זאל זאגן תהלים נאך אים. אלע פרואווען מצד די אהרונים צו צוריקנעמען קאנטראל פון וויליאמסבורג איז געווען אומפרוכטבאר, קודם ביי דין תורה האבן די זאליס אלס אנגעקלגטע נאר געוואלט גיין צו זייערע דיינים, נאכדעם אין קאורט האט מען זיי באוואשן ווי א סוטה אז זיי זענען שקצים פארן גיין און ערכאות, און זיי האבן אלעמאל פארלוירן. עס האט אויסגעקוקט ווי ר' אהרן איז קאפוט, למעשה האבן צוויי הויפט זאכן איהם אפגעראטעוועט פון קאמפלעט אונטערגאנג, איינס, אז זיינע חסידים האבן זיך אריענטירט און פארזיכערט צו אנהאלטן און פארשטערקערן די מאכט און די אנדערע גרויסע צענטערן פון סאטמאר בעיקר און קרית יואל און בארא פארק, צווייטנס ער האט קאנוינסט רוב פון זיינע טאטע'ס חסידים זאלן אפלאזן דעם טאטן און אריבער גיין צו עם, בעת ווען ר' זלמן לייב טראץ וואס ער פירט אלעס אן אין וויליאמסבורג, איז ער פארט א נייע פיגר וואס האט נאך נישט געהאט קיין געלגנהייט זיך אן ציבויען חסידים, און דערווייל זענען זיינע חסידים בלויז די מענטשן וואס שטיצן איהם ווייל זיי האבן זיך פארפאנטעט און ר' אהרן רעקארט אזוי ווי אויבן געשריבן די פראקציע און סאטמאר וואס האט זיך געשאפן נאך די פרשה פון סקול דיסטרקט. דערנאך זייט די אהרונים האבן געהאט זייער לעצטער טויט קלאפ אין קארט תמוז תשס"ו האבן זיי אנגעהויבן מיט א שנעלען אומפעט צו עפענען אייגענע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, זיי האבן געעפנט אויפאיינמאל חדר און סקול'ס פאר אלע יארגאנגען, איינגעשאפט בנינים רעכטס אויף לינקס, געבויט א גרויסן שוהל אין צוויי וואכן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 22:18 |
|
| |
משפחה און פארבינדונג:
געשויסטער:
ר' זלמן לייב טייטלבוים צוקריגט מיט אים. • ר' ליפא טייטלבוים, צוקריגט מיט אים. • ר' שלום אליעזר טייטלבוים, זיין חסיד. שוועסטער • אשת ר' בעריש מייזליש רב אין סאטמאר בארא פארק. זי לעבט שוין נישט זייט תשנ"ג, ער מיט זיינע אלע קינדער חסידים. • אשת ר' דוד דוב מייליש רב אין סאטמאר מאנטריאל. אמאל געווען זיין חסיד, היינט אומקלאר. זיינע אלע קינדער חסידים. • אשת ר' חיים יהושע האלבערשטאם נישט דוקא "צוקריגט" אבער ער שטייט מער צו ר' זלמן לייב.
קינדער:
זוהן: ר' מנחם מענדל טייטלבוים סאטמארע (ארונים) רב אין וויליאמסבורג. • איידעם: ר' העניך אשכנזי, א מו"ץ און רב און די עצי תמרים געגנט אין קרית יואל. • איידעם: ר' ברוך טייטלבוים א מוהל אין א בעל מכשיר פאר זיין טאטע דער וואלאווער רב. • איידעם: ר' שמעון זאב מייזליש, א מגיד שיעור און א מו"ץ • זוהן: ר' חיים צבי טייטלבוים, רב אין סיגעיטער שול אין וויליאמסבורג • איידעם: ר' דוד דוב דושינסקי, זוהן פון הרב דושינסקי און ירושלים. • זוהן: ר' יואל טייטלבוים, איידעם ביי רב אייכענשטיין פון מאנסי. • איידעם: ר' יוסף רוקח - פאפא און קאזלאווע אייניקל וואוינט אין קרית יואל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 22:35 |
|
| |
זיינע חסידים:
זיי ווערן אנגערופן מיט א שפעט נאמען ארונים בעיקר דורך די זאליס, זיי ציילן זיך און די טויזענטער איבער די גארער וועלט. די טיפישע חסידים פון ר' אהרן זענען אין אלגעמיין די געוועזענע חסידים פון זיין טאטע ביז תשנ"ט ווען די אדמו"רת מחלוקה האט אויס געבראכן און ר' אהרן האט זיי קאווינסט אריבער ציגיין צי עם , טראץ וואס זיי האבן זיך אלס געהאלטן געטריי צו זיין טאטע דורכאויס די אלע מחלוקת קעגן בני יואל און זייערע שטיצער. זיינע חסידים האלטן אז טראץ זיינע אלע חסרונות און היסטארישע קריטיק וואס קיין איין מנהיג האט נאך נישט געהאט אזאלעכע עבירות אויף זיין רעקארד, איז ער פון דעסטוועגן דער פאסיגסטער ממלא מקום פון ר' יואל טייטלבוים, און פאר א גרויסע צדיק ווי זיי אייסערן זיך און זיינע תורות אין אויפירונג און קוויטלען זיך. ר' זלמן לייב'ס חסידים וואס ווערן אויך צוריק אנגערופן מיטן שפעט נאמען זאליס דורך די ארונים ארגומענטירן אז זיי זענען א גרעסערע חסידות, ווייל זיי האבן מער מענטשן וואס שטרעבן פאר ר' זלמן לייב'ס הצלחה, אינערהאלב סאטמאר, און לויט זיי אינעם סאטמארן זין טייטש זיך דאס איבער אלס חסידים, זיי זאגן אז נאך ר' יואל'ס פטירה וואלט סאטמאר קיינמאל נישט פארוואנדלט געווארן און אזא טיפ חסידות וואס ר' אהרן וויל אהער שטעלן, שטרעבנדיג צי זיין אזוי ווי זיינע שוואגערס.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 22:38 |
|
| |
שאר ירקות
אריזאונע ווייץ קאמף:
אריזאונע ווייץ קאמף ער האט געפירט א מלחמה קעגן די סאטמאר אנגענומענער מנהג און געזאגט אז מען האט אריינגעווארן א פלאק אין די מצות וואס האט זיך געהערט כאילו לויט אים האבן זיין טאטע און פעטער געגעסן חמץ, דערמיט וועלענדיג ווייזן אז ער איז פרומער ווי זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2010 23:50 |
|
| |
די טויש און זיין אויפירינג:
די לעצטערע יארן האט ר' אהרן א ביסל נאכגעלאזט פון זיין שטייפער כאראקאטער.
קעגנערס: זאגן אז דער טויש נעמט זיך פון דעם וואס זיין זיכערהייט אז ער גייט ווערן דער איינציגער סאטמארער רבי איז צושטערט געווארן, וואס דאס האט צוקלאפט זיין שטאלץ;
אנהענגער: זיינע חסידים, פון דער אנדערער זייט, זאגן אבער אז דאס נאכלאזן פון זיין אומבויגזאמען מהלך קומט ליבערשט דערפון וואס ר' אהרן שפירט אז דאס אויסשליסליכע אחריות פאר סאטמאר איז פון אים אוועקגעקומען.
|
|
|
|
|