בית פורומים אידישע געדאנק

א ארטיקל איבערגעטייטשט פון ענגליש איבער ר"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/2/2010 23:58 לינק ישיר 

דא קען מען צילייגן אז לויט זיין יעצטיגע אויפירינג וואס איז ציריק געפאלן פון זיין זייט מיט 15 יאר,
קען מען קאמענטירן פארשידנס,
חלה דעקל קאפ קען יעצט זאגן אז יעצט אזוי ווי ער האט מנצח געווען זיין ברידער און ער האט ציריק גענעמן גאנץ סאטמאר און זיין ברידער איז דאך שוין אויס געשפילט, קומט דאך אויס אז די אחריות פון סאטמאר איז ציריק ארויף געפאלן אויף זיין קאפ, דארף ער זיך ווייטער באנעמן מיט זיין שטייפע כאראקטער, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 04:05 לינק ישיר 

אויב איינער האט עפעס צי צילייגן אדער האלט איינער אז מען דארף עפעס אראפ נעמען
למען ירוץ הקורא בו דאן שרייבט אייערע הערות,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 07:38 לינק ישיר 

אבי גערעדט ער האט זיך גארנישט געטוישט ער איז ווייטער ער זעלבער רש.. נאר דאקטאר פישער פריבורט אים צי האלטן און די ראמען ער זאל אוז ארויסגיין פין די זיבעטע ריפ ווען איינער קיקט אויף אים קרום אפילו נישט מיט שארפע אויגען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 17:08 לינק ישיר 

ריכטוג
אבער דער ארטיקל איז געשריבן געווארן מיט אפאר יאר פריער,
ווען די הקפה ניגן ביי די ארונים אז משה גבאי איז אויף אלעם שילדיג,
האט דענסמאל די גאס אפגעקויפט למחצה לשליש ולרביע,
ציליב דעם וואס הגה"ק האט דעמאלטס מיט געשפילט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 22:56 לינק ישיר 

איך מיין אז דא איז דאס פלאץ צי באשרייבן אלע פרשיות
וואס ק"י האט זיך שוין אנגעליטן  פון דעם איינעם טראבל מעקר ר"א, וואס א יעדער טשעפעט מיט עם, נעבאך, 
פונעם טאג וואס ער האט זיך אריבערגעצויגן אויף ק"י מיום המר והנמר שבעה עשר בתמוז תשמ"ב,
וואס טראץ וואס ער האט געפלאנט אריינמאפן און ק"י איין טאג איידער די ניין טאג,
איז געשען א דילעי מיט א טאג, אנצייגענדיג פון הימל דער שלעכטער סימן וואס דאס טראגט פארן שטאט,   




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/2/2010 00:01 לינק ישיר 

באקומען און אישי

לאז דיך ארויס פון דעם,
אסאך אנגעווייטאגטע פרוואטע טעמעס איז דא אויף קרית יואל'ער רעקארט, וואס און געוויסע פעלער איז עד היום נאך נישט אויסגעהיילט געווארן, דאס קען ארויף ברענגן און אויפוועקן פארווייטיגטע געפילן ביי די באטרעפנדע,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2010 02:59 לינק ישיר 

האט טאקע קרית יואל שוין געהאט און זייער היסטורי?

א מסור וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
א גנב וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
די שמוציגסטע וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
מסרבים לדין וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
גרעסטע מחציפים וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
גרעסטע מהרסים וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
גרעסטע שונאים וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?

אדער מאכט מער סענס אז דא דרייט זיך "איין" גרויסע טראבל מעקער (צרה לייט),
און חדר האט מען דאס געריפן א קינד וואס יעדר טשעפעט מיט עם....... 





תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 07/02/2010 03:00:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2010 23:20 לינק ישיר 

גיט א קוק די לעצטע צוויי געשענישן און ק"י
ביידע זאכן איז געשען און די גרענעצין פון קהל בני יואל
איינס: בית מדרש  בית יואל אהל אלטא פיגא,
זיי האבן נישט געגנבט די 500 מתפללים וואס האבן זיך דארט אדערעך געדרייט א טאג  פון ר"א,
און זיי האבן אויך נישט געגנבט פון עם דאס פלאץ,
אבער ר"א האט א מורה'דיגע טענה, פשוט שלך שלי עס איז מיינס, 
צוויי:   בית חתנות עטרת מאיר צבי
ווער עס מאכט דארט חתנה באלאנגט נישט צי ר"א און דעס פלאץ האט קיינער נישא געגנבט פון ר"א
אבער ר"א האט א מורה'דיגע טענה, פשוט שלך שלי עס איז מיינס, 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 01:49 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:
האט טאקע קרית יואל שוין געהאט און זייער היסטורי?

א מסור וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
א גנב וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
די שמוציגסטע וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
מסרבים לדין וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
גרעסטע מחציפים וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
גרעסטע מהרסים וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?
גרעסטע שונאים וואס דער וועלט האט נאך נישט געזען?

אדער מאכט מער סענס אז דא דרייט זיך "איין" גרויסע טראבל מעקער (צרה לייט),
און חדר האט מען דאס געריפן א קינד וואס יעדר טשעפעט מיט עם....... 


די תגובה איז א מורא'דיגע אמת'ע תגובה!

כמעט יעדער שונא, זאלי, בני יואל, ועוד ועוד, האט עפעס א "מעשה" ווי ער האט זיך צוקריגט מיט דעם ראט!

עס זענען דא "הונדערטער" מענטשן, וועלכע זענען געווען מיט'ן רא"ט פערזענליך נאענט, אדער גרויסע חסידים פון אים, און במשך די לעצטע 30 יאר האט ער מיט זיי געהאט א "מעשה" אז זיי זענען געווארן זיינע גרעסטע שונאים.
איז דען א ספק אז עפעס מוז מיט אים זיין ראנג???

במשך די לעצטע צוועלף חדשים האט ער זיך געשלאגן מיט צענדליגער עקסטערע מענטשן, קהלות ומוסדות התורה ורבנים.
צענדליגער משפחות פון אבלים
מיט כולל שומרי החומות
מיט רבנים המכשירים
קען איינער טראכטן אז ער איז דער איינציגער "נארמאלער" מענטש, וואס האט פערצופאל געהאט מיט איינעם צו טאן, אדער מוז מען זאגן אז ער איז א שטאטס שלעגער וואס קריגט זיך מיט יעדן???









דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2010 01:55 לינק ישיר 

זיין אויטאמאטישע תגובה ווען ער האט געהערט אז פון דעם פראבלעם אז קרית יואל האט געשאכטן די טריפה'נע קאטשקעס איז געווען צו באשמוצן די אנדערע בית השחיטה, און דעם רב המעורר.

די נארישע אויפפירונג אליין האט אים געקאסט א טייערע פרייז, איך ווייס פערזענליך א מענטש וואס פלעגט זיך שטענדיג אננעמען פאר דעם ראט (נישט א סאטמאר'ער) און יעצט זאגט ער מיר אז ער איז א טאטאלער משוגענער, און ער פארשטייט שוין די זאליס.

זיין נארישע אויפפירונג האט אים גארנישט געברענגט, אבער עס האט אים געקאסט אסאך פרישע שונאים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2010 04:40 לינק ישיר 

עס האבן זיך ציזאם געזעצט ביי א שלום קאנפרענץ,
פון די ארונים און פון די אנטי,
די אגענדע איז געווען,
וואס קען מען טון אז עס זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל ווערען שלום,
ארונים:
עס איז דא איינוועג עס זאל ווערן שלום,
אז אלע אנטי'ס פון שטעטעל זאלן זיך אינטער ווארפן אינטער די איינציגסטע אויסשליסלעכע סמכות עליונה פון ר"א,
אנטי'ס: מיר זענן גרייט זיך צי זעצן צים פארהאנדלנגס טיש
נאר אז ר"א איז גרייט צי איינערקענען און די עקזיסטענץ פון אלע אנדערע אנטי'ס אלס זעלבשטענדיגע קהילת בתככי ק"י,
אמעריקע שלאגט פָאר
אז מען דארף אויף זיכן אפאר קלייניקייטן,
מיט וואס מען איז פאראייניקט און אנהייבן שפינען די שלום געשפרעכן,
אחר משא ומתן בדבר איז ארויס געקומען,
אז אזווי ווי אלע ארונים זענען מסכים אז ר"א איז א מלאך וקדוש,
און אלע אנטי ארונים זענען מסכים אז ער איז א שוטה רשה וגס רוח,
און נאכן אויספרעגן יעדן שטעלט זיך ארויס אז אף גם אחד וואס האלט אז ער איז א נארמאלע מענטש,
פון ביידע צדדים איז הכל מודים אז עפעס פלען נארמאל האט נישט קיין מקום אויף עם,
האט אמעריקע זיך ארויף געכאפט אויף דעם,
און פון דא וועט זיך אנהייבן וועבן די שלום געשפרעכן,
מען וועט זען וואס איז גרינגער,
צי איז גרינגער צי מאכן אז די אנטי'ס זאלן איינזען אז ער איז א קדוש
אדער וועט זיין גרינגער אז די ארונים וועלן איינזען אז ער איז א פאלנער שוטה ורשה וגס רוח,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 08/02/2010 04:48:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 18:18 לינק ישיר 

יעצט באקומען נאך א חלק פינעם ארטיקל

די נישט שיינע פרשת און ק"י (מן הבהמה אשר אננו טהורה)

די אננו טהור'דיגע פרשת און ק"י ווערט אויך פארעכנט אלס א באווייז פאר די קעגנער פון ר' אהרן אז ער איז נישט ראוי' צו זיין א רוחניות'דיגע אוטאריטעט ביי אידן בכלל און סאטמאר בפרט, דו סארט פרשת חזרן זיך איבער רעגלמעסיג, זינט עס האט זיך אהגעהויבן, און עס האט נאך ביי קיין שום פאל נישט באקומען די באשטעטוגונג נישט ביי די גריכטלעכע פרצידארן און נישט ביי קיין רבנישע גביית עדות, די אלע פרשת טראגן די זעלבע כאראקטער מער ווייניגער, ביי עטלעכע פון די ערשטע פון די סארט האט זיך עס דערקייקלט אז נישט קיין אנדערע ווי ר' אהרן'ס רעביצין מרת סאשע טייטלבוים אלייןס מיט די הילף פון די שטאטישע מוסדות דורך א סקול פרניסיפל מרת זילבערשטיין, האבן ל"ע פרובירט אנציוועבן און שפינען א גאנצער פארדרייעטער נידעריגער בלבול אויף א חרדישע חסידישע משפחה, מיטן תירוץ אז זיי האלטן אז מען מוז זיך גטן, לויט זייער מיינונג וועלענדיג העלפן איין צד וואס איז לויט זיי אומבאהאלפן, מיטן חשבון אז אויב וועט דערפון ארויסקומען א חילול ה' זענען שולדיג בלויז דיע וואס וועלן דאס פארציילן נישט זיי וואס וועלן דאס טאן.

די חרדישע וועלט האט זיך ערשט אויפגערודערט און דערוויסט דערפון ווען די 2 פרויען האבן גאר פערזעהנליך עדות געזאגט אין קארט אז איינע פון די עלטערן, זאל חלילה האבן געטשעפט זיינע קינדער, פארשטייט זיך אז דער באטרעפנדער האט עס געלייקענט און מיט די הילף פונעם וועלט בארימטן טוען ר' שמואל פריעד און נאך עסקנים, וואס די ארונים טענה'ען אז זייערע מאטיווען זענען געווען צו באגראבן ר' אהרן, האבן זיך דאן אריינגעלייגט צו העלפן די משפחה און זיך געשלאגן מיט ר' אהרן'ען און זיינע מוסדות, אדאנק דעם זענן זיי שפעטער גענצליך ריינגעוואשן געווארן אין געריכט און מען האט אויפגעוויזן, אז סאשע ר' אהרן'ס רעביצען נישט נאר וואס זי האט אנגעמאכט דעם גאנצן בלבול, נאר זי האט פערזענליך פרובירט רח"ל העצן די קליינע אומוויסענדע חרדישע תמימותדיגע קינדער, וואס האבן ניטאמאל געוויסט וואס עס רעדט זיך, אז זיי זאלן בלויז נאכזאגן פאר פאליציי און פאר א זשורי לעיני כל העולם, ווערטער וואס זיי פארשטיין נישט, קעגן אייגענע עלטערן, און אזוי ארום אויך נעמען א טייל אינעם אומדערהערטן אקט פון מאכן אזא היסטארישען בלבול, א דאנק דעם אויפדעקונג האט דער גויאישער זשאזש ארויסגעווארפן דעם קעיס און גאר גערעדט קעגן די אידישע אמונה אז א חשובער רב בישראל זאלן אויסן צו טאן אזא זאך דערמיט מאכענדיג א היסטארישער חילול ה'. אין יענע צייט האבן רוב רבנים זיך אריינגעמישט און שטארק געברויזט קעגן ר' אהרן, טענה'דיג צו אים אז אפי' לו יצויר ער איז נישט געווען דירעקט דער וואס האט עס ארגינעל געברענגט דערצו וואלט ער עס ווען געקענט אפשטעלן אין איין רגע, ווייל אפילו אז זיין רעביצען מיט זיינע מנהלים פון זיינע מוסדות האבן דאס אנגעדרייט, מיינענדיג כלוימרשט איינעם צו העלפן, און ר' אהרן האט אפשר פערזענליך גארנישט געוויסט דערפון אין אנפאנג פרשה, און שפעטער האט ער שוין נישט געטארט אריינרעדן ווייל עס איז געווען א פעדעראלער קעיס, און ממילא האט ער נישט געוואלט וויסן גארנישט דערוועגן. ממילא קען מען אים אפשר לויט אים נישט אנלייגן אלע פראבלעמן פון זיין ווייב און מוסדות און נאך איינגעשטעלטע מיט זיינע נאנטע שטוב מענשטן, האט ער דאך זיי געקענט הייסן אויפהערן. די חרדישע וועלט אין אירע אלע רבנים זענען זייער פארווייטאגט ווייל זיי זאגן אז זיי האבן אים געבעטן און געוויינט משך פון איבער 4 יאר חי וקיים ער זאל זיך אפלאזן פונעם קעיס און די עסקנים וועלען דאס מסדר זיין. אבער דאס איז שוין אריין אין א כבוד פאר די פארטיי אז מען מוז אויפווייזן אז זיין רעביצען סאשע איז יא געווען גערעכט פון אנפאנג און מען טאר איר נישט פארשעמען כאטשיג די עקשנות פון סאשע טראגט דאך די דירעקטע קאנסקווענסן חלילה אז זיי זאלן נישט קענען קיין שידוכים טאן לדורות אויב נעמט מען דאס ח"ו אן פאר אמת רח"ל. די ענדע איז ברוך ה' דער אנגעקלאגטער ריינגעוואשן געווארן און די ריכטער מיט א זשורי האבן געמאכט ללעג ולקלס פון די סתירות און רשעות וואס די אנקלעגער האט דא געוואלט טאן און די חזקת כשרות פון אידן זענען צוריקגעשטעלט געווארן על מכונם צום פרידן פון יעדן. פילע קעגנער פון ר' אהרן האלטן אבער אז די פלעק פון דעם היסטארישען סקאנדאל איז געבליבן פארשמוצט אויף ר' אהרן'ס קאנטע לדוראן עולם, סיי צוליב וואס אנדערע אידן וועלן דאס נאכטאן צו ארויפלייגן א בלבול אויף א מאן אויב וויל מען א גט און סיי צוליב די צער פון אזוי מיאוס פארשמוצען א משפחה בישראל לעיני כל העולם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 22:54 לינק ישיר 



תוקן על ידי ychtzel ב- 08/02/2010 22:54:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א ארטיקל איבערגעטייטשט פון ענגליש איבער ר"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.