בית פורומים כל העולם כולו

א פארלאנג צום ווילידזש: מאכטס ארדענונג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/2/2010 00:07 לינק ישיר 

איך וויל נאך עפעס צילייגן מענין לענין.

די ארויניס זענען דא אין זייער א קאמפליצירטע פאזיציע, אויף ענגליש הייסט דאס "ביטווין א ראק ענד א הארד פלעיס", פון איין זייט ווילן זיי אויף אלע געלטער אנהאלטן די רעלאטיווע רואיגקייט וואס האט אנגעהאלטן אין קרית יואל די לעצטע 10 יאר, אלעס זאל זיך פירן עולם כמנהגו, געווינען אלע וואלן, ר' אהרן זאל זיך פירן דארט כמלך בגדוד בשלום ושלוה, אבער פון די אנדערע זייט ווילן זיי זיך פארט נישט לאזן שפייען אין קאשע טעלער. ס'איז טאף, וואס זאל איך זאגן.

בנוגע די סידור קידושין, אוואדי האבן זיי אלס געהאלטן ביים עפענען א זאל, אבער זאל ציקימען לידי מעשה האט עס נאך געהאלטן זייער ווייט, ווייל וואס א יאר ס'געווארן רואיגער האבן זיי נישט געשפירט קיין שטיפ צו טאן אזא דראסטישע זאך און ס'וואלט מעגליך ווען קיינמאל נישט געקומען לידי מעשה.

דער סידור קידושין האט געהאט געשריגן קלאר די ווערטער 'נקמה רביצין שול'. מ'דארף זיין א בלינדער בת היענה דאס נישט צו זעהן.

מ'האט זיי אויפגערעגט, און דא האבן זיי געהאט א זאפטיגע געלעגנהייט זיך אויסציגעבן זייער כעס און זיי האבן עס געכאפט מיט צוויי הענט.

(מיין חשד איז אז דער ר' יצחק שטיין וואס איז אויך ידוע אלס א בני יואל סימפאטיקער האט אפשר אויך אינזין געהאט נקמה געפילן וועגן די רביצין שול, איך זאג נישט אויף זעכער אבער זייער מעגליך)

לערנטס ענק א לעסן פאר נעקסט טיים: אפי' ווען מ'איז גערעכט, דארפן מען אויך טראכטן צו ס'לוינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 00:29 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

לערנטס ענק א לעסן פאר נעקסט טיים: אפי' ווען מ'איז גערעכט, דארפן מען אויך טראכטן צו ס'לוינט.

צו עס לוינט? לוינט פאר וועם?

קלערסט אז אונז טוט פערזענדליך וויי אז זיי האבן א זאל? האבן די ארונים עפעס א פערזענדליכע פארדינסט ווען די רבי איז מסדר קידושין ביי די קרעציגע אויסגעשפראכענע שונאים? רעד דיך נישט איין אז עס קימערט איינעם 'מאראליש'. סך הכל איז עס א אידישליכע עוולה, און אוודאי נוצט מען אויס די מיטלען וואס רבינו הקדוש זי"ע שרייבט אויף אזא פאל. דאס אלעס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/2/2010 00:30 לינק ישיר 

הרב סקאט,

די גמרא פארציילט אונז, אז ווען ר' יושע בן פרחיה, איז צירוק געקימען פון מצרים, האט אים באגלייט זיין תלמוד, דער אותו איש ימ''ש,

זיי זענען אנגעקימען צו אן אכסניה, און ר' יושע בן פרחיה האט זיך אנגעריפן כמה נאה אכסניה זו, האט זיך די אתו איש אנגעריפן עיניה טריטות, אז אירע אוגן זענען רידעכיג,

האט אים ר' יושע בן פרחיה געזאגט רשע בכך אתה עוסק?

האט איר אים מחרים געווען מיט 400 שופרות,

האט ער זיך געבעטן רבי נעם מיך ציריק, און ר' יושע האט נישט געוואלט,
 
איינמאל און מיטן קר''ש איז ער נאכאמאל געקימען בעטן פון ר' יושע בן פרחיה אז ער זאל אים ציריק נעמען, און ר' יושע בן פרחיה האט פונקט געהאלטען און מיטן קר''ש, האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים,

פארציילט די גמרא אז דער אותו איש האט אויף גשטעלט א ציגל און ער האט זיך געביקט דערצו,

צום ענין יעדער ווייסט אז די קאשקע מעשה, מיט די סידור קדושין, אלעס איז א דירעקטע רעאקציע צו די פארשפארען דער קרעשמע,

ובכן? טיט מען אפ דעם הייליגען באשעפער? טרעט מען אויף די הייליגע תורה? דאס איז א תירץ? אפשר זאלן זיי זיך אלע אויסשמד'ען, ווייל מען האט צוגעמאכט די קרעשמע?

וואס האסטו געזאגט דא?


תוקן על ידי ראפאגאש ב- 04/02/2010 00:32:06




תוקן על ידי ראפאגאש ב- 04/02/2010 00:33:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 00:53 לינק ישיר 

סקאט, דו טיפש. דו האלטסט אז איין אהרוני וואלט אויפגעטוישט דעם רביצינ'ס בילדינג מיט סידור קידושין?

דער זאל נאך אלעם איז אין וואדבארי, פאליטיש גערעדט איז עס נישט קיין שום פראבלעם פאר קרית יואל אז די בני יואל מאכן א זאל אין וואדבארי און די זאליס מאכן א זאל נאכ'ן רוט 17

דער איינציגסטע פראבלעם מיט'ן מאכן סידור קידושין אין די גלילות איז אז ס'איז קעגן די הלכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 01:22 לינק ישיר 

קיינער נעמט נישט אוועק די גערעכט עטענה אז די ווילידש דארף מאכן ארדענונג.
קיינער נעמט נישט אוועק די טענה אז זיי ווילן נישט אז די רואיגקייט זאל אוועקגיין.

אבער באשולדוגן דוד עקשטיין אין די מצב, אז אביסל איבערגעטריבן.
אז אמעריקא שולדיג אז בין לאדין האט זיי אטאקירט ווייל זיי זענען געגאנגן אין מלחמה אין אפגאניסטאן?

ווען דוד עקשטיין פארמאכט נישט די קרעטשמע, וואלטן מיר אלע ג'עפענט א אשכול מיט'ן קעפל:

וויכטיג, עס איז די העכסטע צייט צו נעמען שריט...

איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די זעלבע פארשוינען האבן געפייניגט רבינו בעל ברך משה?
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די זעלבע פארשוינען האבן גע'הרג'ט רויזעלע?
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען איינע פון די זעלבע פארשוינען האט אראפגעווארפן די רביצין פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש ווען זי האט געווארט צו האבן הענדי? (פון מאנסי)
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די זעלבע פארשוינען האבן געפייניגט אלע רבנים וועלכע זענען נישט געגאנגן אין שפאן?
איז דוד עקשטיין געווען שולדיג ווען די גרופע ווערעמדיגע און קרעציגע האבן געטראפן א נייע מנהיג, הגז"ל?

איך בעין שטאלץ אז איך האב אזא געטרייע ראש הקהל. הלואי זאל די ווילידש זיך לערנען פון אים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/2/2010 01:59 לינק ישיר 

קראנטע אינפא:

דער ווילידזש ארבעט זייער שווער צו מאכן ארדענונג.

ס'איז איין סארדזשענט א רשע וואס מאכט גרויסע צרות פאר קרית יואל.

זיין נאמען איז פורבעק. ער איז אמאל געווען דא אין די סטעיט פאליס אבער מען האט אים משלח געווען אין 2002 ווייל ער האט גערודפט קרית יואל. ער איז גוט געווען מיט יוסף דוד הירש און מיט יאסל וואלדמאן. דעמאלטס האט מען געברענגט דעם פריינטליכן סארזשענט היין און זייט דעמאלטס זענען געווען זייער גוטע צייטן.

אבער די צרות האבן זיך אנגעפאנגען נאכדעם וואס היין איז פלוצלינג געשטארבן. די סטעיט פאליס האט באשלאסן צוריקצוברענגען דעם רשע. פאר א שטיק צייט האט ער זיך איינגעהאלטן אבער מיט אפאר חדשים צוריק איז ער געווארן זייער געפערליך און אנגעפאנגען זיך אויפצופירן אזוי ווי אין די אלטע צייטן.

די לעצטע פאר וואכן איז געווען ממש געפערליך, סיי מיט די ארעסטן און אויך מיט די הונדערטער טיקעטס וואס זיי האבן זיך גענומען טיילן אין די וועלט אריין.

האפנטליך וועט די צרה נישט אנהאלטן פאר זייער לאנג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 04:11 לינק ישיר 

לעקסינגטאן איז לכאורה גערעכט אז עס קומען פאר נייע ווינטן אין די פאליס דעפארטמענט, און די ארונים דארפן גרויס רחמי שמים. ווייל איך זעה איינער האט דאס געשריבן אינעם שכינותדיגן פארום

העסקן הנמרץ משה לייב וויטריאל זאגט קדיש אין פאליס סטעישן

מיט געמישטע געפילן נעמן מיר אויף די נייעס אז העסקן הנמרץ ראש וראשון לכל דבר שבקדושה הנעלה והמרומם כש"ת ר' משה לייב וויטריאל הי"ו מנהל קעי זשעי פאבליק סעיפטי וואס שטייט אזוי געטריי ליד ימינו פון כ"ק מהר"א שליט"א און מאכט אלס זיכער אז זיינע געטרייע באמעס קענען אנגיין אומגעשטערט מיט די טעראריסטישע אקציעס פארזיכערינג כסדר פאר די פאליציי אז ער נעמט שוין קער און זיי ברויכן נישט קומען....

היצט קען משה לייב וויטריאל זאגן קדיש נאך דע גוטע צייטן, ער האט יעצט א ווארט ביי די ניו יארק סטעיט פאליס גלייך ווי יעדער ניו יארקער,

דע וואך ביי א וואנדעליזם אין טשאטער ביהמ"ד ווי מ'האט גערופן די פאליציי (אגב ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די וואנדילעזירער זענען געווען אידישע בחורים) און מ'האט זיי געפירט אין פאליציי סטאנציע איז דער מחותן משה לייב וויטריאל אריינגעקומען מיט זיין ברייטע חנופה'דיגע שמייכל אבער דאס מאל איז דער שמייכל נעבך געבליבן הענגען אין דער ליפט מ'האט אים געוויזן דעם טיר מיטן שמייכל אינאיינעם,
 געליטן דא האבן די בחורים'לעך ווייל די פאליציי האט זיי בכוונה געהאלטן איינגעשפארט א גאנצע נאכט, מיט א מעסעדש אז דע געים איז אווער, די בחורים זאלן זיך נישט איינרעדן אז מ'קען אויסהאקן שויבן און געגאנגן ווייטער משה לייב וועט שוין קערנעמן... דעס איז היסטאריע, 

ר' משה לייב, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבילי ציון וירושלים ומחה ה' דמעה מעל כל פנים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 16:27 לינק ישיר 

לויט ווי יך קיק דא צי אלץ א מאנסי'ער זעט מיר אויס אז מהר"א'ס צייט טרייבט איבער די VILLAGE טיט זייער ארבייט פאר מהר"א זייער געטריי לויט ווי איך האב דעמאלטץ געזעען ביים פארמאכן די בני יואלע שיל איז געשטאנען אין די פעפערס אז די שיל דארף זיין פארמאכט ביז סווערט באשטעטיגט פין די VILLAGE אפישעלס נא איז די שיל נאך פארמאכט די תירוץ איז יא נא טיט נישט די VILLAGE א גיטע זשאב פאר מהר"א'ס זייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 20:53 לינק ישיר 

וואס איז דער דיפרעסקייט דא!!!

איך ליין און ליין און איך זעה דא נאר .....
ארונים!!! וואס גייט פאר, זייטס ענק מחזק, עס קומען "גיטע" צייטן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/2/2010 18:26 לינק ישיר 

http://www.vosizneias.com/48675/2010/02/05/kiryas-joel-ny-villagers-upset-over-beefed-up-state-police-presence



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פארלאנג צום ווילידזש: מאכטס ארדענונג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext