בית פורומים אידישע געדאנק

דעבאטע וועגן "קול מבשר"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/2/2010 20:14 לינק ישיר 
דעבאטע וועגן "קול מבשר"


לאמיר פירן א נארמאלע דיבעט וועגן קול מבשר

צד א'
יא סאיז א גיטע זאך ווי נישט ווי מענטשן קענען עס ניצן אשטאצט די ראדיא מענטשן ווילן וויסען נייעס אין האבן נישט קיין געדולד צי ווארטן ביז סוף וואך ווען סקימען ארויס די צייטונגען ניצט מען קול מבשר אשטאצט די ראדיא.

צד ב'
ניין סאיז נישט גיט סלייגט אריין יעדעם אפי' קינדער אין די גוישע וועלט מיט יעדע נארישע גוישע פאליטיק ווייסן אלע קינדער אין בחורים אין אויך ברעגן זיי נייעס וואס סאיז נישט פין אינזערע רייען.
 



תוקן על ידי המהדרין ב- 28/07/2011 21:05:23




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 20:39 לינק ישיר 

צו צד א' איז דא נאך 10 צדדים און צו צד ב' נאך 10
סך הככל האסטו דא אנגערירט זייער אויבערפלעכליך דעם גאנצן ענין. אבער פטור בלי כלום...

די טענה אז כל מבשר פארגוי'אישט די אינגע קעפלעך וואס הערן זיך צו צו די וועלטליכע נייעס וכדו' איז כהיום "אפגעפרעגט", ווייל כהיום קען מען פארלאנגען פון די טעל. קאמפעני צו בלאקירן דעם נומער!

אויב ווילסטו נישט בלאקירן איז דאס דיין אייגענע אחריות, ווארף נישט אויף יענעם דיין אחריות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2010 20:42 לינק ישיר 

זאת אומרת דרשני!

די אהרוינים האבן אויסגעמעקט דעם אשכול אין זייער פורום!

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2753256



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2010 16:31 לינק ישיר 

סאיז נאר נארמאל יעדער ווייסט ווער דער רבי יונה מיט בשמחה תמיד זנענען לץ ווידער ער מעג באשיצן די ביזנעס פין זיין קרוב.


תוקן על ידי המהדרין ב- 28/07/2011 21:05:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 06:08 לינק ישיר 

קול מבשר האט אפגעהאלטן אסאך אסאך אידן פון הערן ראדיא ביי די טראגעדיע פון לייבי קלעצקי ע"ה.
 
איך ווייס אז דא איז נישט דאס פלאץ אים צו באדאנקן, ווייל איך גלייב נישט אז ער ליינט דא, אבער אזויפיל יא אז די וואס רייסן אים אונטער, זאלן וויסן זיי זענען נישט גערעכט! ווילסט נישט הערן קול מבשר? הער עס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 07:08 לינק ישיר 

עס דארף ארויס צי קומען נעקסטע וואך א ריזיגע מחאה קעגן קול מבשר אונטער געחתמט פון צעינדליגע רבנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 07:19 לינק ישיר 

איך גיי נישט דא נעמען קיין שטעלונג אין די עצם נושא פון קול מבשר צו ער איז אויסגעהאלטן אדער נישט. איך וויל נאר זאגן אז די טענה וואס טייל האבן דא דערמאנט אז 'ווילסט נישט הערן הער נישט' און קענסט עס בלאקן' איז נישט קיין שום מין גערעדעכץ.
ווען א מענטש שטעלט זיך ארויס מיט עפעס פאר'ן ציבור מוז עס זיין אויסגעהאלטן, און ער קען זיך נישט בארעכטיגן מיט'ן זאגן אז ווער עס וויל נישט איז פטור. קודם כל, ווייל יעדע פובליק זאך וועט עווענטועל עפעקטירן יעדן איינעם במישרין או בעקיפין. און צווייטנס ווייל מען קען קיין קינדער נישט אפהאלטן פון גארנישט, דו קענסט בלאקן אינדערהיים ער קען עס נאך אלץ הערן אויף צעהן אנדערע פלעצער וכדומה.
(פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אוועק די אחריות פון עלטערן צו בלאקירן עפעס וואס קען זיין שעדליך פאר זייערע קינדער).
און ועל כולם, אויב איז אמת אז עס איז שעדליך פאר די יוגנט, וואספארא תירוץ איז דאס אז די עלטערן קענען דאס בלאקן? אלא מאי זיי האבן עס נישט געבלאקט, זענען זייערע קינדער הפקר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 08:15 לינק ישיר 

ספרינטער כתב:
קול מבשר האט אפגעהאלטן אסאך אסאך אידן פון הערן ראדיא ביי די טראגעדיע פון לייבי קלעצקי ע"ה.
 
איך ווייס אז דא איז נישט דאס פלאץ אים צו באדאנקן, ווייל איך גלייב נישט אז ער ליינט דא, אבער אזויפיל יא אז די וואס רייסן אים אונטער, זאלן וויסן זיי זענען נישט גערעכט! ווילסט נישט הערן קול מבשר? הער עס נישט.
‎​
 
וויפיל אידן ער האט אפגעהאלטן ביי לייבי קלעצקי ווייס איך נישט. אבער וויפיל אידן ער האלט אפ זומער פון הערן ראדיא אין די צייט וואס מ'פארט ארויף אין די מאונטענס און הערן די טרעפיק אויף קול מבשר, ווייסן מיר יא. דאס איז זייער א חשוב'ע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 08:16 לינק ישיר 

גינוס כתב:
עס דארף ארויס צי קומען נעקסטע וואך א ריזיגע מחאה קעגן קול מבשר אונטער געחתמט פון צעינדליגע רבנים
‎​
 
וואו דארף, און פארוואס עפעס? וואס האט זיך קול מבשר יעצט פארזינדיגט (חוץ דאס אז ער רעדט נישט קיין פאליטיק....)?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 08:19 לינק ישיר 

אויטענטיש, נו אפשר דארף מען ארויסווארפן פון אלע געשעפטן דער איד/בלאט/צייטונג? זיי זענען דאך אויך פובליק און קענען במישרין ובעקיפין אפהארגענען דאס יוגענט. ‎​
 
אין אנדערע ווערטער, פארוואס קומט זיך פאר קול מבשר א הארבערע שטראף ווי פאר די צייטונגן, נאר דאס ווייל ער געהערט נישט צו קיין שום פארטיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 17:54 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
‎​ וואו דארף, און פארוואס עפעס? וואס האט זיך קול מבשר יעצט פארזינדיגט (חוץ דאס אז ער רעדט נישט קיין פאליטיק....)?


קען זיין צוליב די לעצטע פאסירונג. זיי האבן אים גבעטען אויב ער וויל קען מען מאכן א פשרה, אז ער זאל נאר באריכטן נייעס איינמאל א וואך



תוקן על ידי גינוס ב- 28/07/2011 17:54:46





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 18:11 לינק ישיר 

יא גערעכט ביי די לעצטע פאסירונג האט ער טאקע נישט געלייגט אויפן נייעס צום ערשט די רבי'ס ווי זיי פארן אויף וואקאציע... נאר האט געלייגט די נייעס וואס האט געהאלטן געשפאנט די גאנצע וועלט און אידן בכלל.
 
אגב וואס האט ער געדעקט שלעכט דארט ביים לעצטע פאסירונג? האט ער עס נישט אראפגעלייגט גענוג איידל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 19:12 לינק ישיר 

איך שרייב שוין נישט דא א לענגערע צייט,
און בל"נ נאך די איינע תגובה גיי איך היינט ווייטער נישט שרייבען,
אויב האט מען יא באררירט, די נושא, וויל איך דא שרייבען א זאך וואס איז געליגען אויפן געדאנק פון אסאך אידען, נאך איידער מען האט געפינען דעם ביטערען מצואות יענעם פארטאגס, ביים מערדער אינדערהיים,
כ"ש לאחר המעשה,
דאס איז וואס האט זיך געדרייט און דרייט זעך נאך יעצט און אינזערע קעפעלעך,

איך שרייב עס און א לשון נסתר,
ווער ווייסט צי כל מבשר קען זאגען בפה מלא ידינו לא שפכו את הדם הזה,
איך וויל קלאר מאכען אז איך רעדט דא נישט פון קיין רוחניות, איך רעדט און פשוטן זון פון ווארט,

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 19:14 לינק ישיר 

גינוס, ווער איז דער "זיי"? וועכע רבנים פירן די מערכה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 19:16 לינק ישיר 

רשכבה"ג, זיי זיך מער מסביר ביטע. מיינסט צו זאגן אז לוי אראן האט געהערט קול מבשר, און וויבאלד ער האט געזען אז קול מבשר מאכט אזא טומעל האט ער געטון מיטן קינד וואס ער האט געטון?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2011 22:22 לינק ישיר 

די טענה אז ער האלט אפ מענטשן פון הערן ראדיא, איז זייער א שוואכע טענה, ווייל ווער עס הערט ראדיא ווערט נישט אפגעהאלטן דורך קול מבשר, אפשר אויף א קליינעם פארנעם.
למעשה איז דא מער מענטשן וואס הערן נישט ראדיא, וואס הערן קול מבשר אנשטאט שיעורי תורה, דרשות אדער סיפורי צדיקים מיט תוכן'דיגע אינהאלט.
צווייטענס, איז קול מבשר א עדיקשאן פאר אסאך יונגעלייט, און ספעציעל פאר בחורים, וואס נעמט אוועק זייער קאפ פון לערנען.

איך ווייס אליין נישט צו ס'איז א טובה אדער א רעה, עס איז זיכער דא מענטשן פאר וועמען ס'איז א טובה, און פאר וועמען ס'איז א רעה, און מען דארף לאזן א זאך פאר א דעת תורה דאס מחליט צו זיין.

איך אליין האב גראדע אמאל געפרעגט צוויי קלענערע רבנים, איינער האט מיר געזאגט אז ס'מאכט ממש חורבנות, דער צווייטער האט מיר געזאגט אז ער האט עס אמאל געהערט ביי איינעם, און ער פארשטייט נישט דעם פראבלעם.

אבער לפי ידיעתי האלטן רוב מנהלים פון היימישע מוסדות פאר קינדער און בחורים אז ס'איז זיכערער הפסד דאס צו הערן, און מען וואלט עס געדארפט אונטערברענגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעבאטע וועגן "קול מבשר"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext