בית פורומים כל העולם כולו

רשעות'דיגע פאליציי געשיקט צו א יאר תפיסה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/2/2010 23:41 לינק ישיר 
רשעות'דיגע פאליציי געשיקט צו א יאר תפיסה

אפילו די ציאניסטישע געריכט האט נישט געקענט אוועקמאכן די קעיס.

אין זימער תשס"ז ווען ארץ ישראל האט גערידערט איבער די מצעד התועבה אין ירושלים, און עס איז פארגעקומען שווערע פראסטעסטן אין ירושלים עיר הקודש. האט א היימישע אינגערמאן אפגעכאפט די רשעות פון די יס"מ וועלכע האט געטייילט מכות רצח פאר גארנישט און פאר נישט. ווען איינע פון די אפיצירן האבן געזעהן ווי אזוי ער מאכט די בילדער, איז ער צוגעלאפן צו אים:גיב מיר שוין אהער דיין ווידיא!
 
האט דער אינגערמאן געפרעגט: מיט וועלכע רעכט נעמסטו דאס אוועק?

די יסמניק איז ווילד געווארן און אים אראפגעווארפן, און אים אריין געגעבן אחת למעלה ושבע למטה. ביז מ'האט די אינגערמאן געדארפט נעבעך אריינפירן אין שפיטאל מיט ערענסטע וואונדן.

די אינגעראמן האט אריינגעגעבן א קלאגע אין די קאורט. און אפילו די ציוניסטישע געריכט וועלכע איז מקיים די הלכה פון מי יתן לי ת"ח ואנשכו כחמור. האט אבער נישט געקענט ענטפערן איבער די הארבע קעיס וועלכע די אינגערמאן האט אריין געגעבן א ווידיא פון די גאנצע מעשה. די געריכט האט היינט גע'פסק'נט אז די אפיציר דארף באצאלן פאר די אינגערמאן 10000 שקלים. און חוץ פון דעם דארף ער זיצן אין תפיסה פאר א קייליכיגע יאר. און נאך צוויי יאר על תנאי- דאס מיינט אז אויב ער וועט נאך איינמאל עפעס טוהן, וועט ער זיצן נאך צוויי יאר.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רשעות'דיגע פאליציי געשיקט צו א יאר תפיסה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext