די שמוציגע מערכה וואס ראט פירט קעגן כולל שומרי החומות, איז בעצם זיין שטענדיגער מהלך פון "איך זיך און מיך".
ער האלט נישט ביים שטיצן און געבן געלט פאר "פרעמדע", נאר פאר די אייגענע וואס וועט אים עפעס ברענגען.
ער האט נישט קיין געפיל פאר כולל שומרי החומות, אדער אנדערע מוסדות הקדושים אין ארץ ישראל וואס פלאגן זיך צו האלטן על טהרת הקודש. ממילא העצט ער קעגן זיי, מיט נארישע תירוצים, און דער סך הכל פון די העצערייען זענען: גיט דאס געלט נאר פאר מיר!
ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, האט ער נישט געהאלטן ביים געבן פעני פאר מוסדות הקדושים, האט אים פלוצלינג אנגעכאפט א שטארקע "ענוה" געפיל, ער דארף נישט קיין כבוד, קיינער זאל נישט מיטפארן, ער וויל נישט גיין באזוכן קיין מוסדות, און דער סך הכל דערפון איז, ער האלט נישט ביים שוויצן צו העלפן מוסדות הקדושים.
און לאמיר נישט פארגעסן, אז זיין טאטע דער הייליגער ברך משה זי"ע, וואס איז נאך געווען אזא עניו ווי ראט, און האט נאך אזוי פיינט געהאט די אלע כבוד המדומה ווי ראט. איז יא געפארן קיין ארץ ישראל מיט א עולם, און יא געגאנגען באזוכן די מוסדות, ווייל ער האט געוואוסט אז די מוסדות התורה אין ארץ ישראל מוטשענען זיך, און ס'איז פאר זיי א שטארקער חיזוק ווען ערליכע אידן קומען צו פארן מחזק זיין, און זיי שטיצן, דאס העלפט ארויס אין די מלחמה קעגן די ציונים.
ממילא הגם עס קומט יעצט אן שווער פאר רבינו שליט"א צו פארן, און אזוי אויך איז שווער פאר אסאך נדיבים בעם, מיט כל הקהל הקודש, וועלכע וועלן מיטפארן מיט רבינו שליט"א, עס איז פונקט פאר פסח, ווען יעדער איז פארנומען.
אבער מען דארף געדענקען אז מען פארט נישט דא פאר וואקאציע, נאר די מוסדות הקדושים אין ארץ ישראל קוקן ארויס, מען זאל זיי מחזק זיין, מען זאל זיי קומען באזוכן, מען זאל זיך באקענען מיט זיי פון די נאענט, און זיך פערזענליך איבערצייגן ווי אזוי עס וואקסט א לגיון של מלך פון טויזנטער ברכים אשר לא כשלו לבעל. און יעדער זאל זיך טאקע מיטנעמען סכומים צו טיילן פאר די מוסדות הקדושים און עניי ארץ ישראל.
איך פערזענליך האב שוין אנגעזאמלט און אוועקגעלייגט איבער טויזנט דאלער אין צדקה געלט, איך האף ביז נאך פורים צו האבן לכל הפחות 2500 דאלער.
לאמיר נישט פארגעסן, אז אלע מוסדות אין ארץ ישראל וועלכע נעמען נישט קיין געלט פון די ציונים, דארפן מיר העלפן און שטיצן, דאס זענען אונזערע "אייגענע" מוסדות, און ס'איז קלאר אז דאס איז געווען רצון קדשו פון רביה"ק זי"ע.