ווער האט גענוי די וועטער וואס דער אגלי דבש האט געזאגט אויפן מאנטעווידעיר רב ז"ל ביי זיין לוי'? ווייל רבי אברהם האט געהאלטן אז יעדער רב מעג מסדר קידושין זיין אין קרית יואל
באלאנד אנטשולדיג מיר אבער ווען עס קומט צו שאלות און יסוד טהרתן של ישראל האט ר' אברהם א שטארקע נגוע און מען קען נישט טראסטן זיין פסק, עס איז קלאר פאר יעדעם אז ר' אברהם'ס רצון מרבה צו זיין ממזרים בישראל איז נישט געקומען פון פארדארבענקייט, עס איז פשוט געווען ווייל ער האט משום סובה געצויגן צו ממזרים און פגומים, סאו פין אים קענסטו קיין ראי' נישט ברענגן.
נשלח ב-8/2/2010 18:08
דוד! וואס האט ער געזאגט? וואס האט דער דיין געזאגט?
נשלח ב-8/2/2010 18:09
איך האב פריער גערעדט מיט איינער פון די גרויסע מורה הוראה בדורינו, איך האב אים געפרעגט ווער איז דאס דער אגלי דבש און ער האט נישט געוויסט צו זאגן.
ביי די אהרוינים איז שוין א אלטע שיטה אנצוקליידן די "גאנצע וועלט" מיט זייערע מיינונגען. רוף אן פאפא דיין אין וו"ב אדער ב"פ און פרעג אים ווער איז דער "בעל אגלי דבש"...
נשלח ב-8/2/2010 18:14
נאכאמאל איך פארשטיי ענקער ווייטאג מהאט שוין 2 וואכן געהאפט אז ר' געציל זאל ענק עפעס געבען אבער ב"ה ר' געציל האט געטיען וואס ער האט געדארפט אין ענק גארנישט דעליווערט פינקט פארקערט ער האט געפאסקענט להלכה: אז דא אין ק"י איז נישט קיין שום פראבלעם צי קימען מסדר קדושין זיין איי פיל יאר פען אבער דאס איז עס אין לאמיר צירוק גיין צי די טויטע קאטשקעס אין אוועק גיין פין די לעבעדיגע קאטשקעס
נשלח ב-8/2/2010 18:27
הגאון רבי געציל שליט"א כבודו במקומו מונח.
אבער וויבאלד דער בלאט האט שוין גע'פסק'נט אז א דער פסק פון א "פעיראל" דיין איז נישט מאסגעבנד, מוז ער דאך אננעמען זייער פסק...
נשלח ב-8/2/2010 18:33
אבער ווען ער פסק'נט אקעגן זיין אייגענע קהילה ווי למשל נעכטן ווען ער האט געפסק'נט מיט זיין כח וואס ער האט באקימען פין רבי'ן ז"ל: אז יעדער מעג מסדר קדושין זיין אין ק"י איז ער יא באגלייבט אפי' לויט די בלאט אפגערעדט פין אינז וואס ער האט אלטץ געהאט א כח
נשלח ב-8/2/2010 18:37
קיינער האט נישט געקענט נעמען דעם גאון רבי געציל שליט"א און מאכן פון אין א חוכא וטלולא, ווי זיינע אייגענע מענטשן
נשלח ב-8/2/2010 18:38
ראפאגאש, איך קען דיין ארטיקל נישט ליינען צוליב א ווערטער צומישעניש.
עס איז פשוט א נחת צו צוזען, וואו דער ''פסק הלכה'' פונעם דיין שליט'א האט צושרויפט די קרעשמע זיצער, מיט די זאליבאנצעס, מען קען מיט האלטען דא אויפן פארק, דער זאלי שרייט אז דער דיין שליט''א'ס פסק איז גארנישט ווערט, אפי' רבינו הקוה''ט האט אים געשטעלט פאר דיין,
דער בני יואל שרייט גאר אז דער דיין שליט''א האט געזאגט אז יעדער מעג זיין סידר קדושין און קרית יואל,
דער זאלי פון די מרחקים פרעגט גאר אפ דעם דיין שליט''א
עס איז פרייליך מיט די משוגעים, דער פסק הלכה פונעם דיין שליט''א האט געשלאגען טיפע ווארצלען, און אויף געשאקעלט די חברה!
נשלח ב-8/2/2010 18:46
דוד46 כתב:
קיינער האט נישט געקענט נעמען דעם גאון רבי געציל שליט"א און מאכן פון אין א חוכא וטלולא, ווי זיינע אייגענע מענטשן
אויב מיינסטו די נעכטיגע דרשה איז פינקט פארקערט ער איז געשטיגן אין מיינע אויגן נאך מער נישט אז איך האב עם נישט געשעצט ביז יעצט נאר יעצט איז עס מער אז ער האט געהאט די קאראש אין געקענט ארויס קימען נעכטען אין פראנט פין זייערע מענטשן אן ארויס זאגן די פסק הלכה מיט אזא פעסקייט: אז אין ק"י מעג יעדער מסדר קדושין זיין ווייל סאיז נישט דא קיין ערוועלטע רב דעס וועט עם נאר מאכן אין די ערליכע וועלט אסאך שטערקער ווי ביז יעצט
נשלח ב-8/2/2010 18:55
לאמיר מאכן א קלארן סך הכל:
מיט 20 יאר צוריק האט דער מאנראוער צדיקל אנגעדרייט א מערכה קעגן די בני יואל – און א מלחמה כבידה האט אויסגעבראכן צווישן ביידע צדדים עד כדי הכאה, און גוטע ידידים זענען געווארן צעקריגט.
מיט 10 יאר צוריק האט מען זיך אנגעהויבן צו קריגן ווער עס איז געווען שולדיג פאר די דורכגעפאלענע מערכה.
היי יאר האט דער מאנראוער צדיקל אנגעדרייט א פרישע מערכה קעגן די בני יואל – און א מלחמה כבידה האט ווידעראמאל אויסגעבראכן צווישן ביידע צדדים עד כדי הכאה, און גוטע ידידים ווערן ווידער צעקריגט.
אין 10 יאר צוריק וועט מען זיך נאכאמאל אנהייבן צו קריגן ווער עס איז געווען שולדיג פאר די דורכגעפאלענע מערכה.
נשלח ב-8/2/2010 18:56
מישמאש כתב:
דער בני יואל שרייט גאר אז דער דיין שליט''א האט געזאגט אז יעדער מעג זיין סידר קדושין און קרית יואל,
איך זאג אזוי? דער דיין ר' געציל האט אזוי געזאגט נעכטען טי מיר א טובה אין הער עם אויס אין הער וואס דער רעדנער נאכדעם פארבירט צי פארדרייען זיינע ווערטער ווייל ער איז געבליבן שאקט פין די שטארקייט וואס ר' געציל האט ארויס געוויזן ווי א עכטער ערליכער דיין וואס זאגט וואס ער האלט: אז יעדער מעג מסדר קדושין זיין אין קרית יואל !!