|
|
| נשלח ב-8/2/2010 19:01 |
|
| |
דער סך הכול איז:
אז אונזער רבי רבינו שליט''א איז א תלמוד פון רבינו הקוה''ט זי''ע:
און ענקר רבי ר' זלמן איז א תלמוד פון ר' שימעלע דשיגאן
עטץ גייט'ס און דער ציוניסטישע בג''ץ, טראץ דעם וואס רבינו הקוה''ט האט געשריגען אז עס איז ביהרג ועל יעבור:
עטץ זענט'ס עובר אויף א פסק פון הגאון הגדול דער בעל אגלי דבש שליט''א, וועם רבינו הקוה''ט האט ממנה געווען דיין און קרית יואל: און זיך פארלאזט אויף אים מיט אלע עניני הוראה און די שטאט:
דאס איז דער סך הכול:
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 19:20 |
|
| |
א פשוטע שאלה, וואס יעדער ארוני בלייבט מיטן צינג ארויס ווען מען פרעגט אים דאס
| נוטראלער כתב: |  | איך הער אז דער אגלי דבש האט גערעדט פון א חרם דרבינו תם
ווער עס קען אביסל היסטערי ווייסט ווער עס איז געווען דער ערשטער עובר צו זיין אויף א חרם דרבינו תם
פאר ווער עס ווייסט נישט, עס איז פארהאן א חרם דרבינו תם אז מען טאר נישט מערער זיין אויף א גט, ד.מ. אז אויב מען האט מסדר געווען א גט טאר מען עס נישט איבער מאכן.
ע.כ. ווער איז אין חרם? |
|
נ.ב. ווער עס האט די צעטיל וואס מען האט דעמאלט פראשפרייט, ווערט געבעטן דאס דא ארויפצולייגן, אדער קען מען עס מיר שיקן אין אישי
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 19:24 |
|
| |
די עזות פנימער זענען גענצליך צושרויפט, זיי שעלטן צוזאם משה מאנרויער פארוואס די קהילה האט ערוויילט דעם סאטמאר'ן רבי שליט"א אלס מרא דאתרא.
זיי ווייסן נישט וואו זיך אהין צוטון מיט דעם קלארן פסק הלכה פון דעם קרית יואל דיין שליט"א וועם רביה"ק זי"ע האט געשטעלט אלס דומ"ץ הקרי'.
זיי ווייסן נישט וואס צוטון מיטן פסק הלכה פון רביה"ק זי"ע און די זעלטענע שארפע לשונות איבער סידור קדושין אנעם רשות פונעם מרא דאתרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 19:24 |
|
| |
נעמטס עס אריין אין ענקערע קעפעלעך:
די גאנצע מערכה איז א דורכגעפאלענע זאך!
א באנדע לוזערס!!!!!!!
עס גייען זיין אי"ה הונדערטער חתונות אין דעם יעצטיגן זאל, און אי"ה בקרוב אינעם זאל פון די סאטמארער תלמוד תורה!!!
און יא! יעדעס מאל וועט אנגעפירקעלט ווערן די גאסן אין ק"י, און טראף ווידעראמאל א חתונה.
מאכטס זיכער אז עס זאל זיין יעדן טאג פרישע פאשקעווילן, פרישע אנגעפירקלעכטס אין די גאסן, אבער ב"ה מען איז פטור געווארן פון די סידור קידושין אנשיקעניש.
און באדעם ליין: נאך 25 יאר אלס "רב" אין ק"י, איז נאך דא א ריזיגער ציבור אידן יראים ושלימים וואס זענען נישט מקבל מרות פון אים.
דנער עיקר אז ער איז ראשכעבעהאג...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 19:30 |
|
| |
און באדעם ליין: נאך 25 יאר אלס "רב" אין ק"י, איז נאך דא א ריזיגער ציבור אידן יראים ושלימים וואס זענען נישט מקבל מרות פון אים.
דנער עיקר אז ער איז ראשכעבעהאג...
נא? וואס איז דען? איך האב מיטגעהאלטען און א געוויסע קהלה וואס כמעט די גאנצע קהלה איז געווען קעגן דער א''ג נייער רב, ווען ער איז אריין געקימען מיט די פאליציי און בית מדרש האט די גאנצע ביהמ''ד רבנן ותלמידיהון זקינים ונערים, געשריגען באנאזאם ''זאלי''
און מיט דעם אלעם רפסטו אים ''רבי'' און די ווייקסט דיך ביי זיינע שקל שלום תורות, און די גייסט צו זיינע וועקי טישען,! אלזא?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 19:35 |
|
| |
| מישמאש כתב: |  | באדעם ליין: נאך 25 יאר אלס "רב" אין ק"י, איז נאך דא א ריזיגער ציבור אידן יראים ושלימים וואס זענען נישט מקבל מרות פון אים.
|
|
אוואדאי איז מען נישט מקבל מרות, ווער וויל דען מקבל מרות זיין פון איינעם וואס איז עובר אויף א חרם דרבינו תם
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 20:11 |
|
| |
נעכטן נאכט ביים מעמד קידוש ה' האט הגה"צ בנציון לאוב שליט"א פארציילט אן אונטערסאנטן עובדה פון רביה"ק זי"ע.
ווען דער הייליגער מנחת יצחק זצ"ל איז אמאל אין די בראשית יארן געווען אין קרית יואל אויף א באזוך ביים רבי'ן זצ"ל, האט דער מנחת יצחק ז"ל אנגעפרעגט ביים רבי'ן איבער אן אונטערגעקומענע שאלה, האט אים רביה"ק געענטפערט אז ס'איז דא א דיין דא אין שטאט, און ער זאל דוקא ביי אים אנפרעגן די הלכה.
פאר סאטמאר'ע חסידים איז א כבוד און א שטאלץ צו האבן אזא חשוב'ער דיין שליט"א וועלכער האלט איין דעם פסוק ולא תגורו מפני איש, אין לאזט הערן דעם דבר ה' זו הלכה מיט א פייערדיגער אש קודש.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 20:17 |
|
| |
איך וועל דיר ברענגען גענוג און נארך מעשיות וואס רבינו הקדוש זי"ע האט געזאגט אויף רבנים גאונים וצדיקים וועלכע ווערן ביי ענק אפגעלאכט.
מעשיות איז דא גענוג.
די שאלה איז נאר צי עס איז אקטועל.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 20:34 |
|
| |
איך זע אז זיי אליינס פאלגן נישט די פסק פין זייער דיין ר' לאוב ווי ער האט געזאגט אז קיינער זאל גארנישט טיען נאר די ראשי קהילה אין דא זענען געקימען אפאר בחורים אין געפירקעלט אין די גאסן וואס דעס גייט ברענגען א פרישע קייט אויף צירוק אויף זייער רבי אין נאכדעם צירוק אין אזוי ווייטער קען איינער פארשטיין פארוואס זיי אליינס לאכן זיך אויס פין ר' לאוב שליט"א אין האבן יא אליינס געטיען
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 20:44 |
|
| |
דוד46 שרייבט:
נעמטס עס אריין אין ענקערע קעפעלעך:
די גאנצע מערכה איז א דורכגעפאלענע זאך!
א באנדע לוזערס!!!!!!!
עס גייען זיין אי"ה הונדערטער חתונות אין דעם יעצטיגן זאל, און אי"ה בקרוב אינעם זאל פון די סאטמארער תלמוד תורה!!!
און יא! יעדעס מאל וועט אנגעפירקעלט ווערן די גאסן אין ק"י, און טראף ווידעראמאל א חתונה.
מאכטס זיכער אז עס זאל זיין יעדן טאג פרישע פאשקעווילן, פרישע אנגעפירקלעכטס אין די גאסן, אבער ב"ה מען איז פטור געווארן פון די סידור קידושין אנשיקעניש.
און באדעם ליין: נאך 25 יאר אלס "רב" אין ק"י, איז נאך דא א ריזיגער ציבור אידן יראים ושלימים וואס זענען נישט מקבל מרות פון אים.
דנער עיקר אז ער איז ראשכעבעהאג...
למעשה: אז איינער פייפט אן א מרא דאתרא, מיינט דאס נישט קיין דארעכפאל
פארן מרא דאתרא, פונקט ווי ווען איינער פייפט זיך אריין אין די תורה און איז מחלל
שבת איז נישט קיין דארעכפאל פארן באשעפער, נעם דיר אריין אין קאפ,
דער רבי שליט''א איז היינט צו טאג איינערקענט אין די וועלט אלץ דער גרעסטער
מרביץ תורה, דער אויסשליסלעכער מנהיג ישראל, כלל ישראל לעכטץ צו הערן
זיין חוות דעת און מאכן דאס נאך, זיין שחיטה מהודרת איז אנגענומען אין די
גאנצע וועלט אלץ די מהודדיגסטע שחיטה טראץ ענקער נארישע קאטשקע
שמאטשקע אזוי גערופענע שערורי', מיר פארן ווייטער אזוי שנעל אז איר קענט בכלל
נישט נאך יאגן, איר זענט דאס ליצנות ביי כלל ישראל, שפילן רבי, און בפרט א
סאטמארער רבי איז א שפיל וואס די וועלט לאכט, און איך פארשטיי אייער ווייטאג,
ר' יואליש און דער טשאדער זענען נישט קיין קאמפעטישאן פאר אונזער רבי,
זייער שייגעצשטיג מיט מסדר קידושין זיין און א עוון פארן באשעפער, און נישט
פאר רבינו שליט''א, אונזער רבי האט נישט געהאט און נישט געקלערט צו זיין מסדר
קידושין ביי די ווערעמיגע בני יואל, אלזא דאס איז דער באטעם ליין, נאך 25 יאר פון פראבירן
בועט צו זיין אינעם מרא דאתרא דארף מען האבן א ווידיאו שפיל מיט מענדלע בריל צו בארעכטיגן
דעם שייגעצשטיג, דער גרויסער שארמאשער חכם האט געוויינט פאר זיין קאזין שלום
ציק זאל עם קומען ראטעווען ווייל ער איז ללעג ולקלס ביי יעדן איינעם, האט דער שלום
ציק ארענדזשט א שיינעם ווידיאו שפיל אפגעכאפט דורעכן שארמאשערס בוזעם פריינד
יאשקע מסור און אזוי צו פראבירן צו ראטעווען דעם מצב,
דוד'ל, דוד'ל, מיר פארן ב''ה זייער גיט, דער קפה הויז איז אפגעשפארט טראץ די קללות
פון יאנקל טארעך, דער מעיאר איז רבי אברהם וויעדער, דער בית החיים איז בידינו
און כשם שהחילות לנפול לפניו, לא תוכל לו, כי נפול תפול לפניו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 20:54 |
|
| |
וואס מיינען ענק אז די אלע תשובות פין די פריעדיגע גדולים וועגן מסדר קידושין זיין שלא ברשות המרא דאתרא, איז געשריבען געווארן פאר מענטשען וואס האבן געהאלטן אז דער איז די מרא דאתרא.
סאיז געשריבען געווארן פאר מענטשען וואס האבן געשריגן די זעלבע ווי די היינטיגע קלים וריקים אז ער איז נישט די מרא דאתרא.
אין אויף דעם האבן אלע גדולים געשריבן אזאלכע שארפע לשונות ווי הגאון הגדול דער דיין שליט"א האט נעכטען געזאגט אז סאיז כמעט נישט דא נאך א זאך ווי מען זעט אז די גדולים זאלן שרייבן אזאלכע שארפע לשונות.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 21:33 |
|
| |
היינט טרעף איך א זאלי / בני יואל אין בארא פארק, און איך פרעג אים איין קשיא:
פארוואס איז דער עירוב אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק נישט כשר לויט ענק. פונעם רבי'ן זי"ע ווייסט מען נישט קיין הוראה ברורה. מ'ווייסט האלבע זאכן. קיין כתב פון רבי'ן איבער דעם איז נישטא.
ס'איז נאר דא עפעס א וואסעריגע פסק פון רבנים אז מ'טאר נישט עובר זיין אויף "דייני העיר".
איז די פראגע, אזוי: ווער זאגט אז ר' פישעלע הערשקאוויטש איז נישט אזא דיין העיר ווי ר' מנשה פרידמאן? ווער זאגט אז אודאוואוריער רב איז נישט אזא דיין העיר ווי ר' הערשל מילער?
אויב דער פסק פון ר' געציל בערקאוויטש איז נישט מחייב ווייל איך פרעג דיך נישט. און איך וועל דיר ווייזען איז דער פסק פון קיינעם פון די עירוב אוסרים קיינעם נישט מחייב עפ"י דת תוה"ק.
אדרבה קענסט מיר ענטפערן? יענער האט צוריקגעענטפערט ס'איז דא א קול קורא מיט רבנים. און מ'3קען נישט קריגן. זאג איך אים, אבער איך האב א אנדערע קול קורא.
זאגט מיר יענער, אבער חילול שבת איז נישט קיין קלייניקייט, מ'קען זיך מיט דעם נישט שפילן. זאג איך אים, אן עירוב האבן חכמינו ז"ל מתקן געווען, און אויב איז עס כשר איז עס א מצוה.
און דא שפילסטו דיך מיט א פסולי חיתון און א "בודאי יתחרטו". מ'וועט ענק ווייזען איז געווען דער ענטפער...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 22:16 |
|
| |
איין זאך זעה איך זיכער ווען ר' ישראל חיים מנשה האלט א דרשה אדער גיבט ארויס א בריוו, האט עס בערך אזא פנים ווי טענענבוים שרייבט א פאשקעוויל אויף חומתהדת.קאם, ער האט זיך נעבעך אליין'ס אזוי ביליג געמאכט, זיינע בריווען מלא סתירות, אזש איך באוויין באמת א יוד אין די יארען וואלט געקענט זיין א 'זקן הרבנים' א 'עלטערע גאון' דערווייל איז ער נעבעך נישט מער ווי א העלד ביי די זאלי'ס פאר'ן דעלווירען (ביז לעצטענס....) יעדן טאג אלע פאשקעווילן. די ארונים לאכען שוין היינט פין זיינע בריווען פינקט ווי די זאלי'ס ווערן נישט מחוזק פין זיינע בריווען.
משא''כ ווען די בארומטער דיין שליט''א דער אויסגערופנען גאון אין יר''ש שטעלט זיך אויף רעדן, טויזענטער יודן באטייליגען זיך אין ווילן הערן יעדעס ווארט אין נאך טויזענטער הערן דאס מיט אויפן טעלעפאן, אין זיינע געמאסטענע ווערטער איז די טעמע ביי ''יעדן'', די זאלי'ס ווערן אזוי ווילד, ווען א טאג פריער האבען זיי נאך פארקויפט פאר זייערע קעלבער אז דער דיין איז זייער'ס ''ער גיבט אפי' נישט קיין הכשר אויף די בית השחיטה'' כו' פליצלונג אזא שארפע דרשה........
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 22:24 |
|
| |
פארוואס טאקע קיין איין ווארט ביים גענעראל פארזאמלונג וועגן די קאטשקע שערורי'?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/2/2010 22:35 |
|
| |
א ווינדער קשיא.......
אגב, ענק האבען געשריבן אז דער גרויסער שטריק גייט רעדן בדברים העומדים על הפרק ביי די מוצש''ק דינער פאר ענקער קאראפטירטע מוסדות אין ק''י, בנוכח פינעם פורץ גדר ווייסט אפשר פארוואס האט ער מורא געהאט צו רעדן...?
|
|
|
|
|