דער סך הכל: די אהרונים וועלן פאלגן רבי געציל שליט''א (וואס זיי וואלטן במילא געטוהן), די זאליס וועלן פאלגן זייער לישקע, די בני יואל וועלן פאלגן דעם שארמאשער וכת דילי, די פראגע איז נאר וואס וועלן טוהן די פרעמדע רבנים, למשל: סאקולענער רבי, טאשער רב, ווינער רב, מונקאטשער רבי, ספינקער רבי'ס, תולדות אהרן רבי, תולדות א''י רבי, סערדעהעלער רב, וכו' אויב וועט מען זיי מכבד זיין מיט סידור קידושין, דאס בלייבט איבער צו זעהן, און אין דעם ווענדעט זיך ווער ס'האט געווינען און ווער עס האט פארלוירן, אויך ווענדעט זיך וואס ס'גייט זיין וועגן השתתפות ביי די חתונות, צו מען וועט אלגעמיין אנעמען לאיסור, וואס וועט אוטומאטיש מונע זיין אסאך מענטשן דארט חתונה צו מאכן, מען רעדט פון משפחות וואס א חלק ניכר זענען אהרונים אדער גאר איינער פון די זיידעס, און אויב וועט ווערן אנגענומען אז מען גייט נישט צו אזא שמחה, דאן וועלן זיי האבן א פנים ווי די בני יואל וואס זענען געווארן היבש אויסגעשפיגן ביים ציבור, אויב אבער וועט מען נישט מאכן קיין עסק פון השתתפות, וועלן די געגנער קענען קלעימען א שטיקל ניצחון, נזכה ונחי' ונראה.
|
|