מיט א חוצפה'דיגע דרשה האט היינט אויפגעטרעטן דער דיין פון סאטמאר דרייוו מיט א בפירוש'ע חוצפה קעגן רבינו הקדוש והטהור בעל ויואל משה זי"ע און רבינו בעל ברך משה זי"ע ארויסשיסנדיג קלאר קעגן זייערע פסקים, די פסקים פון זיין אייגענעם רבי'ן
קודם כל לאמיר זיך איינרעדן אז דא גייט ארויף אלע זאכן וועגן מרה דאתרא צו פרה דאתרא צו מרה שחורה וויאזוי מען וויל עס נאר רופן, איז דאך אבער קלאר אז רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע וואלט זיכער נישט געוואלט האבן פאר רב אין זיין שטאט דעם שייגעץ וואס איז בוגד בדרכו הקדוש, איז מכבד רשעים, ברענגט אריין פארברענטע ציונים אין דעם רבי'נס הייליגע שטעטל
חוץ דעם איז א קלאר א רבן דקרו אינדערצייט וואס דער ברך משה האט קלאר געשריבן אז רבינו שליט"א מעג זיין מסדר קידושין דא אין קרית יואל קומט ער און זאגט אז דער ברך משה האלט טאקע אזוי אבער איך זאג אנדערש,
רבי געצל, אויב איר קענט זיך אויפשטעלן און זאגן אזעלכע חיזוק ווערטער פאר'ן כבוד פון א טעראריסט א הולך בערכאות און א פורץ גדר פון ערשטען קלאס, דעמאלס וועלן מיר זיך באגנוגען מיט די פסקים פון אונזערע ערליכע רבנים און דיינים וואס כמעט אלע פון זיי באלאנגען און אונזער מחנה
כבודך במקומו מונח אבער דעם כבוד פון רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי"ע קומט קודם
זיי נישט אזוי צוקאכט וועגן רבי געציל, וואס האסטו ערווארטעט אז אפילו דאס זאל ער נישט טאן פאר'ן ראט?
לגופו של ענין, עס איז קלאר אז די אלע וואס באלאנגען צו קהל יטב לב בערנאדא, דארפן פאלגן וואס ר' געציל הייסט זיי, און זיי זאלן נעמען וועמען ער האלט פאר מרא דאתרא.
און די וואס באלאנגען צו קהל יטב לב וועלן פרעגן, וואס דער דיין ר' ארי' ראזענפעלד, וועט פסק'ענען ווער ס'איז מרא דאתרא.
און די אלע וואס באלאנגען צו קהל בני יואל, אדער צו די קהלות היראים וועלן טאן וואס זייער בית דין וועט פסק'ענען.
אדרבא ואדרבא יגדיל תורה ויאדיר.
נשלח ב-8/2/2010 04:48
איך בין בכלל נישט ברוגז אויף ר' געציל אז ער האט געהאלטן א דרשה לטובת דעם רב פון זיין קהלה, ער דארף באקומען זיין געהאלט ווייטער, און ער מעג אפילו אזוי האלטן, ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם.
איך בעט אז קיינער זאל אים חלילה נישט מבזה זיין, ער איז א איד א תלמיד חכם, וכבודו במקומו מונח.
פארשטייט זיך אז זיינע פסקים זענען בינדענד אויף די מענטשן פון זיין קהלה, און זיי דארפן טאקע נעמען דעם ראט פאר מסדר קידושין, ספעציעל אויב זיי מאכן די חתונה אין א זאל וואס איז אונטער זיין קאנטראל.
און די אלע אידן וואס פרעגן דעם שארמאשער רב דארפן זיך צוהערן צו זיין פסק.
די אלע אידן וואס פרעגן שאלות פון הרה"ג ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א, דארפן זיך צוהערן צו זיין פסק,
און די בעסטע עצה וועט זיין, אז יעדע קהלה וועט זיך מאכן אייגענע חתונה זאלן, וואס דארט וועלן זיי אויספאלגן די פסקים פון זייערע דיינים ומורי הוראות.
נשלח ב-8/2/2010 04:48
למעשה האט איינער געזאגט דארט אז מען טאר נישט גיין צי א חתנה אהין?
נשלח ב-8/2/2010 04:50
פארשטייצעך אנטשולדיגט מיר אז ר' געצעל גייט קעגן דעם מרא דאתרא איז ער אויס דיין,
דער מרא דאתרא דא אין שטאט איז געווען דער ברך משה און אז דער ברך משה שרייבט א בריוו קומט ער און זאגט איך פייף דיך אריין דעמאלס קען ער זיך גיין מאכן א בית מדרש אין פלעטבוש אינטער וועלכע מרא דאתרא עס געפעלט אים
נשלח ב-8/2/2010 04:58
זייטס נישט נאריש הרה"ג ר' געצל בערקאוויטש שליט"א האט נאך פאר די ארונים גארנישט געטון ביז היינט, איז וואס, האט ער זיי געגעבן א ביינדל, אנטשלדיגט איר זענט גרייט אויסציהאלטן דער חשובער דיין דקהלת ר"א אויף אייערע קאסטן, לענ"ד האט ער געטון די מינומום פאר זיי, פאריגע וואך ווען איינער האט עם געפרעגט היתכן דאס איז א מרא דאתרא מען מאכט צי א בית מדרש, האט ער יענעם געריפן און א זייט כדרכו און עם געזאגט מיט א שמייכל דער חיליק פון סידור קדישין ביז פארמאכן די שול איז אז פארמאכן שול איז געווען מיטן רשות פינעם מרא דאתרא, און ס"ק נישט,
נשלח ב-8/2/2010 05:08
רשכבהגולם כתב:
למעשה האט איינער געזאגט דארט אז מען טאר נישט גיין צי א חתנה אהין?
דער אגלי דבש האט געזאגט אז עס איז דא זייער שארפע לשונות אויף די משתתפים
נשלח ב-8/2/2010 05:09
רשכבה"ג יא יא מיט די שיינע שמייכלעך שטיצט ער אלע רשעות וואס זיי טוען נאר
יא יא איך קען פארשטיין עס איז דא מענטשן וואס האבן א שוואכקייט צו דעם נאמען "בערקאוויטש" אבער אז מען גייט קעגן די תורה דארף מען אוועקוקן אויף די אייגענע שוואכקייטן
נשלח ב-8/2/2010 05:10
אקעי יעצט האט שוין א יעדער גענדיגט רעדן?
נשלח ב-8/2/2010 05:15
נערמאלער(?)
קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס דו האסט גענומען די מיה און צייט, און אנגערופן די קול געוועזענע סאטמאר, און אויסגעהערט די דרשה פונעם אפגעפרעגטן "שוואכקייט נאמען" בערקאוויטש??..
דאס איז עס אמת דברת ויפה דברת, די גאנצע מערכה האט זיך לכאורה יעצט געענדיגט
זיי האבן זיך אבער צו שפעט דערמאנט הערשט נאכדעים וואס עס איז שוין דא 25 דעיטס אין די נייע חתונה זאל, יא יא יעצט שריי שעלט בייס די קארפעט, די מציאות וועט זיך אבער נישט טוישן,
ערליכע אידן וועלן ווייטער אנגיין בדרך התורה והיראה מופרש ומובדל פון דעם פרה דאתרא אזוי ווי עס איז געווען אין אלע קהילות אינדערהיים אז ערליכע אידן האבן זיך אפגעטיילט פון די מהרסי הדת און מען איז ווייטער אנגעגאנגען לשם ולתפארת