צווייטע חתונה אינעם נייע חתונה זאל אין וואדבערי!!!
מיט גרויס פרייד נעמען ערליכע אידן אינעם געגענט פון וואדבערי והגלילות, אז אי"ה ביז צען טעג ארום, ד' פרשת תרומה וועט פארקומען די צווייטע חתונה אינעם נייעם הערליכען זאל אין וואדבערי "היכל עטרת מאיר צבי"
ווי די מחותנים פון די חשוב'סטע בעלי בתים וואס קרית יואל פארמאגט. ה"ה הרה"ח ר' חיים צבי וואלנער שליט"א מצד הכלה, והרה"ח ר' קלמן מענדל פאלקאוויטש שליט"א מצד החתן, וועלן פירן זייערע קינדער אינטער די חופה בשעטו"מ.
כלל ישראל וואונטשט פאר די מחותנים, אז דער זיוויג זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן זעהן אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע זייערע קינדער, על דרך ישראל סבא.
מזל טוב!!! מזל טוב!!!
נשלח ב-8/2/2010 06:13
כלל ישראל וואונטשט: אנטשולדיג ווער איז ביי דיר כלל ישראל???????????
נשלח ב-8/2/2010 06:34
וואס איז געשעהן? עס האט דיך געכאפט א ציפ? וואס טוישטו דעם ניגון צו וואדבערי? דער שארמאשער האט דאך גובה עדות געווען און פארענט פונעם ווידיא פונעם בעל הצלת יוסף?
נשלח ב-8/2/2010 09:19
נשלח ב-9/2/2010 02:14
עס קומען גוטע טעג פארן יהדות החרדית אין קרית יואל
ענדליך אן עכט אידישע זאל מיט אן ערליכן מסדר קידושין און כשר פלייש
נשלח ב-14/2/2010 09:47
די וואך שבת איז פארגעקומען די "שבת אויפרוף" אין דער קידוש, ווי עס האבן זיך משתתף געווען א גרויסער עולם יראים ושלימים קומען אפגעבן "מזל טוב" פאר די מחותנים
הרה"ח ר' חיים הערש וואלנער שליט"א האט געזאגט א טייער געדאנק, אז אזוי ער האט באקומען א בריוו פון די א. ג. קהל יטב לב אז זיי גייען פארשרייבן אין פנקס הקהילה אז מען טאר זיך נישט משדך זיין מיט די קינדער, האט דאס אים ארויפגעברענגט א מוראדיגע שמחה, ווייל יעדער טאטע האט א גרויסער זארג אז זיינע קינדער און אייניקלעך זאלן זיך פירן על דרך ישראל סבא און נישט פארשלעפט ווערן מיט די השפעה פון די גאס, און ליידער זעהט אז אפי' פון גאר היימישט ערליכע שטובער ווערן קינדער פארפאלען, האט אים דער בריוו געברענגט א געוויסע פארזיכערונג אז זיינע אייניקלעך זאלן נישט קענען פארכאפט ווערן צווישן די ליצני הדור, ווייל קיינער פון די כת וועט זיך דאך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי, ע"כ וועלן זיי מיזן ע"כ בלייבן ערליכע אידן על דרך ישראל סבא
נשלח ב-14/2/2010 15:11
דער שאפראנער רב ר' הערשל מייזעלס גייט זיין מסדר קידושין.
נשלח ב-14/2/2010 16:04
מישמאש כתב:
דער שאפראנער רב ר' הערשל מייזעלס גייט זיין מסדר קידושין.
שקר וכזב
נשלח ב-14/2/2010 16:34
Just confirmed: Shopron'e Ruv Shlit'a accepted to be Mesader Kidishin at the Chasuna next week Wednesday in the new Bnei Yoel Hall.10:28 AM Feb 12thfrom txt
נשלח ב-14/2/2010 17:10
האט דער שארמאשער באקומען קאלטע פיס?
נשלח ב-14/2/2010 18:39
איך וויס נישט אבער עפעס זענען די אהרונים זייער אנגעזעצט. איך וויס נישט אויב זיי זענען געווען אזוי אנגעזעצט פאריגע מאל וון יודל הירש צו חיים הערש וואלנער האט חתנוה געמאבט עס מיז זיין אז קומט פין די צד הטומה רח"ל אין דער שטן לייגט ארייין א געוואלדיגע אנגעזעצטקייט אין די קליינע קינדער זעט אויס אז ס'איז א מצוה חתונה צו מאכן אין די זאל אין די אהרונים וואס זענעו נעבעך אריין געכאפט אין די נעץ פין די שטן טראגן עס נישט איבער