לאחר פסק פונעם הגאון בעל אגלי דבש שליט"א וועלכער האט איבערגעגעבן דעם פסק פון רבינו הקדוש והטהור (כלשונו) אז קרית יואל זאל זיך פיהרן ווי די קהילות אין אייראפע (כלשונו) איז נתחזק און נתברר געווארן נאכאמאל אז די ארטאדאקסישע קהילות אין קרית יואל וועלן ביתר שאת וביתר עוז בלייבן אפגעטיילט בכל מיני התבדלות פון די נעאלאגישע קהילה אין קרית יואל און עס איז נישט שייך קיין שלום אויפן חשבון פונעם רבונו של עולם און אויפן חשבון פון די תורה.
יא! די מזרחיסטן און רעפארמער און נעאלאגן זענען אלעמאל געקומען מיט די טענה פון "גדול השלום" אבער גדולי תלמידי מרן החתם סופר האבן זיך ווייניג גערעכנט מיט דעם און מיט אן אש קודש זיך אפגעטיילט פון די כופרים און מיט די באשטעטיגונג פון די רעגירונג איינגעשטעלט אייגענע קהילות מיט אייגענע געברויכן און מרחק געווען דעם נעאלאגישן רב, דעם רב מטעם און דעם דיין מטעם און דעם שוחט מטעם, און ניין, מען האט נישט געהאפט אויף קיין שלום מיט די נעאלאגישע קהילה און נישט מיט די שטאטוס קןווא קשהילה ווי איך האב שוין געברענגט אין אן אנדערן אשכול קוק דא אויך דעת קדשו פון רבינו הקדוש זי"ע אז אפילו א שוחט וואס האט געדינט ביי זיי קען נישט דינען ביי די ארטאדאקסישע קהילה ביז ער וועט אמת'דיג תשובה טוהן.
אלזא נעמען מיר גערן אהן דעם פסק פון בעל אגלי דבש און מיר וועלן בלייבן ווייטער אפגעטיילט פון די נעאלאגן ויהי רצון שילמדו תועים בינה (כלשונו).
תוקן על ידי זבח_אהרן ב- 08/02/2010 16:17:49
נשלח ב-8/2/2010 17:33
א כלים מקוה
נשלח ב-8/2/2010 22:15
הפלא ופלא נישט צום פארשטיין
אלע יאהרן ווען דער ב"מ ושלעגעריו האבן געהייסן ארויסשייגעצן ארויסווארפן לעכערן שטעכן נאכשרייען פייניגן אונטערצינדן אויסמעקן פארשמירן און שאר מרעין בישין האט קיינער נישט געשריגן שלום שלום צווישן אידן נאר די פאר קרעציגע בני יואל האבן געוואלט שלום מאכן
יעצט ווען עס גייט גוט פאר די בני יואל פון אלע זייטן לייגן עטליכע ארונימ'לעך אראפ דאס געווער זיי טוען אויס די כלי מלחמה און שרייען שאלעם שאלעם צווישן אידן
גיי אויפן קבר פונעם ב"מ און רוים איהם אריין אין אויער אז דו ווילסט שוין שלום נאכער גיי צום הויפט אינקוויזיטאר טייטעלבאום און מעלד איהם אז הטרם תדע כי אבדה מצרים דו פארליהרסט יעדן טאג די נעכטיגע שרעקליכע דורכגעפאלענע אסיפה וואלט געדארפט עפענען די לעצטע געבליבענע פארשפארטע קעפ
1) דער בית דין הגדול שבירושלים האט געשיקט א ווארעמען גריס פאר אדמו"ר מהופפער
2) ר' א"צ וואזנער זאגט זיך אפ די לעצטע מינוט
3) פון ר' שטערנבוך האט מען נישט געהערט זינט דעם דיבוק
4) ר' לייכטאג האט איינגענומען א שטילשווייגעניש
5) פוסק הדור הגאון המפורסם ר' אברהם ווידער שליט"א יר"ה האט גערעדט די ערשטע פון דריי פוסקים מובהקים וגדולי הדור (כלשון "קויל סאטמאר")
6) ר' לאוב האט געזאגט אז צעהן גאסן אוועק פון קרית יואל הייסט נאך אלץ קרית יואל
7) ר' געציל האט געזאגט אז בלויז אן ערווערלטער רב האט רעכט צו מסדר קידושין זיין
8) די פאליציי האט ארעסטירט וויטריאל און מיט גרימצארן אפגעשטעלט דעם טראק
9) דוד עקשטיין איז געבליבן מוסר ומלשין
10) די דיינים דקהל אהרוינים האבן געווארנט אז קיינער פון די פארזאמלטע זאל זיך חס ושלום נישט דערוואגן צו מאכן סידור קידושין אין קרית יואל אדער אין די גלילות (צום ביישפיל אין די הערמעטיש פארשפארטע בנות מלכים געביידע) אהן דעם רשות פונעם מרה דאתרא
11) נישט ר' געציל און נישט ר' לאוב און ר' ווידער האבן געהייסן איבערמאכן קידושין אדער גע'פסל'ט די משפחה אדער גע'אסר'ט דעם זאל אדער געשאלטן שארמאשער רב אדער מפרסם געווען די נעמען פון די בעלי שמחה - די בלוט גייציגע אהרוינים זענען געבליבן זיצן מיט אפענע מיילער - פאר דעם בין איך ארויסגעקומען פון שטאט הערן דעם דיין'ס צעטל איבערגעטייטש אויף אידיש?
12) דרייסיג און העכער רבנים האבן אונטערגעשריבן קעגן די רשעות פון פארשפארן א שול - אהרן ושלעגעריו האבן נישט געהאט קיין צעטל מיט מזומן אז די קידושין זענען ספיקא'דיג
נו! איהר האט געוואונען ווי קיינמאל בעפאר!
איצט פעהלט בלויז דער ארטיקל אין שונד בלאט אז קרית יואל האט מציל געווען אנדערע אידישע שטעט פון סידור קידושין שלא ברשות המרא דאתרא (למשל אין לאנדאן פאר פופצן יאהר צוריק, ועוד)