בית פורומים אידישע געדאנק

הגה"צ בעל אג"ד שליט"א: מהיכן דנתנו???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/2/2010 15:45 לינק ישיר 
הגה"צ בעל אג"ד שליט"א: מהיכן דנתנו???


קיינער דא -מיטן אויסנאם פון 1 (אום) נארמאלער- איז נישט מפקפק אין ר' געציל'ס כח להורות בדבר ה' זו הלכה.מיר ווילן נאר וויסן 1 זאך: מהיכן דנתנו.
 
כ'מיין, סאיז טאקע א או"ה שאלה, אבער בנידון כזה, וואס סאיז חב לאחריני איז מען בארעכטיגט צו פרעגן. און אדרבה ווער עס קען ענטפערן בשמו אדער אפילו מחדש זיין מעצמו, בעט איך אל תמנע טוב מבעליו. 

א) הגר"ג שליט"א סיי אינעם מכתב, און סיי ביי די דרשה בויט גג על גג אז מסברא האט רביה"ק בעל ד"י געוואלט דוקא 

אז ק"י זאל זיין מיט א סיסטעם פון א מרא דאתרא.
 
והנה, נניח ס'איז אזוי פארשטיי איך סתם אזוי נישט וואס מאכט עס אויס כ'מיין לכאו' לויט מיין הבנה אפילו די שטאט איז נישט נתייסד געווארן אדעתא דהכי, איינמאל מען נעמט אויף א רב כדת וכדין האט ער לכאו' אלע דיני מרא דאתרא. 

אבער אם לדין יש תשובה, ווייל די ערשטע תושבים פון קר"י זענען מעיד קלאר דאס פארקערטע אז ביי די ערשטע חופה אין ק"י האט רביה"ק קלאר געזאגט אז ער וויל נישט איינפירן אז נאר דער מרא דאתרא זאל  זיין מסדר קידושין.

און, באמת איז דאס פשוט מסתבר. ווייל כידוע האט רביה"ק געוואלט אז יעדער וואס רעדט נישט קיין עברית זאל זיך גוט געפונען דא, און ווי מער רבנים  זאלן זיך דא אהער ציען און גרינדן בתי מדרשים און מוסדות התורה, און יעדער  בר דעת פארשטייט אז באבובער רבי וואלט נישט אהער געקומען מיטן פלאן אז ער זאל נישט קענען מסדר קידו' זיין ביי זיינע חסידים.
 

נ.ב. עס איז וויכטיג צו געדענקן אז הגר"ג שליט"א האט קלאר געזאגט אז ער זאגט עס מסברא דנפשי' נישט ווייל ער ווייסט עס פאר א פאקט.

(גראדע דער בר"מ האט געזאגט לגבי מוסדות בני יואל אז ער איז זיכער אז דעם רבי'ן האט אין ווילי גארנישט געפעלט ער'ט נאר געבויט מאנרא צו האבן אן אייגענע ווירטשאפט. <אינטערעסאנט גראדע ר' געצל ברענגט אים נישט - אפשר ווייל ער'ט צוריק געצויגן עיין ערך מענדל בירל עם הגה"צ משארמאש שליט"א, אדער ווייל ס'דא עדות מכחישות אין דעם ענין - גרב"ץ לאוב בשם צוויבל>). 
 

ב) לאמיר שוין אן נעמען אז יא, דער רבי האט דייקא געוואלט אריבער ברענגן דעם סיסטעם פון אונגארן.
 
אבער געוואלד!!! די וואלן -און עכ"פ הסכמת רוב הציבור- זענען געבליבן אין אונגארן???
 
כ'מיין, רבונא דעלמא כולה!!! שטייט דא א קהילה פון נארמאל מענטשן און שרייען קאזאק הנגזל!!! חרם דר"ת גאר??? וואו איז ר"ת געווען בשנת תשמ"ה??? דער  חת"ס פסק'ט אויף אזא רב - וואס איז ארויף געצווינגען געווארן קעגן דעת הקהל - אז מען טאר זיך נישט אויף שטעלן פאר אים, אסור לקבל תורה פיו!!!

רב לאוב, זיך ווייקענדיג "בצילא דמהימנותא" האט איר אמאל אריין געטראכט דעם חומר הדבר? אדער נאר ווען די פארטריבענע בעה"ב בויען זיך א זאל אין זייער שכנות פטור צו ווערן פונעם זיך דארפן אלעמאל שלעפן, דעמאלטס כאפט מען זיך צו צו א ר"ת??

אנשטאט צו אנטלויפן מיט די גניבה, שרייט מען אויף די בעלי בתים גנב!!!


תוקן על ידי מאנדרויער ב- 08/02/2010 15:50:43



תוקן על ידי מאנדרויער ב- 08/02/2010 15:58:25



תוקן על ידי מאנדרויער ב- 08/02/2010 16:00:58




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 16:29 לינק ישיר 

מהיכן דנתנו
איז לפע"ד נישט שייך דא,
ווייל מהרג"ב שליט"א האט נאר נאכגעזאגט די לשון פון ספרים, שארפע און נישט שארפע,
עס האט נישט דוקא אויסגעזען אז ער שטעלט עס צי צום מציאת הלכה למעשה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 17:11 לינק ישיר 

פסק הלכה פינעם בלאט
אז א דיין וואס באקומט באצאלט שכירת פון א קהילה קען נישט פסקנן לטובת הקהילה,
כמבואר כמה פעמים בכתב עת "העלה" 
לפי זה לו יהא אז מהרג"ב שליט"א זאל ווען יא האבן געפסקנט אז די אלע זאכן וואס ער האט נאכגעזאגט פריער
גייט ארויף אויף חתן דינן ר"א,
איז דער פסק גילטיג פאר סיי ווער עס וויל עס אנעמען, נאר נישט פאר קיין ארונים לפי הפסק פינעם בלאט,
פאר אלע אנדערע אידן וואס באלאנגן נישט און די קהילה ווי מהרג"ב דינט אלס דיין,
איז דאך הכל מודים אז יעדער וועט טון וואס זיין דיין וועט פסקנן,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 08/02/2010 17:16:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 17:29 לינק ישיר 

און יעצט לעצם הדבר לויטן פסק פינעם בלאט,
אז א דיין וואס באקומט באצאלט שכירת פון א קהילה קען נישט פסקנן לטובת הקהילה ווייל ער איז א נוגע בדבר,
פארשטייט זיך אז אויף אלע אנדערע זאכן וואס דער דיין פסקנט איז "דער עלה" אויך מודה אז דער דיין איז נאמן,
כל שכן ווען א דיין טוט אדער זאגט עפעס קעגן זיין קהילה, איז דאך דאס זיכער אז ער איז נאמן,
ווייל זיין נגיעה איז דאך אויף פינקט דאס פארקערט,
לפי זה לויטן בלאט איז מהרג"ב שליט"א די מערסטע באגלייבט
אויף דעם וואס ער האט געזאגט ביים הספד פון מאנטעוועדעי רב און בית המדרש פון קהל חרדים,
ווייל דאן איז יעדע ווארט געווען קעגען זיין שכירת,
יעצט מעג מען שוין אויסזאגן מען האלט שוין נאכן דרשה,
אז קיין ארוני האט נישט פארשטאנן די דרשה, מיר האבן זיך פארשטאנן אויפן ווינק,
מהרג"ב שליט"א האט מדגיש געווען אינמיטן די דרשה מער פון איינמאל, 
אז דארט ווי עס איז דא א דערוועלטע רב און שטאט קען נישט קומען א אנדערע רב,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 17:43 לינק ישיר 

נישט אימזינסט זענען די ארונים בכלל נישט אזוי העפי, וואס ווי באקאנט דערקענט מען דאס אויף ביי זיי אויפן פנים,
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 17:54 לינק ישיר 

היוצא לנו מכל הנ"ל האט מהרג"ב שליט"א זיך צי געשטעלט און זיך מצרף געווען בצריפה דרבנן
צום פסק פון בי"ד דקהילת היראים
אז ווי באלד נידן דידן רעד זיך נישט פון קיין ערוועלטע רב ווי מהרג"ב שליט"א האט דאס מיטגעהאלטן בשעתו, תשמ"ה,
האט ער נעכטן מגלה געווען דעתו און מפרסם געווען אלע תשובת מיטן אויספיר כלשונו הזהב אז דאס אלעס איז געזאגט געווארן נאר ביי א רב וואס איז אריין געקומען מיט וואלן כדת וכדין, 
במילא בכגון דא גייען די זאכן נישט אן ווייל מען רעד נישט פון א רב וואס איז נתמנה געווארן נגד דעת רוב הציבר,
און גלייכצייטיג האט ער זיך מתמרמר געווען אויף דעם וואס די שטעטל פירט זיך נישט כרצון קדשו,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 08/02/2010 17:59:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 18:02 לינק ישיר 

גולם זיי נישט קאן קעלבל, רבי געציל האט נישט גירעט צי אייך, די אלע בני זואל וואס לאכן פין בית הגדול שבירושלים, זיי לאכן פין בעל ויואל משה (זיי האבן זיך דאך גי'גט פין ויואל משה כדברי החן פינעם געלן בדחן) זיי לאכן פין די תורה, זיי לאכן פין באשעפער, וועלן זיי זיכער לאכן פין רבי געציל, נישט צי זיי האט מען גירעט, מען האט גיאעט צי אלע רבנים ודיינים פין די וועילט, זיי האט מען גילאזט וויסן אז די סידיר קידישין אין קרית יואל והגלילות קען נאר זיין ברשות המרא דאתרי אין אן זיין רשות איז אסור דארט מסדר קידישין זיין, אין דאס אז דער שארמאשער מיטן טשאדער אין נאך אפאר פורקי עול זענען דארט מסדר קידישין איז פאר די ערליכע אידן פינקט אזא דורעכפאל ווי דער וואס איז מחלל שבת בפרהסי' להכעיס סאטמאר, א דורעפאל וועט זיין אויב למשל סוקולענער רבי שליט''א וכדומה וועט קימען מסדר קידישין זיין דאן וועט דאס זיין א דורעכפאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2010 18:03 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער נאך האט ר' געציל קלאר געזאגט נעכטן אז די גאנצע זאך ווען סטאר נישט קימען א רב מסדר קדושין זיין אין א שטאט איז נאר ווען סאיז דא א

 "דערוועלטע רב אין א שטאט"

קימט אויס פין עם להלכה ווי באקאנט בנידן דידן איז יעדער מודה אז אין ק"י איז קיינער נישט דערוועלט קען יעדער מסדר קדושין זיין אין קיינער קען נישט ברעגן פין די פריעדיגע פסקים ווייל יענע פסקים איז נאר אויף ערוועלטע רבנים אבער נישט אויף אזעליכע וואס זענען נישט ערוועלט

סאיז באמת אינטרסאנט צי זעען די דיפלאמאטישקייט אין ערליכקייט פין ר' געציל ער האט גערעדט אין גארנישט גערעדט נאר פינקט פארקערט ער האט אינז מחזק געווען (דעס איז אויזער וואס ער נאך זימער געזאגט פאר אינזער הנהלה אז נישט אינזער זאל מיינט ער) אין טאקע וועגן דעם האט ער נישט געזאגט אז די קדושין איז א פראבלעם אדער אז מטאר נישט גיין צי א חתונה דארט אין אזוי ווייטער

אשריך ר' געציל איר האט זיך געקענט האלטן אפי' אין אזא הייסע צייט !!! 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2010 18:04 לינק ישיר 

עס וועט דיר גארנישט העלפן מהרג"ב שליט"א האט ענק נעכטן גארנישט דעליווערט


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 08/02/2010 18:08:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 18:15 לינק ישיר 

נזכה ונחי' ונראה, א דורעכפאל וועט זיין אויב וועט איינער אויזער די באקאנטע פורקי עול קימען מסדר קידישין זיין אין קרית יואל והגלילות, אין ביז דאס פאסירט האבן מיר מעכטיג גיווינען מיט רבי געציל, אין ווען איך שראב פין ערליכע רבנים מיין איך נישט ר' מאטל שטיין אדער ר' מנשה פיליפ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2010 18:17 לינק ישיר 

לאמיר צירוק גין צי די טויטע קאטשקעס אין לאמיר אוועק גיין פין די לעבעדיגע קאטשקעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2010 18:20 לינק ישיר 

אודא נישט,
ווייל ווער עס וועט נאר קומען מסדר קדישין זיין איז דאך שוין א שייגץ אויף ציריק וועגס מינמום 30 יאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 19:37 לינק ישיר 

אויב דער ויואל משה האט געוואלט אז עס זאל זיין א שטאט רב אין קרית יואל פארוואס האט ער נישט ממנה געווען קיינעם?

בדרך כלל די רבי'ס וואס ווילען נישט קיין רב אין שטאט זענען ממנה א דיין וואס טוט רוב פונקציעס אבער דער כח הרבנות בלייבט ביים רבי'ן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 19:48 לינק ישיר 

דער שטאטס רב, מהרי"י שליט"א האט געגעבן רשות פאר'ן שארמאשער רב שליט"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2010 19:50 לינק ישיר 

וואס ווילסטו
מהרג"ב שליט"א  האט קלאר געזאגט אז די רבי האט געוואלט אז דא זאל זיין א שטאטס רב אויפן זעלבן אויפן ווי אינדערהיים דהנא אויסוועלען א רב דורך וואלען
וזה לשונו
עס איז אלס געווען א דבר פשוט אז דארט ווי עס איז געווען א "ערוועלטע רב"
איז קיינעם נישט ביי געפאלן צי קומען מסדר קדישין עכ"ל
און ווער נאך אזוי ווי ער ווייסט און האט מיטגעהאלטן ווי אזוי מען האט אויף גענימען דעם רב,
במילא איז אזוי ווי עס איז נישט נתמלא געווארן די רצון פון רבין ביים התמנת פון דעם רב,
קען נישט קומען איינער וואס האט א בית מדרש און ק"י זאגן אז ער איז מרא דאתרא,
תורתו וחכמתו מכרזת עליו מבחוץ, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2010 22:50 לינק ישיר 


מען קען זאגן אויף די דרשה פון מהרג"ב שליט"א "דברים קלירון לענים",

יעצט ווען עס טוט זיך אזא שעריריה און שטאט, האט ער ארויס געזאגט זיין קלארע דעת תורה,

1) אז א שטאט וואס האט נישט אויפגענימן א רב אזוי ווי אינדערהיים מיט וואלן האט נישט קיין שטאטס רב,
 

2) דאס רבנות און ק"י איז נאר סך הכל אזוי ווי איינער וואס האט א בית מדרש און שטאט און נישט בתור מרא דאתרא,

3) טראץ דעם וואס דעם רבין'ס רצון איז געווען אז עס זאל זיין אזוי ווי אינדערהיים, אבער אזוי ווי דאס רבנות איז נישט  ציגעגאנגן אזוי ווי אינדערהיים, קען דעס נישט ווערן אנגעריפן קיין מרא דאתר
א,

 

מיינט איר אז איך פארדריי דא ווערטער, דאן הערט עס גיט איבער און איבערצייגט אייך אליין,

דאס איז ריכטוג א תלמיד חכם שיש בו  דעת
  



תוקן על ידי ychtzel ב- 08/02/2010 23:10:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הגה"צ בעל אג"ד שליט"א: מהיכן דנתנו???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext