אין אנבליק פון דעם שווערן געזונט צושטאנד פון הרבנית הצדיקת ממאקאווא ב"פּ תליט"א, איז באשלאסן געווארן אפצושטופן דעם מסע המלכות אויפן קומענדיגן חודש סיון. דער בר מצוה וועט אי"ה פארקומען דאהי אין ניו יארק אי"ה זונטאג נאכט כ"א אדר.
(
נשלח ב-8/2/2010 20:14
ווער ווייסט צי דאס איז נישט קיין שטיקל פון די אהרונים מיט זייער שטר הסכם...
נשלח ב-8/2/2010 20:16
נישט צום גלייבן!!
די פרעשור וואס ער האט געקריגן אין די לעצטע פאר מעת לעת איבער אינטערשרייבן שטרי ברורין איבער די סיכסוך אין בני ברק האט אום אזוי דיפרעסט און צוטראגן אז ער האט ממש מבטל געווען דעם גאנצן נסיעה!
WOW!!
נשלח ב-8/2/2010 20:18
וואס טוט מען נישט פאר די הייליגע מצוה צו זיצן אין ציוני'סטישער בג"ץ ר"ל.
נשלח ב-8/2/2010 20:18
נמיין, ער האט זיך דערשראקן אז הרב וואזנער שליט"א וועט אים נישט אויפנעמען, כלשונו פונעם מאנראוער צדיקל...
נשלח ב-8/2/2010 20:26
איך האב יעצט גערעדט קיין ירושלים, דארט ווייסט מען נישט דערופן!
נשלח ב-8/2/2010 20:28
ובתנאי קודם למעשה!!! וואס וועט זיין??
נשלח ב-8/2/2010 20:30
קוקט אויס אז מען האט זיך נאכנישט גענוג צוגעגריטט....
נשלח ב-8/2/2010 20:36
יעצט באשטעטיגט, די נסיעה איז 'טעמפארערי' אויף האל"ד צוליב די מצב ביי די שוויגער פון ר' חיים הערש. אויב וועט זיך די מצב בעסערן אדער רח"ל... וועט די בר מצוה יא זיין אין ירושלים און די נסיעה וועט יא זיין
נשלח ב-8/2/2010 20:38
נישט צום גלייבן, מען וועט ענדערש מבטל זיין דעם כבוד המדומה וואס מען מוז נעבעך האבן ווי ליפט צום אטעמען, אבי נישט ארויסצוגיין פונעם טרפה'נעם בג"ץ.
סארא לעקציע: אין מספיקים בידו לעשות תשובה.
נשלח ב-8/2/2010 20:40
קודם קומט נפל מיט זיין ירושלימער שוואגער, און יעצט האט ער שוין באשטעיטיגט...
אט אזוי קראנט זענען דיינע אלע אנדערע תגובות..
נשלח ב-8/2/2010 20:42
הרבנית תליט"א אשת הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א געפינט זיך שוין דא אין ניו יארק די לעצטע 2 וואכן ביי איר מאמע הרבנית הצדיקת ממאקאווא תליט"א לרפו"ש.
נשלח ב-8/2/2010 20:47
טיילווייזע רשימה פון אלע מעכטיגע פלענער...:
הקהל את הקהל...
תלמידי רבינו...
שבת אין לעיקוואד...
שבץ נאך די וואלען אין ק"י...
ויואל משה שטאק...
מ'גייט ווייטער בויען די נייע שול... מ'נעמט אפילו אויף בן פראדל אלס יו"ר....
נסיעה קיין מארוויד...
מוצ"ש גייט מהרז"ל רעדן "בענינים העומדים על הפרק"...
קבלת פנים קענסעלד וועגן ביטול תורה...
נסיעה...
= חלה דעקל
נשלח ב-8/2/2010 20:47
די נאסע מאסע איז געקענסעלט, און יעצט מוז מען צוריק איינשלעפן די קינדער אז דעם יפו'ער'ס שוויגער איז נעבעך קראנק.
נשלח ב-8/2/2010 21:00
ווי וועט גיין די געלט וואס ר' חיים העשעלע פון ירושלים האט צוזאמגענומען אין לונדון די פאריגע וואך פאר די מוסדות על טהרת הקודש?????
נשלח ב-8/2/2010 21:04
איך האב נישט געוואוסט אז ר' חיים הערש יפוער שוויגער איז ירושלימער רב שליט"א...
די נסיעה איז געקענסעלט געווארן אויף דערווייל צוליב די פרעשור וואס די זאליס האבן פונעם ירושלימער רב שליט"א, איבערהויפט וואס נעכטען מיטאג האט ער גערעדט צו ר' זלמן לייב אפען טעלעפאן, און אים קלאר געזאגט אז זיין געדולד האט געפלאצט, ער גייט שוין נישט ווארטען, און ער האט נישט וואס צו קומען קיין ירושלים פארן אונטער שרייבען שטרי בירורין, ער האט זייער שארף גערעדט צו אים, נאכדעם וואס די זאליס מאכן מיט אים פורים שוין חדשים לאנג.
אויך האט ירושלימער רב שליט"א געזאגט פאר אים, אין נאמען פון הרב וואזנער שליט"א אז די חילול ה' פון הליכה לבג"ץ ליגט אויף אים יעדע מינוט אין טאג, און ווילאנג ער גייט נישט ארויס פון בג"ץ און שרייבט אונטער שטרי בירורין איז ער א מחלל שם שמים, און ער גייט אים ח"ו נישט אויפנעמען ווען ער קומט אויף א"י.
ר' זלמן האט זיך דערשראקען צום טויט, קודם האט ער דערווייל אפגעשטיפט די נסיעה, און ער האפט אז ביז סיון וועט שוין עפעס פאסירען.
האט מען געבאקען א תירוץ פון א שוויגער....
זעהט אויס אז זיין שוויגער איז דער וואס גייט אין בג"ץ....