|
|
| נשלח ב-9/2/2010 01:54 |
|
| |
לאזט איבער נעכטיגן א נאכט לכה"פ און דערנאך וועט מער רעדן ווייטער.
די זאליס זענען שוידערליך צישאסן. די יונגעלייט און ירושלים וועלכע לערנען שוין נישט קרוב צו צוויי חדשים יעדער איינער מיט א צוויטע ארבעט איינער מיטן ספר הזהב איינענר מיט וועד האש"ל איינער מיט די קבלת פנים איינער מיט זאליס אכסניה איינער מיט די בר מצצוה איינער מיט די געסט די בחורים מיט די קעסטלעך און טויערן בקיצור יעדער איינער מיט א אנדערע ארבעט...
און פלוצלינג טראךךךךךךךךך. די גאנצע בלאן האט געפלאצט..
עס בלייבט נאר צו ווינטשן:
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים. ולא תוסיפו לדאבה עוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 02:13 |
|
| |
די גאנצע נסיעה איז מיך אנגעגאנגן גאנץ ווייניג כ'האב נישט מורא געהאט אז איין רב וועט נתפעל ווערן פין זיין כח התורה (כ'האב געוויסט אז די גאס אין ירושלים וועט באשטעטיגען דאס וואס מיר ווייסען שוין לאנג), כ'האב געווארט אויף די שיינע תורות פין די נסיעה מיט וואס מ'וועט זיך קענען אינערהאלטן נאר די באבע תירוץ פארוואס מ'שטיפט עס אפ דאס איז שוין יא א 'זיסע'.......... פאר זיינע ילדים קען ער אלעס איינרעדן, קוק נאר ווי דוד שרייבט עס אזוי שיין. נישטו ווער זאל לאכען.
יא! אז די רבנים זאגען מ'גייט דיך נישט אויפנעמן ווייל די קלאגסט אין ציוניסטישע ערכעות, דאן ווערט מען אזוי נאנט צו א 'באבע'...... אין מ'קען נישט פארען! (ווערט נישט איבעראשט אויב איר וועט הערן אז די באבע פילט שוין נישט גיט פאר עטליכע חדשים אין ''היינט'' האט זיך די מצב גארנישט געטוישט, אין אפי' יא, שטיפט מען נישט אפ פאר דעם אזא געהויבענע פראפגאנדישע מסע, נאכדערצו ווען דא ליגט שוין אזוויפיל געלט)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 02:13 |
|
| |
אויששש
איך בין זיכער אז דו אליינס האסט עס געהערט פון סאטמאר–ירושלימער רב שליט"א
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 02:42 |
|
| |
| יעקב_בער1 כתב: |  | די צווייטע RECALL און אפאר וואכן, קודם איז עס געווען "קרית יואל'ע דאקס". און יעצט איז עס די "ווילאמסבורגע באק" |
|
געשמייכלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 02:45 |
|
| |
ס'איז באמת צום לאכן וואסערע כוחות דער פיקטשער רבי האט אריינגעלייגט אין פאמפע ד'ראמפע. אזוי איז עס ווען א רבי פארקויפט גארנישט חוץ לעלוס.
חסידיו הרבים של האדמו"ר הרז"ל, המרוכזים בעיקר בירושלים, הקימו לפני מספר חודשים 'ועדה מכינה' גדולה, שתפקידה היה לארגן את כל פרטי 'מסע המלכות' של האדמו"ר בארץ. הוועדה כבר פרסמה הודעות רבות בנושא, הכינה שלטי קבלת פנים, רכבי פאר היצטרפו לשיירה הגדולה בה ייסע האדמו"ר, והזמינה אוהלי-ענק שיארחו את אירועי קבלת הפנים, ה'טישים', וגולת הכותרת - אירוע הענק לכבוד בר המצווה לנכד האדמו"ר, בן לבנו הרב חיים-צבי טייטלבוים, המכהן כרבם של חסידי סאטמר בירושלים.
אפילו מערכת העיתון 'דער איד', הנשלט בידי חסידי האדמו"ר הרז"ל מסאטמר ומשמש כבטאונה הרשמי של החסידות, שכרה קומת משרדים בירושלים, ורכשה ציוד יקר למערכת, מהמסד ועד הטפחות, בכדי ללוות ולסקר את ביקור האדמו"ר. צוות העיתון כולו רכש כרטיסי טיסה, בכדי להעביר את המערכת כולה לירושלים. העיתון היה אמור להיערך ולרדת לדפוס בירושלים, לכל אורך ימי הביקור שהוגדר כהיסטורי.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/02/2010 02:49:48
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 02:57 |
|
| |
קאמפאט שעלט אוועק, ער האט דעם תלמוד חכם אריין גע'האמער'ט אין קאפ אריין תורות פאר יענע וואך אין יעצט מיז ער דעם תלמוד חכם אריין באכאנען פרישע תורות אין קאפ אריין .
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 14:37 |
|
| |
| יעקב_בער1 כתב: |  | די צווייטע RECALL און אפאר וואכן, קודם איז עס געווען "קרית יואל'ע דאקס". און יעצט איז עס די "ווילאמסבורגע באק" |
|
יצחק שטיין האט אוועק געשיקט צי א לעב ס'איז צוריק געקומען א ס'איז טאקע א באק
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 17:50 |
|
| |
איין זאך איז זיכער מענטשן רעדן מער פין די קענסעלעישאן / אפשטופינגט דורךפאל אסאך מער ווי מ'האט געדרעדט פין זיין קומען...
ער האט געמאכט אזא קינדערישע באמבאסטישע קאמפייין, אז ער איז יעצט נעבעך די גענאר אין שטאט, איבעראל ווי עס הענגן נאך די באמבאסטישע צעטליך זענען דא קופקעס אין האלטן זיך אינטער יעדער פרעגט מיט נייגער וועמענן'ס שאדען וועט זייט די צענדליגע טויזענטער וואס מ'האט שוין געפאמפט פאר די מסע הילדות
נעבעך!
הגאון ר' יוסף חיים זאנענפלעד ז''ל זיך בארויגען בעולם העליון אז מ'גייט נישט ניצן זיין יומא דהילולא פאר א קינדערישע פראפאגאנדע פין די הולכים לערכעות ומסלפים.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 18:35 |
|
| |
דאס איז קלאר אז הרה"ק ר' יוסף חיים זאנפעלד זי"ע האט זיך געמיט אויבן אין הימעל אז דער פרץ גדר זאל זיך אויף אים נישט אן לייגן, דער קדוש וואס האט אזוי וויי געטיען די ציונים אין געבלוטיגעט א גאנץ לעבן. זאל יעצט דער בג"צ'ניק וואס איז א פרץ גדר אנקומען אויף ארץ ישראל מיט א גאנצע טאראראם אין נאך מיט דעם הלייגען ירושלימער רב ז"ל נאמען.
מען זעט קלאר ווי זיין גאנצע חולם איז געווארן צינישט ווייל ער האט געטשעפט א הייליגען יוד.
ניין ניין ניין די וועלט איז נישט הפקר.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 19:39 |
|
| |
די זיסטע פין אלעם ווי מ'קען זעהן, כדי צו זיין א זאלי'ס דארף פעלן אביסל איי קיו (א חוץ דעם וואס מ'דארף זיין זייער פארביסען)
אלע קעלבעך קויפן אפ די 'באבע' תירוץ אז מ'גייט 6 וואכען פריער אפמאכען אהער צו ברענגן א בר מצוה וועגן א 'באבע', נאכדעם וואס מ'האט שוין געספענט רבבות דאללארן פאר די מסע הילדות מ'דארף זיין א נער'ישע זאלי'ס אפצוקויפן די נערישע תירוץ.
איר ווייסט אפשר פארוואס ער האט נישט אהערגעברענגט זיין ליפא'לע'ס בר מצוה ''צו די זיידע אין באבע''????? פארוואס דעמאלטס האט ער געפראוועט א גרויסע בר מצווה אין ירושלים, אין נאך גערופן די גאנצע משפחה בראשות רבינו שליט''א?
די מער אויפגעקלערטע זאלי'ס וואס לאזען זיך נישט פארנארען, זיי טענה'ן אז זיי ווייסען אז די עכטע תירוץ איז די געלט..... אין אמעריקא איז נישט אריינגקומען קיין געלט, ווייטער אין לאנדאן האט זיין בנו הגדול נישט אויפגעטריבן ציפיל מער ווי די שפעזן.
אבער לאמיר אביסל בעסער אריינקוקען, קודם זאגט ער פאר די פרעסע אז ער גייט אפרופן די קבלת פנים אין 'כיכר השבת' (לאכט נישט: וועגן ביטול תורה) אין ער גייט עס מאכען אויף א פריוואטע פארנעם. אין א טאג נאכדעם רופט ער אפ די גאנצע נסיעה.......
עס איז פשוט ער האט מורא פין 2 ווערטער ''שטרי בירורין''........... זעהט אויס אז ירושלימער רב שליט''א מיט די בני ברק'ע רבנים האבען דאס מאל געזאגט עד כאן! קענסט נישט קומען ווי א שיינע יוד ווען די האלטס אפען א קלאגע אין ציוניסטישע ערכעות.
די ציונים מיט די זאלי'ס באוויינען עס (אפשר די מוסדות וואס האבען געמיינט זיי גייען באקומען 36 פאר יעדע קינד אויך) אבער ירושלמער יודן האלטען זיך אינטער מיט דעם אלטען ווערטל פארשטינקע פיש געגסן אין פין שטאט ארויסגעווארפען (נאך פאר'ן אנקומען)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 20:49 |
|
| |
ווי אזוי זאגט די וועלט די שוויגער איז אלעס שולדיג....
נעבעך די זאליס שרייען און קוויטשען מיט אלע כוחות שוויגער... שוויגער... שוויגער...
זיי פרובירען מיט אלע כוחות מסביר צו זיין, און איין רעדן יעדעם זייער קינדערישע באבע ליגענט אז עס האט נאר מיטן שוויגער.... גארנישט מיט בג"ץ! בג"ץ ארויס....!
די ווארט בג"ץ...!! איז פאר די זאליס ווי דער טויט!
ווי מען טרעפט היינט א זאלי זינגט ער שוויגער... באבע... שוויגער... באבע...
באבע שנגח את השוויגער טריי ריי ריי ראם...
גראדע אפאר נקודות.
1) די הייליגע שוויגער פון וואס מען רעדט איז שוין ביטער קראנק פאר 5 חדשים.
2) אז די שוויגער איז קראנק שוין 5 חדשים דערמאנט מען זיך נישט 3 וואכן פארן נסיעה.
3) מאנטאג נאכט א טאג נאך די בר מצוה וואס האט געדארפט זיין אין ירושלים, קומט פאר די חתונה פון לעמבערגער אין בני ברק אין וויזניץ ביהמ"ד, ווי די הייליגע שוויגער איז די זעלבע באבע, די חתונה האט מען בכלל נישט אפגעשטיפט.
זעהט אויס אז פאר די שוויגער האט מען נישט דערציילט...
4) אז מען זארגט זיך אזוי אויף א קראנקע באבע זאל זיין ביי בר מצוה, טא ווי איז די קראנקע באבע הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש, וואס וואוינט ביי רז"ל אין בעסימענט, פארוואס האט מען זיך נישט געזארגט אז זי וועט נישט זיין ביי די בר מצוה?
זי איז דא חי' שרה שוויגער.... ווי איז חי' שרה פארוואס שרייט זי נישט שוויגער...?
5) זייט ווען איז א באבע א גאנצער מחותן ביי א בר מצוה...? א בר מצוה איז נישט ווי א חתונה וואס איז דא א חתן כלה, גייט אפשר די שוויגער זיצן אויבן אן ביי די מענער ביי די בר מצוה דא אין ווילי?
6) אז מען דארף זיין מיטן שוויגער... באבע טא פארוואס זיצט איצט ר' חיים הערש מיט זיין ווייב אין ירושלים מיט די פיס אין די הייעך, און זענען נישט מיט די הייליגע שוויגער איצט אין אמעריקא?
7) און ווי אויבן דערמאנט ווען רז"ל האט געמאכט בר מצוה אין ירושלים, האט ער נישט געברענגט די בר מצוה קיין אמעריקא אז די זיידע און באבע, מרן ברך משה זי"ע, והרבנית תליט"א זאלן קענען זיין אויף די בר מצוה! איז די ברך משה זי"ע והרבנית תליט"א נישט אזוי חשוב ווי די איצטיגע שוויגער באבע?
ווייל די ברך משה איז נישט געווען רז"ל שוויגער....
אבער די תירוץ ווייסט דאך יעדע די גאנצע שוויגער איז א נערישע באבע מעשה, צו פארדעקן די בג"ץ...!!!
אזוי ווי אלע רבנים ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, ובפרט די רבני בני ברק ובראשם פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א, האבן קלאר געשטעלט אז ווי לאנג די הולך לבג"ץ גייט נישט ארויס פונעם טמא'נעם בג"ץ און שרייבט אונטער שטרי בירורין, גייען זיי אים נישט אויף נעמען.
נאכדעם וואס אפרים שטערן איז ארום געלאפען אין בני ברק זינטאג צו אלע רבנים, זאגענדיג אז מען גייט בקרוב אונטער שרייבען שטרי בירורין, נאר מען ווארט אויף דעס און יענץ, בקיצור מען גייט אונטער שרייבען נאך פסח..., נאך די נסיעה... האבן אים אלע רבנים קלאר געזאגט אז עס נישט דא וואס צו רעדן, נאר פאר ער קומט אויף א"י דארף ער אונטער שרייבען אז נישט זאל ער אין דער היים בלייבען ווייל דא וועט ער בזיונות האבן.
זעהענדיג דעם בראך אז דא האט מען צו טאן מיט ערענסטע רבנים, נישט קיין שוחד נעמערס און ממליחה ואילך'ס, האט מען געמיזט צוריק ציען די נסיעה, מיטן תירוץ פאר די אינגעלעך שוויגער....
שוויגער איז אין אידיש טייטש בג"ץ...!!!
איצט מיט א שמייכעל....
געוואלד...
וואס וועט זיין מיט די בג"ץ ריכטערס וואס וועלן זיך נישט קענען באטייליגען ביי די בר מצוה ווייל עס גייט זיין אין ווילי...
צוריק מיט די בר מצוה קיין ירושלים....
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 09/02/2010 21:05:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/2/2010 23:43 |
|
| |
שוין לאנג נישט געלאכט אויף אזא גוטס
דאס שרייבט אונזער טאהש נפל אין בחרדי חרדים איבער די התקשרות פון רז"ל צום הייליגע שוויגער באבע
לא 'כולם' מגיבים בצחוק. אדרבה אלו שמכירים את מהרי"י אפילו קצת מקבלים בהבנה את המהלך וזו משקיף האישיות שלו, הוא אדם עם מידות מקסים, ובהחלט מסוגל לדחות 'ביקור כבוד' בגלל בקשת סבתא של הבחור (אגב היא גם גיסתו של האדמו"ר) שהינו 'אלמנה' וחולה ורוצה להשתתף, וההשתתפות אינו אפשרי רק אם הבר מצוה מתקיים בניו יארק. אמת שלחסידי מהר"א זו חידה כי אצל רבם לא רואים דברים כאלו כי אצלם 'כבוד החסידות' הינו החשוב ביותר לפני סבתא. משא"כ אצל מהרי"י שלצד מנהיגתו הוא גם 'בן אדם' וגם 'בן אדם נחמד'.
משנכנס אדר מרבים בבאבעס...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 00:02 |
|
| |
שוידערליכע נייעס:
די נסיעה איז נישט בטל, עס איז נדחה צו חודש סיון!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 00:04 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  | שוין לאנג נישט געלאכט אויף אזא גוטס
דאס שרייבט אונזער טאהש נפל אין בחרדי חרדים איבער די התקשרות פון רז"ל צום הייליגע שוויגער באבע
לא 'כולם' מגיבים בצחוק. אדרבה אלו שמכירים את מהרי"י אפילו קצת מקבלים בהבנה את המהלך וזו משקיף האישיות שלו, הוא אדם עם מידות מקסים, ובהחלט מסוגל לדחות 'ביקור כבוד' בגלל בקשת סבתא של הבחור (אגב היא גם גיסתו של האדמו"ר) שהינו 'אלמנה' וחולה ורוצה להשתתף, וההשתתפות אינו אפשרי רק אם הבר מצוה מתקיים בניו יארק. אמת שלחסידי מהר"א זו חידה כי אצל רבם לא רואים דברים כאלו כי אצלם 'כבוד החסידות' הינו החשוב ביותר לפני סבתא. משא"כ אצל מהרי"י שלצד מנהיגתו הוא גם 'בן אדם' וגם 'בן אדם נחמד'.
משנכנס אדר מרבים בבאבעס... |
|
זעהט אויס אז דעם אייגענעם טאטען מעג מען מאכען ללעג ולקלס אבער פאר'ן שוויגער האט מען דרך ארץ (עכ''פ אויף היידפארק)
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 00:11 |
|
| |
שוויגער נייעס:
די נסיעה האט זיך פאר באבעט... און עס איז פאר נפל'ט געווארן...
|
|
|
|
|