בית פורומים אידישע געדאנק

דער הייליגער ברך משה זי"ע האט געווינען !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2010 02:41 לינק ישיר 
דער הייליגער ברך משה זי"ע האט געווינען !

לאמיר אריינטראכטן א מינוט...

בשנת תשס"ב ווען דער הייליגער ברך משה זי"ע האט געשריבן די בריוו פאר ר' אהרן אז אויב ער גייט נישט ארויס פון די ערכאות וועט ער געבן רשות צו עפענען נייע מוסדות אין קרית יואל, און ער וועט געבן רשות מסדר צו זיין קידושין, האבן די אהרונים בראש פון שמואל ווידער אנגעפירט א מאסן ליצנות פון ברך משה.

און נישט פאראויס געזען וואס עס גייט קומען.

היינט צו טאגס, ווען מען קוקט זיך צו ווי די ערליכע מוסדות אין קרית יואל בליען לשם ולתפארת זעט מען באשיינפערליך דעם "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם".

נאכדעם וואס מען האט ממלא געווען דעם רצון פון הייליגן ברך משה "לייסד תלמוד תורה לבנים, בית חינוך לבנות, וישיבה, וכולל אברכים על דרך ישראל סבא".
ווי אויך האט מען זיך שוין באנוצט מיט דעם רשות פון דעם מרא דאתרא וואס ער האט געגעבן "לבני הגה"צ מוה"ר יקותיאל יהודה שליט"א, לסדר קידושין בקרית יואל".

בלייבט נאר איבער מתפלל צו זיין אז די הייליגע ברכות זאלן מקוים ווערן אויף אלע תושבי קרית יואל.






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2010 07:10 לינק ישיר 

אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער הייליגער ברך משה זי"ע האט געווינען !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext