אין ליכט פון די לעצטע אנטוויקלונגען אין קרית יואל, איבערהויפט נאך דעם פסק דין פון דומ"ץ דקהל יטב לב קרית יואל אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין אין א שטאט און אין די גלילות בלי רשות המרא דאתרא, און הויפטזעכליך נאכן עדות'שאפט פון ר' ב"צ לאוב בשם דעם דומ"ץ דקהל יטב לב אז אויך איין גאס אדער צעהן גאסן אוועק פון א שטאט הייסט נאך אלץ די גלילות, און אז די אלע וועלכע עס זענען מסדר קידושין דארט זענען פורצי גדר און עובר אויפן חרם דרבינו תם, זענען זיך צוזאמענגעקומען אלע רבני ודייני ק"ק סקווירא פון ניו יארק ניו זשערסי מאנטריאל לאנדאן אנטווערפן ירושלים בית שמש, און נאך א קורצן משא ומתן איז געבליבן מוסכם פה אחד בלי שום חולק, אז ווער עס וועט מהיום הזה מסדר קידושין זיין אין דעם זאל "עטרת טשארנא" וועלכע געפינט זיך הארט נעבן שיכון סקווירא, איז א פורץ גדר. די דיינים ורבנים שליט"א האבן ארויסגעגעבן א פסק דין אז עס איז נאך מער חמור דארט צו מסדר קידושין זיין ווי אין די קרית יואל אדער אין די גלילות מכמה טעמים, ואלו הן:
א. וואדבערי לגבי קרית יואל איז לויט'ן פסק פונעם דומ"ץ קהל יטב לב בקר"י אין די גלילות, כאטש וואס עס איז גאנץ ווייט, איז דאך א קל וחומר אז עטרת טשארנא איז כשיכון סקווירא ממש, ווייל לגבי גיטין האט אזא מקום א דין ווי ארץ ישראל אפילו עס איזפון חו"ל ווייל עס האט א דין פון "מובלעות", עס איז טעכניש אין שיכון סקווירא נאר אויסער די גרעניצן פונעם ווילעדזש.
ב. קרית יואל איז שוין א געווען א שטאט צעהן יאהר איידער איינער האט זיך דארט דעקלערט רב שלא ברצון הציבור, ואעפ"כ האט דער דיין דקהל יט"ל גע'פסק'נט אז ער הייסט מרא דאתרא, אין דאך על אחת כמה וכמה אז עטרת טשארנא איז חמור פי כמה, ווייל הגה"צ טשאקאווער רב זצ"ל האט געשריבן א תשובה להלכה (געדרוקט אין קובץ "זרע יעקב" וואס איז ארויסגעקומען עטליכע יאהר צוריק לרגל הדינער של מרכז הכוללים דשיכון סקווירא) אז יעדער וואס באזעצט זיך אין שיכון סקווירא קומט על דעת מייסד השיכון הה"ק מסקווירא זצ"ל, און יעדער מוז איינהאלטן די תקנות וואס דער מייסד השיכון האט אוועקגעשטעלט, עיי"ש באריכות ובחו"מ סי' ב'.
ג. מען האט אויסגעשמועסט וואס די הלכה איז ווען אין א שטאט זענען דא עטליכע קהילות מיט אן אייגענעם בית דין אויב עס קען נאך אל. זיין א מרא דאתרא אויף אלע קהילות, און מען האט אדורכגעלערנט די תשובה להלכה פון דומ"ץ דקהל יט"ל, און לפי דבריו קומט אויס אז אפילו ווען עס זענען דא מערערע קהילות און בתי דינים אין א שטאט קען נאך אלץ זיין איין מרא דאתרא. אין שיכון סקווירא אבער איז דא בלויז איין קהילה, איז זיכער בלי שום ספק אז כ"ק אדמו"ר שליט"א איז דער מרא דאתרא און ווער איז מסדר קידושין בלי רשותו (ווייל רבינו שליט"א איז דאך נישט אליין מסדר קידושין ער איז נאר עומד אצל הקידושין כמנהג אביו כ"ק אדמו"ר הרה"ק זי"ע) איז א פורץ גדר. און אזוי איז געבליבן מוסכם להלכה.
ד. די רבני ודייני ק"ק סקווירא שליט"א האבן נאכדעם נושא ונותן געווען אויב די אלע קידושין'ס זענען פסול למפרע, און עס איז געבליבן אז מען וועט מוזן דן זיין אויף דעם פרט בכובד ראש אין א קומענדיגע געלעגנהייט, ווייל מען קען נישט אויפהאלטן די חשוב'ע דיינים פון אויסלאנד צו פארבלייבן דא ביז דאס וועט נתברר ווערן, און מען וועט שטיין מיט זיי אין נאנטע פארבינדונג בכתב און בעל פה.
דערווייל האט מען אריבערגערופן דעם אייגנטימער פונעם זאל און פארלאנגט א גענויע ליסטע פון אלע בעלי שמחה און מסדרי קידושין, כדי אויב דער פסק זאל ארויס אז די קידושין זענען חלילה פסול זאל מען קענען זאפארט עפענען א טעלעפאן ליין צו מפרסם זיין די פסול'ע משפחות און די רבנים פורצי גדר אזוי ווי מען האט געטון אין קרית יואל.
דער זאל אייגנטימער האט זיך תיכף פארבינדן מיטן מזכיר הבי"ד דקהילות היראים בקרית יואל, און איהם געפרעגט וואס דער דעת הביד"צ איז בנוגע מסדר קידושין זיין אין די גלילות אדער מובלעות פון א שטאט בלי רשות המרא דאתרא, און ער האט איהם געזאגט אז ער רעדט פון שיכון סקווירא. דער מזכיר האט זיך שפעטער פארבונדן מיט איהם און געזאגט אז דער בי"ד קען נישט נעמען קיין מיינונג אין א שטאט וואס איז נישט תחת מרותם און די מציאות איז אנדערש, ווייל לכאורה איז דארט פיהל הארבער ווי קרית יואל וואס דער מרא דאתרא איז נישט אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא און די גלילות זענען נישט קיין גלילות און אודאי נישט קיין מובלעת ווי אין שיכון.
און ער האט צוגעגעבן (דברי עצמו) אז היות ווי עטליכע יאהר צוריק האבן מאנכע תושבי סקווירא געקויפט דירות נעבן שיכון אין א געגנט וואס איז ווייטער ווי דער זאל עטרת טשארנא איז פון שיכון, און כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט ווי באקאנט געהאלטן א שארפע דרשה אז דאס איז קעגן רצון פון טאטן ז"ל מייסד השיכון, זאל מען דאס תיכף אפשטעלן, און מען האט אויסגעפאלגט רצון קדשו, קומט דאך אויס אז דער מרא דאתרא פון שיכון סקווירא קען יא זאגן א מיינונג אינדרויסן פון שטעטל און אפילו אויף א געגנט אריבער דעם 45 גאס וואס איז ווייטער פון שיכון סקווירא ווי עטרת טשארנא, ממילא איז אלס וואס איז נענטער ווי יענע הייזער תחת מרותו. מה שאין כן דער רב דקהל יטב לב אין קרית יואל האט נישט קיין מרות אויף די מענטשן וועלכע געהערן נישט צו זיין קהלה אפילו אין קרית יואל, און אודאי נישט אינדרויסן פון קרית יואל, און אין וואדבערי זיכער נישט. דעריבער זאגט ער אז ער וועט מוזן אויספאלגן דעם פסק פון דייני ורבני ק"ק סקווירא שליט"א שעל פי פסק הדומ"ץ קהל יטב לב בקרית יואל.
דער זאל אייגנטימער האט פרובירט זיך איינ'טענה'ן אז היות ווי אדמו"ר שליט"א מסקווירא האט אנגענומען דעם דעת הביד"צ דקהילות היראים דקרית יואל ביי די הלכה פון פאבליק סקול, און ער האט טאקע נישט געמאכט מיט עטליכע יאהר צוריק אן אייגענעם סקול דיסטריקט און פאבליק סקול כדעת חברי הביד"צ דקהילות היראים בקרית יואל ושלא כדעת הדומ"ץ דקהל יטב לב, ממילא שפירט ער אז אפשר אויך אין דעם פאל וועט דער רבי שליט"א אננעמען דעם פסק דין הדומה לנידון. דער מזכיר הביד"צ האט איהם געזאגט אז ער וועט דאס מוזן אליין פרעגן ביים סקווירא רבי'ן שליט"א. און עס איז געבליבן מוסכם אז ער וועט אליין אנפרעגן ביים רבי'ן שליט"א דעם מרא דאתרא.
(לא היה ולא נברא אלא משל היה)
נשלח ב-9/2/2010 20:40
- אפדעיט דינסטאג 1 אזייגער מיטאג -
דער זאל-אייגנטימער האט יעצט מיט גרויס שמחה טעלעפאנירט צום מזכיר הביד"צ דקהילות היראים קרית יואל און איהם איבערגעגעבן אז מבית כ"ק אדמו"ר שליט"א מסקווירא האט מען גענצליך אפגעווארפן דעם פסק פון דומ"ץ דקיט"ל קרית יואל און מען ערלויבט ווייטער מסדר קידושין צו זיין אין עטרת טשארנא ווי ביז היינט בלי שום חשש ופקפוק כלשהו צוליב עטליכע טעמים. ער האט איהם איבערגעגעבן ווי פאלגענד:
1. חברי הביד"צ דק"ק שיכון סקווירא שליט"א האבן זיך נישט גערעכנט מיט דעם פסק פון דומ"ץ דקיט"ל קר"י שוין זינט עטליכע יאהר ווען קהל בני יואל דסאטמאר האט אנגעהויבן שחט'ן אין זייער בית השחיטה נעבן שיכון סקווירא, ולית דחש צום דעם איסור חרם ושמתא אויף די קהילה נאה וחסודה מצד הדומ"ץ דקיט"ל בקר"י ושאר החותמים.
2. מיט עטליכע יאהר צוריק ווען עס האט זיך געהאנדלט וועגן מאכן א סקול דיסטריקט און פאבליק סקול אינערהאלב שיכון סקווירא, האט כ"ק אדמו"ר שליט"א מסקווירא אנגענומען דעם דעת פון די חברי הביד"צ דקהילות היראים בקרית יואל ואתם עמם הרבנים הגאונים הצדיקים ששבקו לן חיים ולהבחל"ח החיים אתנו כיום וואס האבן ארויפגעלייגט אויפן סקול דיסטריקט און דעם פאבליק סקול א דין עבודה זרה ובית המינות, ממילא איז נישט מער ווי רעכט אז ער זאל אויך יעצט אננעמען זייער דעת תורה, איבערהויפט ווען זיי האבן שוין איצט א כח בית דין.
3. נאכדעם האט איהם דער זאל-אייגענטימער געזאגט, אז ווען בעוה"ר די רעגירונג האט לעצטנס פארשפארט דעם בית השחיטה נעבן שיכון סקווירא, האט די קהילה בהסכמתו ובעידודו המלאה של כ"ק אדמו"ר שליט"א מסקווירא אריבערגעפיהרט די שחיטה מיט אלע סקווירא חומרות און הידורים צו די "מהדרין" פלענט אין פענסילוועניע, א נסיעה פון אריבער 2 שעה פון שיכון סקווירא, און נישט צו די נענטערע בית השחיטה אין קרית יואל וועלכער איז בלויז א 40 מינוט וועג פון שיכון סקווירא, און לכאורה ווי ער פארשטייט איז דער טעם - זאגט דער זאל אייגנטימער - צוליב די נאכאנאנדע פארנאכלעסיגקייטן און פקפוקים אין כשרות ביי יענע בית השחיטה (ער האט אפילו געוואוסט דעם שפאט-נאמען "בית השחיטה המופקרת") וועלכע פארשפרייט אז עס איז אונטער די השגחה פון דומ"ץ דקהל יט"ל בקרית יואל. ער ווייסט קלאר אז די ארטיקלען אין "דער בלאט" זענען אויך אנגעקומען לעיני כ"ק אדמו"ר שליט"א און ער האט צוליב דעם מסכים געווען ביתר שאת אז די שחיטה זאל טאקע פארבלייבן נאר ביי "מהדרין", דארט וואו אויך קהל בני יואל איז אריבער מיט די שחיטה.
כמובן, אז הגאוה"צ חברי הביד"צ דק"ק שיכון סקווירא שליט"א אינאיינעם מיט די רבני ודייני דק"ק סקווירא שליט"א האבן תיכף ומיד מבטל דעתם געווען בפני הוראת כ"ק אדמו"ר שליט"א מסקווירא דער מרא דאתרא. און דער פסק פון דומ"ץ דקיט"ל בקרית יואל בלייבט א דעת יחידאה.
דער מזכיר הביד"צ האט צוגעגעבן, אז דער וועמען דער דומ"ץ האט באטיטלט מרא דאתרא פון קרית יואל האט אליין נישט אויסגעפאלגט זיין פסק, ער באפעלט אז מען זאל נישט געבן סידור קידושין פאר'ן מרא דאתרא פון שיכון קרית יואל אין בני ברק, צוגלייך האט ער אליין מסדר קידושין געווען אין לאנדאן מיט יאהרן צוריק שלא ברשות המרא דאתרא הגאון ר' חנוך דוב פאדווא ז"ל בעל חשב האפוד.
נאך האט דער מזכיר הביד"צ צוגעגעבן, אז דער פסק פון דומ"ץ דהקל יטב לב בקרית יואל איז נאר להלכה ולא למעשה, און און ער האט איהם דערציילט א פאקט, אז פארגאנגענעם דאנערשטאג, בלויז א וואך נאך די סידור קידושין אין וואדבערי, איז געווען א חתונה אין קרית יואל, אן אייניקל פון דעם רב פון קהל יטב לב, און מען האט שלא ברשותו מכבד געווען מיט סידור קידושין א זיידן פון די כלה, טראצדעם וואס דער מרא דאתרא פון קהל יטב לב האט זיך געבייזערט באותו מקום ובאותו זמן, און ער האט געמאכט א מחאה תיכף ומיד אונטער די חופה בפני עשרה אנשים מישראל נאך איידער מען האט צוגעטרעטן צו די סידור קידושין, אבער קיינער האט נישט מוחה געווען און גארנישט געטון דערצו, און עס זענען געשטאנען דערביי דיינים און מורי הוראות, ווייזט אויס אז דער פסק איז נאר להלכה ולא למעשה כלל וכלל, און יעדער רב ומורה שנבחר למו"ץ בקהלתו האט ווייטער רעכט צו מסדר קידושין זיין סיי אין וואדבערי נעבן קרית יואל, סיי אין ספרינג וואלי נעבן שיכון סקווירא בלי שום חשש ופקפוק כלל וכלל.
(לא היה ולא נברא אלא משל היה)
נשלח ב-9/2/2010 22:16
מיט דעם האט דער שמועס זיך געענדיגט צווישן דעם זאל-אייגענטימער פון עטרת טשארנא נעבן שיכון סקווירא און דעם מזכיר הביד"צ דקהילות היראים בקרית יואל, און עס איז געבליבן קלאר, אז יעדער רב און מורה שנבחר למו"ץ בקהלתו האט די רעכט על פי תורה צו מסדר קידושין זיין אין יעדן שטאט און גליל וואו עס איז נישטא קיין תורה'דיגער מרא דאתרא.
עס איז נאר כדאי אנצומערקן, אז על פי דרך הטבע וואלט דאס געדארפט זיין אנדערש, ווייל עס איז דאך ידוע ומפורסם דאס ידידות צווישן הרה"ק מסקווירא זי"ע און רביה"ק מסאטמאר זי"ע וואס איז געווען ממש א אהבת דוד ויהונתן, אן אהבה שאינה תלויה בדבר, און כאטש וואס רביה"ק זי"ע האט כידוע אין יעדע געלעגנהייט געזאגט פאר הרה"ק מסקווירא זצ"ל זיין דעת תורה איבער די מדינה הציונית, און הרה"ק מסקווירא זצ"ל איז מבית אבותיו הקדושים געווען רחוק פון די ענינים בפרט און פון התבדלות בכלל, דאך האט דאס ידידות אנגעהאלטן עד זיבולא בתרייתא ממש, און הרה"ק מסקווירא זצ"ל פלעגט שטענדיג גיין באזוכן און שמועסן מיט רביה"ק און האט מפליא ומפליג געווען בשבחו כידוע, עד כדי כך אז ער האט געזאגט אז לעולם וואלט מען נישט געטארט וואוינען אין אמעריקע ווייל די שטיוול פון תלמידי בעל שם האבן נישט דא געטרעטן, אבער וויבאלד סאטמארער רב איז געקומען אהער האט ער מטהר געווען די אויר.
ווער עס האט געקענט הרה"ק מסקווירא זי"ע און זיין שפראך, און זיין ברען און קאך צו פריערדיגע צדיקים, ווייסט און פארשטייט בלי שום ספק, אז אזא שטייגער שפראך האט מען נישט געהערט פון איהם, זיין התבטלות צו פריערדיגע צדיקים איז געווען אין לשער, און אויב מיט דעם אלעם אז האט ער געזאגט אזעלכע דיבורים אויף רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע, איז ברור אז הרה"ק מסקווירא זי"ע האט געשפירט אז די אויר איז ריין און לויטער געווארן דורך די עבודת הקודש און הייליגע דיבורים פון רבינו הקדוש זי"ע (כידוע די עובדא פון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל וואס ער האט געשריגן צום דרייווער וואס האט איהם געפיהרט אין מאנהעטן ער זאל איהם תיכף ארויספיהרן פון שטאט און ער האט געזאגט אז ער קען נישט אויסהאלטן דעם געפערליכן גערוך), און כידוע ווען בעוה"ר חשכו המאורות ביום ב' ניסן תשכ"ח ווען הרה"ק מסקווירא איז נסתלק געווארלן לגנזי מרומים, בערך א חודש נאכדעם וואס רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע איז אוועקגעפאלן על ערש דוי ביום עש"ק משפטים שקלים שנת ת"ש כ"ח, האבן די שטוב מענטשן זיך געהיטן נישט צו דערציילן די שלעכטע בשורה פארן רבי'ן זי"ע, ווייל מען האט מורא געהאט אז עס קען איהם שאטן צו זיינע שוואכע כוחות, ונפשו קשורה בנפשו.