בית פורומים כל העולם כולו

סך הכל פון די לעצטע געשענישען!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2010 19:08 לינק ישיר 
סך הכל פון די לעצטע געשענישען!!!

א קורצר איבערבליק אויף די לעצטיגע געשעהנישען,

 

1 דער קרשעמשע ווערט פארקנאקט מיט שלאס און ריגל, און אירע באזיצער גייען מיט בכיות און גלות אריין,

 

2 א געפלאנטע אונוואזיע אויף דער בית השחיטה המהדרת, איז דירוך געפאלען, און דער הרב שטיין, נעמט איין חרפות און בישות, אז קיין איין רב בישראל שטייט נישט מיט מיט אים, נאר דער מייסטער טעראריסט, דער בעל הצלה, יאשקע משומד,

 

3 ר' זלמן'ס נסיעה, גייט אריין בגדר היסטאריע, צילוב דאס נישט קאפרעציע, פון די מוסדות הק' און ארץ ישראל, און צילוב דער פחד, אז די רבנים און אר''י וועלן קאמפראנטען דעם ניוזוויק ראבינער ר' זלמן, צילוב זיין אפזיצען און בג''ץ,

 

4 הגאון הגדול דער דיין שליט''א, איז מקיים דעם לא תגירו בפני איש, און פאלגט אויס דאס שליחות וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט ארויף געלייגט אויף אים, און זאגט דעם דעת תורה, אז קיינער טאר נישט זיין מסדר קדושין און קרית יואל אן רשות פונעם מרא דאתרא כ''ק רבינו שליט''א.

 

5 דער קארט, עקלערט קלאר, אז קהל יטב לב ד'סאטמאר, האט אלע רעכטען צו פארבלייבען מיט איר ארגינעלע נאמען, און קען אנגיין מיט אלע קהל'שע פינקיציעס, וואו דיוס אד''ג, און פארבלייבט מיטן פולשטענדיגע בעלות אויפן בית עולם,

 

און ווידעראום ר' זלמן איז נישט בעה''ב אויף קיין איין בנין, נאר ער קען מענעדזשען די בנינים, ביז עס וועט געלונגען פאר קהל יטב לב אום ארויס צושליידערן, און אים ציריק דעפאטירן קיין סיגוט און ב''פ, וואו זיין הייליגע טאטע דער ברך משה האט אים איינגעפלאנט מיט כח,

 

6 דאס ערשיינונג פון די נורא נוראותדיגע קליפ, וואו דער שטעפיווקער שרף, דער יד שמאל פון ר' זלמן, שעלט אריין נארהאפטיגע קללות, באגלייט מיט די ארגסטע ניוול פה וואס איז נאר שייך,

 

איצט לאמיר כאפן א בליק ביי די עבריינים די קרעשמע פארטריבענע, און די זאליבאנעצעס,

 

דער יוד אפיס ציהט זיך אריבער קיין ארץ ישראל,

 

מען האט צוגענימען דעם משומד'ס פיקשער מאכער,

 

מען האט געמאכט א פסולע חופה,

 

יענקל תרח שרייט נאך כ''ק רבינו שליט''א,

 

די קרעשמע פארטריבענע שפירן זיך נישט זיכער און קרית יואל, און מאכען חברה שומרים

 

דער משומד טעראזירט די מנהלי הישיבה גדולה ד'סאטמאר,

 

קהל בני יואל מאכט זיך א וועב זייטעל,

 

דער הייליגער שארמאשער מאכט א ווידיא פון זיך,

 

און הרב טענענבוים איז פארוואנדעלט געווארן פון א פרעדיגער, אלס א פאלנער מסור, ער איז שוין אויף דרגא מיטן טרויריג בארימטער משומד יאשקע בן מריא ימ''ש

 

עס איז  אונטערסאנט צו זען וואו ביטער עס גייט פאר די עבריינים, מיט זייערע מעכטיגע ניצחונות, און מיט וואס זיי זענען זיך מחזק, עס גיבט א ביסעל א בילד מיט וואס פארא מאדענע, נידריגע, משוגעים, מען האט דא צוטאן,

 

נישט בחינם, איז דער שר הדעפרעסיע, אזוי אקטיוו ביי די דאזיגע קרעשמע פארטריבענע – זאליבאנצעס

 

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 02:05 לינק ישיר 

זאל דער רבש"ע העלפן אז די אלע זאלן איינזעהן אין וואס פאר א מצב זיי האבן זיך אריינגעלייגט נעבעך.

אזוי קוקט מען אויס ווען די אייגענע אינטערעסן שטייען בעפאר די תורה הקדושה ר"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2010 02:41 לינק ישיר 

ב"ה אז זייערע אייגענע נאכשלעפר פאנגען זיך אן אפצישאקלען פון זיי נאכען ארויס ווייזען זייער געמיינע זייט.ס'געפעלט אינגאנצען נישט פאר נארמאלע מענטשען  צווישען זיי  אז יוסל וואלדמאן מסור  האט זיך גענומען פירען בני יואל און אזא האקעלע זאך ווי קדושת'ן של ישראל זאל ווערען געפירט דורך א נידריגע מסור אין זיי ווילען נייטראלע גרויסע רבנים זאלען כאטש דאס פירען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סך הכל פון די לעצטע געשענישען!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext