(איך האב ביז יעצט נישט אריינגערעדט, ווייל איך האב געוואלט פאר שרייבן דאס אדורך רעדן מיט א ת"ח, יעצט נאכן דאס אדורך רעדן קען איך שוין שרייבן)
1) דער חרם דר"ת איז געווען אז א מסדר קידושין זאל זיין נאר אזא איינער וואס איז א "רב" אדער א "דיין" נישט קיין חילוק און וועלכע קהילה, נישט סתם א פשוטער איד.
2) שפעטער האט מען געמאכט א פרישע תקנה אז אין יעדע קהילה זאל מען "נאר" קענען נעמען די "אייגענע" רב, וואס דער עיקר תקנה איז געווען געבויעט וועגן געלט, וואס דאס איז געווען פון די אפיצעלע געהאלט וואס דער רב האט באקומען, און אזוי אויך א שטאט וואס האט נאר "איין" קהילה (וואס דעמאלט ווערט דער רב אנגערופן "מרה דאתרא") קען מען נאר אים נעמען, אגער מיט זיין רשות א צווייטן.
3) די זעלבע הלכה גייט אויך אן ביי א שוחט, אז מען טאר נישט עסן קיין פלייש וואס איז גע'שחט'ן געווארן אין א קהילה אנעם רשות פונען שוחט.
4) ווען א קהילה וויל זיך צוטיילן, און נעמען אן עקסטערן שוחט, און רב, איז געווען אונדערהיים גרויסע מחלוקת (עיין סיגוט, מונקאטש - בעלזא, ואכמ"ל
5) ביי די מחלוקה פון סיגוט איז ארויסגעקומען א ספר מלחמת מצוה, ווי עס איז באשריבן אלע דאקומענטן און טענה'ס וואס איז געווען דעמאלט, און ווער עס איז מעיין אין די טענה'ס האוסרים וועט זעהן אז דאס איז נישט שייך דא, ווייל בעיקר איז עס געבויעט אז די אלע מענטשן וואס האבן זיך אפגעיילט זענען נישט געווען ארויסגעווארפן פון די ערשטע קהילה, און אזוי אויך האבן די מענטשן נישט געהאט קיין הלכה טענה'ס אויף די ערשטע קהילה.
6) ביי די מחלוקה פון מונקאטש - בעלזא, וואס דארטן זענען שוין יא די בעלזא געווען ארויס געווארפן, איז דא א תשובת מהרש"ג איבער דעם ענין ווי ער איז מברר אז טאמער עס איז געווען מחלוקת און מען קען זיך אפטיילן און דורך דעם וועט זיין שלום, ווייל מען וועט מער נישט זיין געבונדן צי די ערשטע קהילה, איז מותר זיך אפצוטיילן.
7) אזוי אויך איז פארהאן א תשובה אין מהרש"ג אז א קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט בהיתר (ווי שוין פריער דערמאנט ווען עס איז מותר) דארף שוין מער נישט זיין געבינדן צום אלטן קהילה, און מען מעג האבן אן אייגענע שוחט, און כ"ש זיין מסדר קידושין אנעם רשות פונעם רב פון די אלטע קהילה,
"און אפי' דער בי"ד רופט אויס אז דער קידושין אין פסול, איז עס א דבר בטל"
8) לענינינו, דאס איז זיכער אז מען האט זיך געמעגט אפטיילן (עיין אות 6), און אויב אזוי איז זיכער אז מען קען מסדר קידושין זיין אליין אן רשות.
9) בנוגע די בריוו וואס רביה"ק האט געשריבן איז געווען א פלאץ ווי עס איז נישט געווען קיין עקסטערע קהילה, נאר פשוט איינער האט געברענגט א אנדערע מסדר קידושין, און דאס איז אויך געווען ביים כנסת יחזקאל.
10) דאס חוץ וואס מען קען דן זיין צו ער איז אפי' מרא דאתרא, און צו דא איז די הלכה פון גלילות, ווייל די הלכה פון גלילות איז געווען ווען דאס האט באלאנגט צום שטאט, זיי האבן נישט געהאט קיין אייגענע ת"ת, מקוה, ביהמ"ד, וכדו' וואס דא איז דאך יא דא. ועוד. ועוד.
ותפילה לקל בורא עולם שילמדו תועים בינה.
בייגעלייגט קאפיס פון די תשובת מהרש"ג חלק ה'
לערנט גיט אדורך קודם תשובה סימן ס"ח ווי ער איז מבאר אז א קהילה וואס האט מחלוקת מעג מען זיך צוטיילן, אויב מען קען נישט לעבן בשלום אינאיינעם, [וואס אזוי איז דאך די מצב אין ק"י, נישט קיין חילוק ווער עס איז שולדיג, צוטיילן מעג מען זיך], נאכדעם לערנט אדורך סימן ס"ט, אז א קהילה וואס איז צוטיילט געווארן בהיתר (ווי דערמאנט אין סימן ס"ח, ווען מען מעג זיך צוטיילן), מעג מען אליין מאכן סידור קידושין. מערקט אן זיין אינטעסאנטען לשון "שהכריזו הבי"ד שאינן קידושין, זה וודאי דבר בטל הוא, ואי אפשר להאמין כזאת על ת"ח.
[נ.ב. אויך איז אינטערסאנט אדורך צו לערנען סימן ס"ז, ווי ער פסק'נט אז אייגענע מוסדות קומען פאר "כולל שומרי החומות")

