יעדער רעכטדענקער מענטש פארשטייט קלאר אז בעת מ'האט אויף גענומען ר' אהרן פאר רב אין קרית יואל איז עס געווען בדעה אז ער זאל זיין א מרא דאתרא בלתי מוגבלת, בכל פרטי' ודיקדוקי', צו זאגן אז דער ברך משה האט שוין דעמאלטס חושש געווען אז אפשר וועט ר' אהרן נישט טויגן, און ער האט שוין דאן רעזערווירט זיינע רעכטן עס צו צינעמען, איז אבסורד אין נגד המציאות.
די אלע דוחקים וואס עטס פרובירטס צו ארויסלערנען, איז סתם זיך אנגעכאפט אויף א שטרוי,
למשל ענקער טענה אז ס'שטייט, "שליח", דאס איז סתם שטותים, ווייל ס'מובן מאילו אז א מרא דאתרא וואס איז אינטער סיי וועלעכער גרויסע חסידות ווי ס'דא א אדמו"ר שליט"א איז יעדער מרא דאתרא בכל המקומות אינטער דער אדמו"ר, דאס האט גארנישט ספעציעל מיט ר' אהרן'ס רבנות.
דער אנדערע טענה אז ס'שטייט בלויז קהלתינו, אוואדי שטייט קהלתינו, ווייל באותו זמן האט קרית יואל נאר געהאט איין קהלה אין ס'האט קיינעם דאן נישט עולה על הדעת געווען אז ס'וועט זיין נאך א קהלה בהיתר.
דאס וואס עס שטייט נישט הוא ובניו, איז א דבר פשוט אז ס'דא א יסודות'דיגער חילוק צווישן התמנות פאר א רבנות א לאקאלער מרא דאתרא, און א אדמו"ר / א רבי, ביי א לאקאלער רבנות איז געווענליך קיינמאל נישט געגאנגען בירושה, נאר אדמורו"ת, ווייל א מרא דאתרא איז א מנהיג פון א שטאט, און א אדמו"ר איז א מנהיג פון א עדה אידן אפגעזעהן ווי די אידן וואוינען, דאס איז 2 באזונדערע ענינים.
יעצט, אויב מ'זאל מיר אנעמען אז דער לעצטער בריוו פון ברך משה האט א תוקף להלכה, (ס'נישט פאלש וכדומה), דאן קען מען אפי' זעהן אז דער ברך משה אליין (אדער דער פעלשער, געוואנדן וועם די פרעגסט), האט גוט געוויסט אז ער קען להלכה נישט צינעמען וואס ער האט שוין געגעבן פאר ר' אהרן, ווייל להלכה, איינמאל מ'האט איינעם ממנה געווען פאר א מרא דאתרא, איבערהויפט ווען יענער דינט שוין דער פאסטן פאר לאנגע יארן, קען מען קיינמאל עס נישט צינעמען, דעריבער שטייט נישט קיין איין ווארט אז ער איז מבטל דאס רבנות, אדער אז ר' זלמן לייב זאל זיך זעצן במקומו פון ר' אהרן, ער שרייבט בלויז אז מ'זאל עפענען פרישע מוסדות. ווייל אויב ר' אהרן האט מועל געווען בשליחותו אין גייט נגד התורה, טראץ וואס מ'קען נישט צינעמען וואס מ'האט דיר שוין געגעבן, אבער ע"פ הלכה מעג מען זיך מאכן א קהלה נפרדה, אויב די אלטע קהלה ווערט געפירט נגד התורה, און די נייע קהלה האט זיך אפגעטיילט בהיתר.
איך מיין אז א פארשטענדליכע זאלויני וועט ענדערש גיין מיט דעם מהלך, פון קהלה נפרדה, וואס איז א גערעכטער טענה, ווי איידער זיך נעמען מדייק זיין אינעם קונסוס. און מ'זעהט אז די דייני הזולנים גייען אויך מיט דעם מהלך.
למעשה איז נאך געבליבן 2 פראבלעמען:
איינס, הניחא קהלות רז"ל האט נאך א תירוץ, אז זיי האבן זיך אפגעטיילט בהיתר, ברשות הברך משה, קענען זיי קלעימען אז זיי זענען א קהלה נפרדה, אבער בני יואל וואס איז בהווסדו נאסר פון די קהילות יט"ל, און די ביד"צ בירושלים, זייער קהלה איז לכאורה יא נגד הלכה, און אזאך וואס א בי"ד האט גע'אסר קען קיין קלענערע בי"ד נישט מבטל זיין אזוי זאגט די גמ' מס' ביצה.
צוויי, דער גאנצער היתר הענגט אויף א געשריבענע בריוו, וואס איז ערשינען ווען דער ברך משה איז שוין נישט געווען אזוי אין די פעדערן, ס'שוין געווען זייער פאר'נעפעלטע זמנים, ער איז געווען אין גאנצן קאנטראלירט פון בלויז דם שונאים פון ר' אהרן, ממילא אזא היסטארישע זאך ווי ער האט חרטה פון אזאך וואס ער האט שטענדיג געזאגט פארקערט ברבים בע"פ בימי חורפו, דארף מען שטארק חושש זיין צו דער בריוו איז נאמן, איבערהויפט אז ער האט קיינמאל זיך נישט געלאזט הערן זיין נייער חוות דעת ברבים, עכ"פ לחושש מיהו צריך.