בית פורומים אידישע געדאנק

דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/2/2010 22:21 לינק ישיר 

די אהרונים, און סקאטמאלען בכללם, האבן מחדש געווען א פרעצעדענטלאזער וואזשנער אויפטו אין דיני מרא דאתרא וואס פאסט פאר די פריערדיגע...
 
מ'קען זאגן ממש בפה מלא: מקום הניחו להם להתגדר...


ביז תש"ע, האט כלל ישרא-ל נעבעך געמיינט, אז דאס וואס שטייט אין די גמ' אין ממנין פרנס על הציבור אא"כ נמלכין בציבור, און שפעטער האט דער ר"ת גוזר געווען בחרם חמור, איז מחייב דעם חלק כלל ישראל הנקרים אהרונים אויכעט,
 
דערווייל קען יך אהרן ארימען כדרכו: "איך בין געווען  דער ערשטער" - אויס צו שפילן משה רבינו און רבינו תם!!!

בשנת תשמ"ה, איז דער שטעטל געשטאנען פאר א וועלטס קריג בנוגע די התמנות.

70צו 80 פראצענט שטאט איז נישט מסכים. וויאזוי יט מען זיך אן עצה מיט די הלכה?  א המצאה, אהרן איז נאר א שליח. גוט.

בשנת תשס"ו איז דער משלח זצ"ל נסתלק געווארן. די הלכה זאגט: אין שליחות לאחר מיתה. נו וואס איז יעצט? "ער קען  נישט ווערן אויס רב, ער איז געווען געהעריגער רב ביז יעצט"!

דאס הייסט, ביי ביי ר"ת!! מ'קען אויסשפילן דיין תקנה. דער פריערדיגער רב מאכט מיר א שליח, און נאך דעם בלייב איך שוין מרא אתרא נגד רצון הציבור!!!

אגב, לויט דעם איז ר"ג דר מרא דאתרא, -לשיטתו, אז ער רבי האט אזוי מיסד געווען - ווייל בחיי רבינו איז ער דאך געווען דער שליח...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 22:53 לינק ישיר 

מאנדרויער כתב:


70צו 80 פראצענט שטאט איז נישט מסכים. וויאזוי יט מען זיך אן עצה מיט די הלכה?  א המצאה, אהרן איז נאר א שליח. גוט.



ווי האסטו דאס געהערט אז מ'האט געשריבן די ווארט 'שליח' כדי צי באפרידיגן די קעגענערס, א נייע מעשה, די ווייסט פון עפעס פארהאנדלונגען מ'האט געמאכט מיט די קעגענערס, איידערן שרייבן די קונסוס?

און וואס איז דיין באווייז אז דאס רוב איז געווען קעגן דאס התמנות, ווייל ס'געווען אפאר הויכע רידערערס, איך ווייז דיר שווארץ אויף ווייס, די לעצטע 10 יאר אז א קלארע רוב תושבי קרית יואל ווילן ר' אהרן, ווייז מיר אויף אז ס'געווען אנדערש פארדעם.

ס'נישט צום גלויבן וואסערע אבסורד מעשיות ווערן דא געבוירן אלעס נאר צו פארענטפערן ענקער סידור קידושין.

קודם שרייבט עטס מיט א זיכערקייט אז ס'שטייט נישט די ווארט מרא דאתרא, מ'ווייזט ענק אז ס'שטייט קלאר מרא דאתרא, קומט עטס מיט דידוקים, ס'שטייט נאר כף הדמיון, ד'עיר ב'עיר,  קהלתינו, שליח, וכו' וכו', געהעריגע פורים תורות

נישט צום גלויבן

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 22:55 לינק ישיר 

דא האט איר אויסצגן פינעם קונסוס

 

וימלא אחר כ"ק אדמו"ר שליט"א אב"ד דקהלתנו (ברך משה)
להיות שלוחו כאן בעירנו (ר"א)

 זעט עפעס אויס אז אב"ד דקהלתנו איז כ"ק אדמו"ר שליט"א (ברך משה) 
און ר"א איז נאר א שליח,

להיות רב ומורה לקהלתנו,
לקהלתנו קהל יטב לב, אזוי ווי שארמאשע רב איז  
רב ומורה לקהלתו קהל תפארת נפתלי 

לשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירנו

כלשון מהרג"ב, אז א רב וואס האט א בהמ"ד און א שטאט (בעירנו) איז נאך ניש קיין שטאטס רב,

למען יאריך ימים על ממלכתו
ווי איז די המשך הפסוק הוא ובניו בקרב ישראל צי פארזיכערן זיין עתיד,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 22:59 לינק ישיר 

איך קען עס נאר פארענטפערן אויב איך וועל זאגן
אז קרית יואל האט געהאט 2 מרא דאתרא'ס ביז די פטירה פונעם ברך משה,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 23:03 לינק ישיר 

"הנה יש לדון אם החלוקה מהקהלה הישנה נעשה בהיתר, כי הלא אינכם נאמנים כי אפשר אתם נוגעים בדבר"

איינער קען עברי טייטש?

קען מיר איינער ברענגען א לאנד-רב "אן א נגיעה" וואס האט מתיר געווען א חלוקה אין קרית יואל? געוויס נישט!
א איסור פון וועלט-רבנים, דאס האב איך יא געזעהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2010 23:05 לינק ישיר 

סקאט 

בשעתו איז ארויסגעקומען א קונטרס מסביר צו זיין די רבנות פון פון און ס'איז דארט געווען מבואר דער ענין פון רב הזקן מיט א מסייע און א שליח פון מרא דאתרא.
און דער קאנסוס איז געווען געשריבן מיט גרויס דיוק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2010 23:08 לינק ישיר 

באקומען אישי
דער ברך משה האט כמה פעמים געזאגט ברבים און קרית יואל
בכח מרא דאתרא בון איך מחייב  כך וכך,
בפרט ביי די סקול דיסטריק פרשה האט ער געזאגט ביי די דרשה א טאג פאר די וואלען וז"ל
איך בון דא מרא דאתרא, אויף דעם איז דאך נישט דא קיין חולק, מען האט מיך אויפגענימען דא און בהמ"ד
דער גאנצער ציבור איז דא געווען עכ"ל
אדרבא נעמטס אפיר די טעפ און איבערצייגט אייך אליין,
דער ברך משה האט פארשטאנען אז זיין זין'ס מרא דאתרא'שפט האט נישט קיין שום תוקף, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 23:10 לינק ישיר 

נישט באקומען אין אישי:

"הנה יש לדון אם החלוקה מהקהלה הישנה נעשה בהיתר, כי הלא אינכם נאמנים כי אפשר אתם נוגעים בדבר"

איינער קען עברי טייטש?

קען מיר איינער ברענגען א לאנד-רב "אן א נגיעה" וואס האט מתיר געווען א חלוקה אין קרית יואל? געוויס נישט!
א איסור פון וועלט-רבנים, דאס האב איך יא געזעהן.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2010 23:25 לינק ישיר 

מאנדרויער כתב:

בשנת תשמ"ה, איז דער שטעטל געשטאנען פאר א וועלטס קריג בנוגע די התמנות.

70צו 80 פראצענט שטאט איז נישט מסכים. וויאזוי יט מען זיך אן עצה מיט די הלכה?  א המצאה, אהרן איז נאר א שליח. גוט.

בשנת תשס"ו איז דער משלח זצ"ל נסתלק געווארן. די הלכה זאגט: אין שליחות לאחר מיתה. נו וואס איז יעצט? "ער קען  נישט ווערן אויס רב, ער איז געווען געהעריגער רב ביז יעצט"!

דאס הייסט, ביי ביי ר"ת!! מ'קען אויסשפילן דיין תקנה. דער פריערדיגער רב מאכט מיר א שליח, און נאך דעם בלייב איך שוין מרא אתרא נגד רצון הציבור!!!

אגב, לויט דעם איז ר"ג דר מרא דאתרא, -לשיטתו, אז ער רבי האט אזוי מיסד געווען - ווייל בחיי רבינו איז ער דאך געווען דער שליח...


זה מה שכתבתי למעלה
 

וויבאלד עס שטייט און די קונסוס פינעם טאטן הוא ובניו

וואלט נאר געווען נישט מער ווי רוכטיג

מען זאל דאס אויך שרייבען און זיין קונסוס

אזוי ארום זאל א יעדער פארשטיין

אז דער הוא ובניו פונעם ברך משה'ס קונסוס גייט ארויף אויף עם

און אז מען האט נישט אזוי געשריבן

איז זיין התמנת געווען בלויז נאר א שליחת און נאר ווילאנג דער משלח לעבט.

ער קען ווערן צירוק א שליח נאר אויב דער ברך משה'ס ממלא מקום רבנו שליט"א נעמט עם אויף אלס שליח,

 

ביז דאן איז האט ער

נישט קיין דין מרא דאתרא,

נישט קיין דין שליח,

נישט קיין דין ממלא מקום,

נישט קיין דין יורש,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 23:33 לינק ישיר 

די אלע טענה'רייען זענען העטעך פעטעך, וואלט דער ר"א געווען א מענטש וואס איז ראוי צו זיין א רב איז אפשר שייך צו טענה'ן און אויפווייזן דעם אמת אז ער איז קיינמאל קיין מרא דאתרא נישט געווען, און יעצט אז דער טאטע האט אים אפגעזאגט אין א בריוו בשנת תשס"ב.

אבער, ווען מ'רעדט פון איינעם וואס איז בכלל נישט קיין "מענטש", א פרא אדם און ווייט פון ראוי לאותו איצטלא, איז א שאד די טענה'ריי..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/2/2010 23:41 לינק ישיר 

אויך גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 00:28 לינק ישיר 

קען מיר איינער צייגט ווי עס שטייט אין די קאנסוס כרב ומרא דאתרא? איך זעע עפעס אומליינבארע ווערטער... א אהרויני האט מחליט געווען אז דארט שטייט מרא דאתרא און עולם-גולם קייט אים נאך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 00:58 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:
"הנה יש לדון אם החלוקה מהקהלה הישנה נעשה בהיתר, כי הלא אינכם נאמנים כי אפשר אתם נוגעים בדבר"

איינער קען עברי טייטש?

קען מיר איינער ברענגען א לאנד-רב "אן א נגיעה" וואס האט מתיר געווען א חלוקה אין קרית יואל? געוויס נישט!
א איסור פון וועלט-רבנים, דאס האב איך יא געזעהן.

 
כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ביי זיין ערשטע באזוך אין קרית יואל הבירה האט ער אפגעשטאטעט איין באזוך אין קהל יטב לב 5 גארפילד און איין באזוך אין קהל יטב לב 10 גארפילד!
אנטשולדיגט אבער היידפארק שטעלט נישט צו קיין גרעסערע פאנט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 01:20 לינק ישיר 

עס שטייט דארט בזה הלשון:

וימלא אחר כ"ק אדמו"ר שליט"א [רביה"ק בעל ברך משה זי"ע] אב"ד דקהלתנו, להיות שלוחו כאן בעירנו, נושא דבר קדשו בהוראת חכם, איש על העדה להנהיגם ולהוליכם.

 

אויך שטייט:

לכהן פאר ולשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירנו הקדושה קרית יואל

 

טייל פון די אונטערגעשריבענע נעמען אויף דעם קאנסוס, וועלכע האבן שפעטער איינגעזען אז מען דארף האבן א בעסערן "שליח" לנהל עירנו בדרך התורה המסורה מאבותינו, רוב פון זיי זענען היינט חברי הנהלת הקהלה דקהל יטב לב דסאטמאר בנשיאות כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א

 

הק' משה טייטלבוים [זי"ע]

שלמה זלמן סאנדער, שלמה מיכל ראזנער, משה פריעדמאן, עזריאל גליק, חיים צבי ליימזידער, חיים ישראל מנחם שווימער, יוסף פנחס סטרולאוויטש, יודא לייב פלאהר, אברהם יעקב פאזען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 03:41 לינק ישיר 

פינעווער, איך קען נישט אזוי גוט לשון הקודש סא ביטע העלף מיר ארויס

אין מיינע אויגן איז דער יסוד פונעם פסק דין מדייני קהל יטב לב געבויט אויפן בריוו פונעם ברך משה, מיט דעם הייבט זיך אן דע בריוו און מיט דעם ענדיגט ער, ליתר שאת זענען זיי אויך מציין א דברי חיים מיט א אבני צדק, און צום לעצט ברענגן זיי אויך צו א מהרש"ג,

אפשר קענסטו מיר בארגן דיינע ברילן איך וויל אויך זען וויאזוי דער "יסוד" איז געבויט אויפן מהרש"ג.. און וויאזוי ס'ארבעט ווען דער מהרש"ג צעפאלט שלעפט ער אויך מיט אלע שכנים מיט זיך...

קענסט מיר שיקן אין אישי דיינע אינפארמעישן און מ'וועל מיר זיך אראפזעצן אויסארבעטן, לשה"ק, און וויאזוי מ'ליינט  א תשובה..

בכל אופן וואלט איך רעקאמענדעד די זאלסט איבערגעבן דיין המצאה פאר דער בלאט באהערדע, ס'וואלט געווען א שיינע זאך זיי זאלן עס אריינלייגן אלס א ענטפער... מה טוב ומה נעים אויב ס'וועט זיין אויף די פראנט פעידש.. 

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 12 13 14 16 17 18 לדף הבא סך הכל 18 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.