בית פורומים אידישע געדאנק

דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/2/2010 22:28 לינק ישיר 

איך האף צו זען מארגן אין דער בלאט דע "תשובה נצחת", דעס וועט זיין מיין נצחון....!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 22:57 לינק ישיר 

נאך "איין" מאל: יעדער מענטש וואס הערט אז ס'איז דא א בריוו פון דיינים, אז דער ברך משה בלא בלא בלא וגו' , לאכט דערפון. כמשמעו.

וואס עס איז יא נוגע און ציהט אינטערעסע איז די הלכה'דיגע חלקים. אצינד האסטו די הלכה'דיגע מקורות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/2/2010 23:11 לינק ישיר 

אויב איינער פארשטייט וואס מ'האט מיר געענפערט זאל מיך ביטע ארויסהעלפן,

נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, דע פסק דין מאת חברי בד"ץ איז צעטיילט און 3

1) הוראת ברך משה זי"ע

2)פסקי הדברי חיים והאבני צדק

3) מנהגי עיירות איירופא כמבואר במהרש"ג

יעצט זיי מסביר, די מנהגי איירופא איז דער יסוד פארן הוראת הברך משה זי"ע אדער אויפן פסק פונעם דברי חיים מיטן אבני צדק ? 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 23:35 לינק ישיר 

איך בעט דיר לייג דעס יא אריין און דער בלאט אלס ענטפער מיט קידוש לבנה אותיות "נצחת" און מ'וועל מיר ביידע האבן א נצחון...

                               



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/2/2010 23:44 לינק ישיר 

סעננדר כתב:
איך האף צו זען מארגן אין דער בלאט דע "תשובה נצחת", דעס וועט זיין מיין נצחון....!


די נעמסט די טמא'נע בלאט אין דיינע הענט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 00:26 לינק ישיר 

אקיי, ווען מיינט דער עולם קעמען מאכן א סך הכל צי זען וויפיל רבנים פאלגן רבי געציל שליט''א אין קימען נישט מסדר קידישין זיין אין דעם גיאסערטן זאל אין וויפיל סיוועלן פאלגן די לישקעלעך רבנים אין וועלן יא מסדר קידישין זיין דארט, לדעתי וועלן נישט זיין מער ווי 7-6 עזות פענימער וואס וועלן פאלגן די לישקעלעך, איך מיין אז חודש אלול וועט מען קענען מאכן דעם סך הכל,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 01:10 לינק ישיר 

סענדער'ל, די איבריגע מראי מקומות אינעם פסק, דאס צוצושטעלן דא אין די צייט וואס זיי רעדן וועגן די 'נעלויגן', איז א ליצנות פאר זיך.

אבער ווי איידער זיך צו באציעהן אין א דיוק אין מיינע ווערטער , יא יסוד אדער נישט יסוד, באציה זיך ליבערשט איבער די עצם טענה אין די געפעלשטע דעת תורה.
זיי מיר מסביר וויאזוי מ'קען נעמען אזא תשובה פון מהרש"ג צו זיך, פארקוקנדיג אויף די יסוד פון די תשובה, וועלכע זענען "קלארע ווערטער" אז דער פסק דין פון די לישקע איז ווערד כחספא בעלמא.

אצינד צוריק צו דיינע נצחונות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 01:23 לינק ישיר 

גערעכטער

דא דארף מען בכלל נישט מאכן קיין סך הכל'ס.
דאס איז געווארן א פרישע מציאות, אז ס'איז דא נאך א זאל אין קרית יואל, וואס מען קען מכבד זיין פארשידענע רבנים חשובים פאר מסדר קידושין, און בקרוב ווערט פארטיג די ויואל משה זאלן.
און מען רעדט דא פון א לאנג טוירם טויש, עס וועט גארנישט געשען אויב וועט זיין נאך 7-6 רבנים, אדער אפילו נאר 2-3, עס איז גענוג אפילו 1.
בסך הכל וועט מען קענען חתונה מאכן אין קרית יואל, מיט כשר'ע פלייש, מיט ערליכע מסדרי קידושין, און נישט דארפן פארן קיין מאנסי, אדער וויליאמסבורג.
בני יואל האט זיך געעפנט מיט 6 קינדער, און עס איז געדויערט לאנגע יארן ביז ס'איז געוארן איבער טויזנט,
מען רעדט פון ביז חודש אלול תש"ע, און אויך נישט ביז חודש אלול תשע"א, מען רעדט פון א יסודות'דיגן טויש וואס איז בעזהשי"ת צושטאנד געקומען.
עס קען זיין אז במשך די צייט וועט עטץ קענען האבן "זיגן", למשל א באקאנטער בני יואל מעמבער וועט נישט חתונה מאכן אין דעם זאל מאיזה סיבה שיהי', אבער דאס וועט נישט טוישן דעם מציאות,

אז דו ווילסט דוקא, לאמיר עס געבן 5 יאר.
ביז ראש חודש אדר תשע"ה, אויב וועט נישט זיין מינימום 250 חתונות און 30 רבנים מסדרי קידושין,
קענסטו זאגן אז ס'איז נישט הונדערט פראצענט דורכגעבראכן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 03:39 לינק ישיר 

שטייצעכל, זיך רייצן קען איך בעסער, נישט דא איז דאס פלאץ.

ער האט דיר געפרעגט צו דו ערווארטס אז איין נוטראלער רב וואס איז נישט קיין שונא פאר סאטמאר [ברך משה\מהר"א] וועט מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.
ענטפער אויף דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 04:08 לינק ישיר 

פינעווער, איך האב מיך מתחלה זיך געשטעלט אז דו נוצט דעם מהרש"ג צו לבנות ולסתור אינדערצייט וואס מ'איז אים גאר מציין צום סוף, וכבר נהגו, אצינד זעט אויס אז דו ביסט מודה צו מיר און דו הייבסט שוין אן אריינצונעמן אין דיין "נצחת" אויך די אנדערע תשובות, אבער עד כאן, ביי דעם גיי איך מיך אפשטעלן,
 
בדרך אגב, אינעם בריוו פון בני יואל צו ר' געציל האבן זיי אריינגעלייגט אויך דעם ערשטן מהרש"ג, אין סי' סח, ער שרייבט דארט, דגם הנסיון הורה לנו כן דע"י שנתפרדו זה מזה נעשה שלום והשקט א"כ יש טעם גדול להתיר החלוקה למען להשקיט המריבה והמחלוקה, ביי דע תשובה פארלאנגט ער פארשטענדליך נישט קיין רבני המדינה, ותורה אחת היא, ס'איז דער זעלבער מהרש"ג
 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 04:38 לינק ישיר 

מיינע ווערטער זענען בכלל נישט זיך צו רייצן, ווייל דא ווערט נישט געטאן קיין זאך ענק צו טשעפענען,

נאר פשוט פאר אונז גרינגער צו מאכן דאס לעבן, מען זאל זיך נישט דארפן שלעפן קיין מאנסי,
און איינוועגס וועט עס שוין אויך זיין א הכנסה פאר די מוסדות וכו'.

איז זע נישט פארוואס דיין רצון איז, עס זאל זיין דוקא א "נוטראלער רב" ביי קהל בני יואל, איז דאס גרעסטע חשיבות צו געבן סידור קידושין פאר'ן שארמאש'ער רב אדער אנדערע רבנים חשובים תלמידי רביה"ק זי"ע, און ביי סאטמאר'ע חסידים תלמידי רבינו שליט"א, איז די גרעסטע זכי' צו קענען מכבד זיין דעם רבי'ן שליט"א, אדער דעם דיין שליט"א, שארמאש'ער רב שליט"א וכדומה. פארוואס זאל מען זוכן דוקא "נוטראלע רבנים", מיט וועמען מען האט נישט קיין שייכות?

אבער איך וואלט יא געקענט באשטיין דו זאלסט מיר געבן א ליסטע פון רבנים וואס דו האלטס פאר נייטראל, וועלן מיר קענען איבערקוקן צו מען קען טראכטן זיי זאלן מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.

זעלבסט פארשטענדליך אז אין די רגע וואס זיי זענען מסדר קידושין זענען זיי אויס נוטראל, און מען וועט שוין טרעפן אויף זיי עפעס א צונאמען וכדומה.

ביטע שרייבן א ליסטע פון 15-20 רבנים וועלכע זענען אין דיינע אויגן נייטראל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 04:59 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:

ער האט דיר געפרעגט צו דו ערווארטס אז איין נוטראלער רב וואס איז נישט קיין שונא פאר סאטמאר [ברך משה\מהר"א] וועט מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.
ענטפער אויף דעם.

מיר קענען נישט טרעפן צו סאך, דאס איז א יקר המציאות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/2/2010 07:03 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:
אבער איך וואלט יא געקענט באשטיין דו זאלסט מיר געבן א ליסטע פון רבנים וואס דו האלטס פאר נייטראל, וועלן מיר קענען איבערקוקן צו מען קען טראכטן זיי זאלן מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.

עס פעלט רבנים אויף דער וועלט? דא איז וואס עס קומט מיר אויפן געדאנק:

טשערנאוויצע רבי
שאצע רבי
סקולענע רבי
וויענע רב
ספינקא
ספינקא
קראלי
ר' חיים מערץ
ר' יחזקאל ראטה (נישט נייטראל, אבער וועט נישט קומען)
ר' ברוך כהנא (קארלסבורג)
דינובע רבי
פאפא רבי
קרעטשניפ'ע רבי
הרב שלעזינגער פון מאנסי
ניקלשבורגע רבי
ר' מיכלע מנתני'
וויזשניץ מאנסי (נישט נייטראל, אבער וועט נישט קומען)


ועוד...


תוקן על ידי fiveboro ב- 25/02/2010 07:26:50




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 17:06 לינק ישיר 

האסט גימאכט א שיינע ליסטע, אבער האסט פארגעסן צו ענדיגן מיט די ווערטער,

אויב וועלן איינער יא קומען העט עס זיין צוליב די דרוק פון געלד געבערס...

ביטע זיי מתקן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/2/2010 19:17 לינק ישיר 

איר מאכט א גרויסן טעות!

דו קלערסט אז גאב"ד ירושלים וועט אמאל מסדר קידושין זיין אין קרית יואל? (און איך וועל ענפערן געלט-געבער'ס?)
אויב יא, דאן ווארט דיר סורפרייזעס.

הער מיך גוט צו: קיין איינער אויסער די וועלכע דער הייליגער ברך משה ז"ל האט אנגערופן ווערעמיגע שונאים, וועט "נישט" קומען מסדר קידושין זיין דארט. און דאס איז דא די פוינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 14 15 16 17 18 לדף הבא סך הכל 18 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.