|
|
| נשלח ב-26/2/2010 07:30 |
|
| |
| moishe12 כתב: |  | אין פיר אויס עס איז פיין געלונגען נאך 20 יאר האבען זיי בני יואל געשאסען דעם לעצטען בולעט אין לגבי די רבנים פין וואס די רעדסט זענען קיינער נישט אקעגען בני יואל אויסער איין ווילאיך"ער קהילה אפילו די גרויסער בי"ד פין ירשלים האט ארויס געוויזען גרויס ליבשאפט צי די אלע ערשטע בני יואל אדרבה פרעג דיך נאך ביי די מקורבים פין רמ"א עס איז מקיים געווארען ריכטיג \ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים ענקער שמיציגער בלאט פארווערט האט געוויזען ענקער אמת"ר פרצוף למי הפתילום יעדער לאכט פין ענקער פארפירער וואס לויפט יעצט נאך די בני יואל ווי פרעה וואס איז נאך געלאפען די יודען אין איז אריין אין וואסער אריין קענסט שרייען ווערים קרעטץ קיק דיך גיט ארום ביים רא"ט די גוים גמירים אכלי טריפות ונבילות מחללי שבתים זענען ליידער פין יענעם קרייז אין זאג די אליינס ווי ס"זענען די קרעטץ אין ווערים אין אויף הלל ה אייר האט שוין רא"ט היי יאר געהאט אפאר פין זיינע תלמידים ביי 5טע עוועניא ביי די מדינה פארעד אין מאנהעטען
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר
|
|
קוקטס ווי די חברה קענען נישט פערטיג ווערן, איינע נאך די אנדערע...
א) ס'האלט ווייט פונעם לעצטן בולעטל, דאכט זיך אז ס'זענען דא די וואס האבן זיך בארעכנט מיט'ן חתונה מאכן דארט. (און איך גלייב אז בני יואל האט זיי נישט פארשיקט..).
ב) בנוגע די רבנים, האמיר דערווייל געזען ווי מ'מוטשעט זיך זייער ארויסצושלעפן א רב, א חוץ די וואס זענען א טייל פון די פונקציעדיגע קהלה... (וואסעט פאסירט מיט שאפראן? וכו').
ג) לאמיתו של דבר ווייסטו דאך אזוי גוט ווי מיר וואס די עדה האלט בנוגע די סידור קידושין... איך קלער אז דו האסט שוין אוודאי געזען די בריוו פונעם עדה וואס אסר'ט די פונקציעדיגע קהלה.
ד) "ענקער שמיציגער בלאט פארווערט האט געוויזען ענקער אמת"ר פרצוף למי הפתילום" אויף דעם קען איך דיר נאר ענטפערן דאס וואס איך האב שוין בלית ברירה באדארפט צו נוצן מיט ענק כמה פעמים: "ליבערשט טראכטן בעפארן שרייבן".
ה) בנוגע ווערים און קרעטץ: היא הנתונה למשה רבינו עליו השלום, ולא תהא תורה אחרת...
און משה'לע גיי לייג דיך, ס'שפעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 16:24 |
|
| |
שןיו פריער געבעטן אינזער עולם העלפט נישט די ארונים צי טוישן די מציאות פינעם סידור קדישן שאריריע האלטס ענק ביי די ערשטע צילן פון די מערכה סיי ב"י'ס ציל און סיבה און אופן פון מאכן א זאל און ק"י און סיי ר"א'ס ציל און סיבה און אופן פונעם אנגריף קעגן דעם זאל
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 16:26 |
|
| |
| זמן_כפרה כתב: |  | לאמיר מאכן א ס"ה פונעם סידור קדושין פרשה און ק"י
קהל בני יואל האט א קהילה און קרית יואל מיט אלע פונקציעס פון א קהילה שוין די לעצטע 20 יאר,
בויען א זאל איז ביי זיי געווען א דבר פשוט פאר נאך א רינגעלע און די שיינע קייט וואס דער מוסד טראגט מיט זיך מיט,
חוץ מזה איז דער זאל איז ספעציעל וויכטוג פאר ק"י איינווינער
וואס זענען ביז היינט געצווינגען אוועק ציטראגן די חתנה'ס קיין מאנסי ווליאמסברוג,
ווייל אלע זאלן וואס עס געפינט זיך און ק"י ביז היינט האבן די פארוואלטער זייער גרינג געשעצט און דעם ענין פון ס"ק
דהיינא, זיי האבן זיך באצויגן צום ענין פון סידיר קדישין אזוי ווי צי אלע סערוועסעס פינעם זאל,
אזוי ווי די מחתנים קענען זיך נישט מישן וועלעכע גוי זאל סארווען ביי די חתונה און פון ווי מען זאל קויפן טישטעכער,
די זעלבע איז מיט סידיר קדישין א סערוועס וואס די זאל שטעלט צי און מחיתנים קענען זיך נישט מישן,
איך שיהי' האבן די בני יואל געבויט דעם זאל פאר זיך נישט א קעגען סיי וועם,
אבער אז איינער האלט אז דער וועלט איז זיינס,
קומט אויס אז א יעדע זאך וואס איז נישט אינטער עם, האט מען פון עם ציגעגאנבעט אפילו עס איז ביי דיר אינדערהיים,
היוצא לנו מכל זה
בני יואל מאכט א זאל ביי זיך אינדערהיים
ר"א עפענט קריג, מיט די טענה אז דאס איז ביי מיר אינדערהיים,
בני יואל האט יעצט איין פראבלעם וואס דאס איז א אנגריף אויף זיי פון ר"א
ר"א 'ס פראבלעם איז אז דעס וואס זיינע מענטשען מיינען אז ק"י איז זיין היים גייט אויסוועפן,
א יעדער פארשטייט אז ציביסלעך גייט די אנגריף פון ר"א קעגן ב"י אויסוועפן,
און די מציאות אז ק"י איז נישט ר"א'ס היים גייט שיינען א יעדן ארוני אין פנים אריין,
איז ווער דער פארלירער אוווער דער געווינער?
ווי זייערע קארפן קעפ האבן געזען כי כלתה עליהם הרעה ווילען זיי טוישן דער מציאות פון די שעריריא
כאילו מען האט זיך אמאל געקריגט ווער פינקטלעך עס וועט יא קענען זיין מסדר קדישין און ווער נישט,
און זיי פראבירען מיט צי שלעפען אינז זאל מיר אריין גיין מיט זיי א א דיבעט אבער דעם,
ענטפערט זיי מיר האבן אינזער זאל און אייער רב האט ווייסט נאך נישט ווי זיין דירה און ק"י אז,
און מיט דעם ענדיגט זיך די גאנצע פרשה,
צי דער קומט יא צי נישט דאס וועט זיין נוגע בשעת עס וועט אויפקומען על פרק,
תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 26/02/2010 05:44:34 |
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 17:55 |
|
| |
דע בני יואל/זאליס נאכן האבן א שווערן ווינטער מיט כאפן מנה אחת אפיים, זיי האבן גיכאפט פליקעס איינס נאכן אנדערן, ווילן זיי אויפשפילן ווי גלייך די סידיר קידישין איז עפעס דאס לעצטע נאגל פינעם קעסקעט, אין די אהרונים האבן גיכאפט אזא פליק וואס מיט דעם זענען זיי פארטיג, זיי ווילן מיט דעם קאווערן זייער אפגישפארטע ווערצהויז, זייערע כסדרדיגע פארלירן די וואלן ביז זיי האבן שוין אפילו נישט ארויס גישטעלט קיין געגנעריגע קאנדידאטן, די אלע רבנים וואס פלעגן נאך פין מאל צי מאל זיך אנעמען פאר זיי, זענען מער נישט צים האבן, אמאל פלעגן זיי נאך האבן, דעם וויזניצן רבין, דעם קאשויער רבי, רבי יחזקאל ראטה, אין אפילו אמאל דעם סוקולענער רבי, אין וועם האבן זיי היינט צי טאג, רעב מנשה פיליפ מיט ר' מאטל שטיין, זייער פרעסטיש פאלט פין טאג צי טאג בו בזמן ווען דער פרעסטיש פין רבינו שליט''א וואקסט אין די וועלט מידי יום ביומו, אין דאס ברענגט אריין אין זייער אנהענגער א גיוואלדיגע דעמראליזאציע, האבן זיי מחליט גיווען צי מאכן דעם סידיר קידישן אישא פאר דעם גרעסטן ניצחון ואס זיי האבן נאך פין סיי ווען אפגיהאלטן,
לאמיר מאכן א שטיקל חשבון, איז דער סידיר קידישין מער דורעכפאל פין מוסדות בני יואל, די בני יואל האבן שוין לאנג אפגיווארפן דעם מרות פינעם מרה דאתרא, אין נאך ביים בירך משה, זיי האבן גיעפענט מוסדות, זייערע באסעס דרייען זיך אין שטעטל פראנק אין פריי, זיי האבן אייגענע בתי מדרשים א אייגענעם בית החיים א אייגענעם בוטשער, אייגענע דיינים, אין יעצט האבן זיי א אייגענעם האל, סא וואס איז דער גרויסער ניצחון אין ווי איז דער מעכטיגער דורכפאל? האט דען רבינו שליט''א עפעס פארלוירן? האבן דען וואלנער פאלקאוויטש אין הירש ביז היינט יא גענימען דעם רבין זיין מסדר קידישין?, אבער די קיעלעך דארפן דאך חיזוק!, דארף מען שרייען אז מיט דעם האבן זיי גיווינען,
קלעימען עפעס א שטיקל ניצחון וועלן זיי קענען נאר ווען א רב/רבי וואס ביז היינט וואלט ער זיך נישט גיוואגט דארט מסדר קידישין זיין אין אצינד וועט ער אנפייפן די אהרונים אין יא קימען אהין, דאס וועט אפשר זיין א שטיקל דורעכפאל, אין אפילו דאס וועט אויך נישט זייט אזא מעכטיגער דורעכפאל ווי די קרעציגע פרובירן דאס צי מאכן, דע גאנצע אישא פין סידר קידישן איז א הלכה'דיגע, דער דיין פין שטאט רבי געציל בערקאוויטש שליט''א האט געפסקעט אז דאס איז אסור בתכלית האיסור, אין אפאר עזות פנימער זעלבסט גיקרוינטע דיינים האבן גיפסקעט אז סאיז מותר אין גאר א מצוה, יעצט וועלן מיר זען, דאס איז זיכער אז די קרעציגע עזות פנימער וואס האבן ביז היינט אויך אריין גילאכט אין די תורה, זיי האבן נאך אנגיפיפן דעם בירך משה זיי וועלן זיכער האלטן מיט עזות פנימער, די חסידי הבירך משה וואס איבער 90 פראצענט פין זיי זענען היינט צי טאג חסידים פין רבינו שליט''א וועלן זיכעאר פאלגן דעם דיין שליט''א, בלייבט נאר איבער צי זען, וויפיל חסידי רבינו שליט''א וועלן אנעמען דעם פסק פין די עזות פנימער, וואס ביי יעדן איינעם וועלן די קרעציגע קענען קלעימען א מעכטיגן זיג, אין וויפיל בני יואל / זאליס וועלן נישט וועלן חתונה מאכן אין דעם גיאסרטן זאל בלי רשות המרה דאתרא, וואס ביי יעדן איינען וועלן די אהרונים קלעימען א מעכטיגן זיג, ועל כולם, אויב וועט סיי וועלעכער נייטראלער רב אדער רבי, וועט יא אנעמען סידיר קידישן אין דעם זאל אין אנעמען דעם פסק פין די עזות פנימער וואס דעמאלטס וועלן די קרעציגע קענען קלעימען א שטארקן זיג, אבער ביז דאן, בלייבט אלעס ביים אלטן, די חסידים נעמען אן דעם איסור, אין די מחוצפין לאכן זיך אריין אין די תורה,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 19:19 |
|
| |
לכאורה טייפסטי איבער אויסעווייניג דיינע שטותים איינמאל נאכען אנדערען אבער לערין זיך יעצט אויס די ווערטער ונהפוך הוא ווייל דא שטימט עס פינקט גיט אריין אבער ווי באלד די מיזט דאך האבען דאס לעצטע ווארט ווייל דאס מאכט דאך דאס געווינס אשר על כן שיס שנעל צירוק עפעס קרעציג ווערעמיג ווערצהויז קרעטשמע
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 19:34 |
|
| |
דער גערעכטער האט זייער א טיפער געדאנק, וואס דארף דערהערט ווערן,
טראכט גוט אריין, בני יואל פייפט זיך שוין אריין אין ר' אהרן פאר 25 יאר, ממש יעדער איינציגער הינזיכט וואס געבט זיי זעלבסטשטענדיגקייט האבן זיי שוין געטון, אייגענע קהלה, אייגענע רבנים, אייגענע דיינים, אייגענע בתי מדרשים, אייגענע מוסדות, אייגענע ביה"ח, אייגענע בוטשער, זייערע באסעס קורסירן קרית יואל פראנק און פריי, וואס נישט, זיי זענען שוין 25 יאר גענצליך אפגעהאקט מיט די קהלה און זייערע מנהיגים,
פארשטייט יעדער בר דעת וואס האט א טראפקעלע שכל אין קאפ, אז דער אקט פון אליינס מסדר קידושין האט שוין גארנישט מוסיף גיין אין זייער זעלבסטשטענדיגקייט, איבערהויפט אז ס'זענען אלע די זעלבע מענטשן וואס האבן שוין מורד געווען פאר 25 יאר, און די זעלביגע פארשטייט יעדער בר דעת אז אפי' לו יצויר מ'זאל יא קענען זיי מונע זיין פון אליינס מסדר קידושין, גייט ר' אהרן קיינמאל נישט האבן עפעס מער שליטה אדער פארמינערן זייער גענצליכע זעלבסטשטענדיקייט.
דאס גאנצע וואס איז בלויז געבליבן זיך צו קריגן איז א ריינער הלכה'דיגער פונקט, עפעס אנדערש איז באמת נישטא, ממילא בכגון דא איז דער שורת הדין זאגט, אז די איין איינציגער אגענדע וואס ר' געציל בערקאוויטש האט מיט זיין פסק הלכה איז בלויז ריין הלכה לשם שמים, ווייל קיין אנדערע אגענדע איז ע"פ שכל נישטא. לפי שיטת ר' געציל זענען אט די סידור קידושין נגד הלכה און מ'שפילט זיך ארום מיט דברים חמורים.
בנוסף, וואס איך האב שוין געהאט ארויסגעברענגט, אז ר' געציל האט א זויבערע רעקארד, ער שטייט געווענליך שטיל און עניני פאלאטיק, ממילא אלס דער דיין פון די ארטיגע קהלה האט אלע רעכטן צו דעם חוות דעת, און מיר האבן ע"פ הלכה נישט קיין שום רעכט איהם צו דן זיין לכף חובה אז ער זאל מייעןט פאליטיק און פארטיי, איבערהויפט אז זייער פארטיי געינט ממש גארנישט פאליטיקלי, (חוץ אויב א נייטראלער רב, נישט פון די פורשים אדער זייערע סימפאטיקער, וועלן מסדר קידושין זיין, אזא גאטונג ווי ר' שמעלקא לייפער, גאלאנטער רב, פאפא רב וכדומה, וואס דאס גייט לכאורה קיינמאל פאסירן, אזוי לאנג ר' אהרן ור' געציל לעבן).
די בני יואל מיט די זאלויניס גרויסן זיך אז זיי טוען דא עפעס אפ פאר ר' אהרן, און ר' אהרן רעגט זיך צו וואס, קודם כל ווי געשמועסט, איז דער אקט באמת א מינדעריקער, ריינער סימבאלישער אקט, אין זייער לאנגער 25 יעריגער מרידה, ר' אהרן גייט זיך שוין זיין וועג פאר יארן, די בני יואל גייען זיך שוין זייער וועג, צו זאגן אז פונקט דאס זאל איהם באדערן, איז נאנ-סענס,
אפי' לו יצויר אז אויפן מאמענט, ר' אהרן מיט די אהרונים רעגן זיך געפערליך, שטעלט זיך אבער די קשיא וועם טוט עטס באמת דא אפ? משל למה הדבר דומה, א שווער מיט א איידעם זענען געווען ביטער ציקריגט, ויהי היום, דער איידעם האט געוואלט ציפיקסט דעם שווער, האט דער איידעם זיך אפגעהאקט זיין אייגן נאז, אזוי אז דער שווער זאל זיך אוועקשעמען מיט זיין איידעם, דער שווער האט זיך טאקע געשעמט, און דער איידעם איז געבליבן מיט א חצי נזק לעולם ועד, די זעלבע לענינו, לאמיר זאגן אז די אהרונים שעלטן און רעגן זיך, אבער זיי וועלן זיך אפ רעגן פאר א שטיק צייט, און דערנאך וועט שוין יעדער פארגעסן דערפון, און אט די פארפעלקער, וועלן מעגליך זיך אפלעבן זייערע גאנצע לעבנס, מיט שאלה'דיגע פסולע קידושין'ס און זיך אומגליקליך מאכן פאר דורי דורות, ווען די גאנצע מחלוקה וועט שוין לאנג זיין פארגעסן און נישט זיין אקטועל, נו, פרעגט זיך די פראגע, רבונו דעלמא כולם! וועם טוט עטס באמת אפ?!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/2/2010 21:37 |
|
| |
סקאט וכת דילי', דו ספינסט אוועק געפערליך.
די דיון איז גאנץ אנדערש, קודם כל
א) האט זיך בני יואל געעפנט גענוי מיט 21 יאר צוריק (נישט 25). ב) בני יואל האט נישט געקענט פייפן און טוהן וואס זיי ווילן די אלע 21 יאר, ווייל מ'האט זיי געטרינקן דאס בלוט און אויסגע'רודפ'ט עד חרמה צו דערקוטשענען זייערע יארן, קוים האבן זיי געקענט זיך ארום זען אז די מסודות (דעמאלס נאך גאר קליין) זאל דאס קענען אריבער טראגן און בלייבן שטיין בכלל. ג) די אלע רשעות און מעשי רציחה און טעראר און בזיון ת"ח וואס לאזט זיך נישט גלייבן עד היום הזה איז געטוהן געווארן כדי צו פארזכערן פאר דעם "סבלן" זיין בענקל און כבוד המדומה, זיי האבן עס אנגערופן מיט די פארמאלע ווארט "מרא דאתרא". מיט דעם ווארט האט מען געשלאגן פארשעמט און געפלינדערט אינג און אלט, בני תורה דיינים רבנים און חשוב'ע אידן. ד) וכאשר יענו אותו, בלית ברירה, און באקומענדיג אסאך הערצה פון פיל חסידי סאטמאר וואס האבן צוגעזען די אומדערהערטע באנעמונג פון די צולאזטע שלעגערס און שארלאטאנען, האט זיך בני יואל געבויט און געבויט פון 11 קינדער צו 40, דערנאך צו הונדערט און אזוי וויייטער אז מ'האלט שוין היינט ביי נאנט צו "1500" קע"ה! ה) דאס זעלבע מיט שולן און מקוואות, בלית ברירה האט מען געבויט נאך און שולן, דערנאך א בוטשער, בית החיים, ישיבה קטנה און ישיבה גדולה, נאך בניני המוסדות אא"וו. ו) און דאס זעלבע מיט די נייע זאל, יארן האט קיין בני יואל אפילו מיט טריקס נישט געקענט באקומען קיין זאל אין קרית יואל, מ'האט זיי נישט פארדינגען! (זיי זענען דאך ווערעמדיג, נישט אזוי? חלה דעקלעך), און ווען מ'האט שוין לעצטנס (דורך טריקס) יא געקענט דינגען א זאל, איז מען געווען געצווינגען צו נעמען א באנדיט און אויסוואורף פאר מסדר קידושין. דעריבער האט מען צוגעשטעלט אן אייגענעם זאל, ווי מ'קען לעגאל און אפענערהייט דינגען און מאכן שיינע שמחות, און נעמען פאר מסדר קידושין ערליכע אידן תלמידי חכמים וועמען די מחותנים ווילן, נישט וועמען מ'צווינגט ארויף מיט געוואלד. ז) די אלע זאכן האט מען געבויט געצוואונגענערהייט, אבער במציאות איז געשען פונקט די פארקערטע וואס די שלעגער בראשות פון זייער מנהיג דער א.ג. מרה דאתרא האבן געוואלט און פארדעם זיך פארשעמט פאר די גאנצע וועלט מיט זייערע מעשים מגונים. צום סך הכל, בני יואל האט געארבעט "פאזיטיוו" זיך בויען און בויען צו האבן אלעס זעלבסט שטענדיג, אזוי אויך מיט'ן זאל, בשעת די עסטעבלישמענט פון שלעגערס האבן די אלע יארן געארבעט נאר "נעגעטיוו" מיט מסירות און שלעגערייען וכו' וכו' האט בני יואל געזיגט נאר מיט גיין פאזיטיוו, "בני יואל" איז אנגעקומען פונקליך וווי זיי האבן געוואלט, אינגאנצן זעלבסטשטענדיג, די מחנה השלעגערס בייסן זיך די נעגל און שפרינגען ביז די לבנה, אבער זיי קענען נישט פועל'ן ביי זיך צו מאכן א יו טורן נאכן איינזען זייער פאטאלן טעות ווי זיי מיט זייערע מעשי אלימות און מיט די ידים ידי עשו אזויפיל יארן האבן זיי מיט קיין האר נישט פרקלענערט בני יואל, פארקערט, זיי זענען גאר די וואס האבן געבויט בני יואל..
יעצט צום ענין, איר זענט אויסגעצייכנטע ספינערס, אוועקדרייען דעם נושא אויף זייטיגע שטותים, "קהל בני יואל" האט געוואלט א זאל ווי מ'קען נעמען אייגענע מסדרי קידושין, און ווי יעדער בני יואל אדער אנדערע ערליכע איד מעג דארט דינגען א זאל,(אן קיין טעראר אדער רשעות אריינגעמישט) זיי האבן עס באוויזן!
די קהילת הארונים האבן איינגעלייגט וועלטן אז דאס זאל נישט געשען, זיי האבן געטון כל מיני השתדלות דאס אפצושטעלן, זיי האבן געוואלט פארידען פרייז אז ס'זאל זיין נאר "איין איינציגער" מסדר קידושין פון דא ביז נהר פרת ועד עבר הירדן, ביז ווי זיי שפירן און האלטן אז ס'הייסט נאך די גללים, אנטשולדיגט, די גלילות פון קרית יואל.. זיי האבן עס פארלוירן! פינטל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2010 20:14 |
|
| |
דיין ספין איז פאפעריש און פארפירעריש, און די ווייזט עס זייער גוט, ווייל מאכסטעך אינגאנצן נישט וויסענדיג פונעם אפענעם פאקט אז זייט די ארוני זאלוני מחלוקה איז בני יואל גענצליך באפרייט פון זייערע פייניקער אין גייען זיך זייער וועג פראנק אין פריי, איך וואלט געזאגט אפשר אפי' 2-3 יאר פאר די ארוני/זאלוני מחלוקה, דאס איז א חשבון פון 13-14 יאר וואס זיי גייען זיך זייער וועג אומגעשטערט, און די אהרונים האט שוין לאנג פארגעסן און אויפגעגעבן זייער קאמפיין קעגן בני יואל'ס עקזיסטענץ, אויף אזוי ווייט אז דעם ווינטער האט בני יואל געקענט מאכן א פראטעסט אין מיטן שטאט און מחרף ומגדף געווען קעגן ר' אהרן בקול רם, ואין פוצה פה ומצפצף, סא, שפיל נישט רחמנות.
אין אלנספאל איז עס בכלל נישט קיין נפק"מ, ווייל ווי געשמועסט, זענען די נייע מסדרי קידושין פונקטליך די זעלבע גרופע מענטשן וואס רעוואלטירן קעגן ר' אהרן'ען שוין צענליגער יארן, (די לעצטע 13 יאר אומגעשטערט), ממילא ווען די זעלבע מענטשן טוען נאכמאל א מינדעריקע סימבאלישע אקט, איבערהויפט אז קיין איין איינציגער נייטראלער רב גייט ווייטער נישט מסדר קידושין זיין אן רשות פון ר' אהרן (ווי למשל די באבובער רביס, אדער טענקער רב, וכדומה), זעה איך נישט וואס איז די ביג דיל פאליטיש, גארנישט האט זיך נישט געטוישט ס'איז ממש מפטירין כדאתמול, די חסידי ר' אהרן האלטן ווייטער אז ער איז יא מרא דאתרא, די שונאי ר' אהרן שרייען ווייטער, ווי די לעצטע 25 יאר, צי וויפיל, אז ער איז נישט, און שאר העולם, זוכט זיך ווייטער נישט צו פארטשעפען מיט ר' אהרן, נו מאי שנא היום מיומים? די איינציגע זאך וואס קען יא זיין היסטאריש, אז ליידער וועלן מעגליך זיין חסידישע משפחות פסולות בישראל אלעס צוליב דרעקישע חסידישע מחלוקת, שהשנאה מקלקלת השורה, ליידער ליידער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/3/2010 23:01 |
|
| |
KJ שרייבט
די קהילת הארונים האבן איינגעלייגט וועלטן אז דאס זאל נישט געשען, זיי האבן געטון כל מיני השתדלות דאס אפצושטעלן, זיי האבן געוואלט פארידען פרייז אז ס'זאל זיין נאר "איין איינציגער" מסדר קידושין פון דא ביז נהר פרת ועד עבר הירדן, ביז ווי זיי שפירן און האלטן אז ס'הייסט נאך די גללים, אנטשולדיגט, די גלילות פון קרית יואל.. זיי האבן עס פארלוירן! פינטל.
אוי האסטו מיך געמאכט לאכען..
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 00:12 |
|
| |
נו, האט איר קראנטע באווייזען וואס פאר א דאמע פערשוינען די קרעציגע זענען, מען שרייבט זיי דברים של טעם, מען רעד צו זיי קלארע דיבורים, מען צייגט זיי איבער אז גארנישט האט זיך לעצטענס נישט געטוישט, דאס עפענען די בני יואל אין מוסדות אין הארץ פון קרית יואל איז געווען פיל פאכיג א גרעסערער פראסק פון די סידור קידושין, און מען האט דעמאלטס פיל פאכיג מער פארפירט דערויף ווי ביים יעצטיגער סידור קידושין סכסוך, דער ברך משה האט בשעתו געפירט מיט די בני המן א מלחמת חרמה, ס'איז דאן געפלויגן איסורים מכל קצוי תבל, מען האט זיי באטיטלט בני המן, קרעציגע, ווערעמדיגע, אלעס האט מען פראבירט כדי דאס זאל נישט צושטאנד קומען, און למעשה האבן די בני יואל טראץ די אלע שטרויכלינגען ווייטער געבויט זייערע מוסדות, זיי האבן געפענט זייערע בתי מדרשים, אייגענע פלייש געשעפטן, מקוואות, וכו', איין זאך האבן זיי נישט געהאט א אייגענעם זאל ווי חתונה צו מאכן, במילא האבן זיי געדארפט פארן קיין מאנסי חתונה צו מאכן, נישט וועלענדיג האבן דעם קרית יואלער רב אלץ מסדר קידושין, יעדער וואס האט א מוח בקדקדו האט פארשטאנען אז דאס איז נאר א מעטטער אוף טיים ביז זיי וועלן זיך עפענען א אייגענעם זאל, איז יעצט ווען דאס איז צושטאנד געקומען איז עס דען געקומען אומערווארטעט?, האט דאס עמעצין געכאפט ביי סורפרייז?, האט מען דען עפעס פארלייגט וועלטן קעגן דעם?, פשוט און גראד, דער דיין שליט''א האט געפסקעט די הלכה אז ס'איז אסור, און אז די קינדער פון די פארפאלקס וואס לאזן זיך מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא זענען פגומים ופסולים און אז כפי פסקו פון רבינו בעל הדברי יואל זי''ע דארף מען דאס מפרסם זיין, נו, הייסט דאס איבער געדרייט די וועלט? נישט אין מיין בוק!, גם זה יעבור,
גלייבט מיר, סיי וועלעכער אהרוני וואס מען גיט עהם וען דעם אויסוואל, צו מען זאל ווייטער האבן נאר איין זאל אין קרית יואל אין די קרעציגע זאלן דארפן פארן ביז מאנסי אבער די קרעטשמע זאל בלייבן אפן, אדער די קרעטשמע זאל וערן פארשפארט, און די בני יואל זאלן אנשטאט מאנסי פארן נאר ביז וואודבערי, איך בין זיכער אז יעדער בר שכל וואלט אנגענומען אז מען זאל פארשליסן דעם קפה הויז, מען רעד דאך במילא נאר פון די מחוצפים וואס האבן במילא נישט גענומען דעם רבי'ן צו סידור קידושין, אבער ווי געשריבן, נאך דעם שווערן ווינטער און די מעכטיגע פליקעס וואס די בני זאלי/בני יואל האבן געכאפט, לעכטצן זיי שוין נאך עפעס א שטיקל ניצחון, במילא האבן זיי אויף געשפילט דעם דאזיגן סידור קידושין סכסוך ווי עפעס א מעידזשאר אישוי, זיי דארפן דעם געווינס ווי לופט צום אטעמען, אבער למעשה מאכט דאס בכלל נישט גרעסער דעם דארעכפאל, און אנשטאט עפעס צו ענטפערן עפעס נארמאל, שרייען זיי געווינען, פינטל, און זיי טרייסטן זיך ווייטער מיט חלשות.
יעצט וועלן זיי ווייטער צוריק שרייען, חלה דעקל! טיש בעקיטשע! נאכט העמעד!, און אלע זיסע אויסגעדראשענע תירוצים וואס מען שרייבט ווען מען האט נישט קיין ערענסטע תירוצים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 00:47 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | נו, האט איר קראנטע באווייזען וואס פאר א דאמע פערשוינען די קרעציגע זענען, מען שרייבט זיי דברים של טעם, מען רעד צו זיי קלארע דיבורים, מען צייגט זיי איבער אז גארנישט האט זיך לעצטענס נישט געטוישט, דאס עפענען די בני יואל אין מוסדות אין הארץ פון קרית יואל איז געווען פיל פאכיג א גרעסערער פראסק פון די סידור קידושין, און מען האט דעמאלטס פיל פאכיג מער פארפירט דערויף ווי ביים יעצטיגער סידור קידושין סכסוך, דער ברך משה האט בשעתו געפירט מיט די בני המן א מלחמת חרמה, ס'איז דאן געפלויגן איסורים מכל קצוי תבל, מען האט זיי באטיטלט בני המן, קרעציגע, ווערעמדיגע, אלעס האט מען פראבירט כדי דאס זאל נישט צושטאנד קומען, און למעשה האבן די בני יואל טראץ די אלע שטרויכלינגען ווייטער געבויט זייערע מוסדות, זיי האבן געפענט זייערע בתי מדרשים, אייגענע פלייש געשעפטן, מקוואות, וכו', איין זאך האבן זיי נישט געהאט א אייגענעם זאל ווי חתונה צו מאכן, במילא האבן זיי געדארפט פארן קיין מאנסי חתונה צו מאכן, נישט וועלענדיג האבן דעם קרית יואלער רב אלץ מסדר קידושין, יעדער וואס האט א מוח בקדקדו האט פארשטאנען אז דאס איז נאר א מעטטער אוף טיים ביז זיי וועלן זיך עפענען א אייגענעם זאל, איז יעצט ווען דאס איז צושטאנד געקומען איז עס דען געקומען אומערווארטעט?, האט דאס עמעצין געכאפט ביי סורפרייז?, האט מען דען עפעס פארלייגט וועלטן קעגן דעם?, פשוט און גראד, דער דיין שליט''א האט געפסקעט די הלכה אז ס'איז אסור, און אז די קינדער פון די פארפאלקס וואס לאזן זיך מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא זענען פגומים ופסולים און אז כפי פסקו פון רבינו בעל הדברי יואל זי''ע דארף מען דאס מפרסם זיין, נו, הייסט דאס איבער געדרייט די וועלט? נישט אין מיין בוק!, גם זה יעבור,
גלייבט מיר, סיי וועלעכער אהרוני וואס מען גיט עהם וען דעם אויסוואל, צו מען זאל ווייטער האבן נאר איין זאל אין קרית יואל אין די קרעציגע זאלן דארפן פארן ביז מאנסי אבער די קרעטשמע זאל בלייבן אפן, אדער די קרעטשמע זאל וערן פארשפארט, און די בני יואל זאלן אנשטאט מאנסי פארן נאר ביז וואודבערי, איך בין זיכער אז יעדער בר שכל וואלט אנגענומען אז מען זאל פארשליסן דעם קפה הויז, מען רעד דאך במילא נאר פון די מחוצפים וואס האבן במילא נישט גענומען דעם רבי'ן צו סידור קידושין, אבער ווי געשריבן, נאך דעם שווערן ווינטער און די מעכטיגע פליקעס וואס די בני זאלי/בני יואל האבן געכאפט, לעכטצן זיי שוין נאך עפעס א שטיקל ניצחון, במילא האבן זיי אויף געשפילט דעם דאזיגן סידור קידושין סכסוך ווי עפעס א מעידזשאר אישוי, זיי דארפן דעם געווינס ווי לופט צום אטעמען, אבער למעשה מאכט דאס בכלל נישט גרעסער דעם דארעכפאל, און אנשטאט עפעס צו ענטפערן עפעס נארמאל, שרייען זיי געווינען, פינטל, און זיי טרייסטן זיך ווייטער מיט חלשות.
יעצט וועלן זיי ווייטער צוריק שרייען, חלה דעקל! טיש בעקיטשע! נאכט העמעד!, און אלע זיסע אויסגעדראשענע תירוצים וואס מען שרייבט ווען מען האט נישט קיין ערענסטע תירוצים. |
|
אויב א פסק דין פון 5 מורי הוראה דערפון וואס רבינו הקדוש האט ממנה געווען אין זיין קהילה זייער פסק הייסט געענפערט נישט נארמאל, דאן וואס הייסט געענפערט יא נארמאל ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 04:16 |
|
| |
טענו בחיטין והודו לזכר קדשו!!!, חיים מענדל האט עפעס געדארפט ענטפערן שיסט ער אריין מיט 5 דיינים וואס רבינו הקדוש (וועלעכער?) האט ממנה געווען, איך האב קיין אנונג נישט וועמען ער מיינט, ר' ארי' ראזענפעלד, צו ר' יואליש שארשמאשער, אדער גאר ר' מאיר יודל, הא נואעס, אבער דא איז דער רעידע צו דער סידור קידושין פירצה איז טאקע אזא טויט קלאפ פאר די אהרונים ווי די בני יואל / זאליס פראבירן דאס צו מאכן, אדער איז דאס נאר א לינק אין די לאנקע קייט פון בועט זיין אין א מרא דאתרא, דאס איז די רעדע, און אויף דעם האט KJ געשריבן אז ס'איז עפעס א מעכטיגער ניצחון... פינטל.... און דאס איז א תגובה אויף זייער א נארמאלער הסבר פון סקאט מאלען ואני הקטן, אז ס'איז בכלל נישט עפעס מעידזשאר, נו, האט מנחם מענדל מחליט געווען צו ווייזן אז גערעכטער איז גערעכט און א בני זאלי / בני יואל איז פשוט און גראד דום מיט א פארשטאפטן קאפ, האט ער אריין געפליקט עפעס מיט 5 דיינים, וואס? ווייס איך נישט, אבער גיי רעכן אויס א דערביטערטן בני יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2010 16:21 |
|
| |
גערעכטער: איך מוז דיר דא קאמפלימענטירן.
זייט דו ביסט אויפן פארק, האסטו נאך - במח"כ - ניטאמאל 1 מאל געשריבן א גראד ווארט.
דיין שרייבעריי פלעגט מיר דערמאנען אן אהרוני מיט וועם כ'האב געלערנט אין ישיבה, וואס האט נישט געהאט קיין אנונג בין ימינו לשמאלו, און ער פלעגט מיר נאך שרייען: "מיסראבים לדין"...
ב"ה, איינס פאר דיין לעצטע תגובה, האסטו דורך געבראכן אלע שוועריגקייטן, און דאס ערשטע מאל געשריבן צו די זאך. - הגם ביסט נישט גערעכט, כמובן.
כה לחי!! keep on!!
תוקן על ידי מאנדרויער ב- 02/03/2010 16:24:39
|
|
|
|
|