|
|
| נשלח ב-10/2/2010 00:54 |
|
| |
איך וועל טאקע פארלייגען די קשא פאר מיין סקעוורע חבר...אין יעצט ביטע לייג ארויף ר' אהרןס כתב רבנות פין קרית יואל ווי עס שטייט אז מען האט עם אויף גענימען אלץ מרא דאתרא...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 00:56 |
|
| |
הערטס אויף צו קאווערן דעם ר' אליקים געציל בערקאוויטש
גענוג געווען מיט דעם דאבל טאקער, אג"ב,
הערט אויף אריין צולערנען אין זיינען צבועות'דיגע דרשה
דאס גרעסטע סכנה פאר כלל ישראל זענען די פוסחים על שתי הסעיפים
ער האט דעם גרעסטן חלק אין די חוצפה ועזות וואס די ארוינים האבן די וואך אויסגעשמירט די ק"י גאסען קעגין כ"ק הצדיק משארמאש שליט"א
יעדער וואס קען ר' געציל האט נאך קיינמאל נישט געשעפט פון אים קיין איין סענט יראת שמים וכדו'
פאר יעדן איינעם מאכט ער פון די גאנצע תורה אן אנדערן ליצנות,
יעדער ווייסט שוין היינט אז ער איז פינקט אזוי שולדיגט מאכיל זיין נו"ט פאר כלל ישראל
פונקט ווי זיי חבר לאיש משחית דער ר' א"ט אין די טריפה'נע צומות הגידין פרשה
יעדער ווייסט שוין היינט אז ער איז פינקט אזוי שולדיגט מאכיל זיין נו"ט פאר כלל ישראל
ווי זיי חבר לאיש משחית דער ר' א"ט אין די טריפה'נע קאטשעקס פרשה
מיט דעם דרכי הצבועות איז ער אן אבן נגף פאר סאטמאר בכלל
און פאר ק"י בפרט
סאטמאר האט זיך נישט דערשאקן ווען דער געוועזענער איידים פון הגה"ק בעל עצי חיים דער קלויזענבורגער רבי האט זיך ארויסגעשטעלט קעגין די הייליגע שיטה,
ער איז געווען אסאך אסאך א גרעסערער יחסן אייניקל פון אונזערע הייליגע רעבעס זי"ע, ווי דער מלמד'ס זון ר' אג"ב,
מיר דארפן נישט ווערן דערשראקן אז א דער גיטער קאפ דער חריף ותלמיד סאטמאר וואס דער רבי האט אים געשיקט אויף מאנרא צו ווערן דיין,
און ער איז ל"ע פארקראכן,
וויאזוי האט זיין שותף געזאגט, כבר היו לעולמים!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 01:03 |
|
| |
הער אויף מיט דיין דברי נבלה אויף ר' געציל! מנהל נעם אראפ דעם שמיציגען אשכול פין( TENTTEROR) ער איז א ארוני וואס שפילט זאלי..כדי צי פארשעמען כ''ק אדמר שליט''א
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 01:06 |
|
| |
דו פינעף שטאקיגער, דארפסט נישט אריינמישן סקווער, דיין קודש קדשים רבי האט שוין געזאגן ביי א פארטייטינגס רעדע אז אין ארשעווע אין קראלע אין מאנסי מאנטריאל ירושלים איז קיינמאל נישט געווען קיין וואלן, אבער דער נער כאפט נישט אז ווען ער וואלט געווען די קאנדידאט ביי די אלע פלעצער וואלט מען דארט שוין איינמאל פארלאנגט וואלן פינקט ווי ביי אים אין קרית יואל.. אויב יעדער איז צופרידן מיטן התמנות דארף מען טאקע נישט קיין וואלן
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 01:08 |
|
| |
מהרג"ב שליט"א זאגט מילתא דמשתמע לתרי אנפין און מיר ווייסן שוין וועם ער מיינט, מרא דאתרא רבינו שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 01:09 |
|
| |
כל! סאיז א שאד דיין צייט ער גייט נישט קימען מיט קיין ענטפער! יעצט גייט ער צירוק קימען מיט בגץ...חלה דעקעל בלייבט חלה דעקעל...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 01:10 |
|
| |
והראי דער בריוו וואס קהל האט ארום געשיקט איז ארויס געשטאנען אדמו"ר מהר"א דעס מיינט אז אויב וויל מען וויסן וועם ממיינט דארף מען עס ארויס שרייבן
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 03:11 |
|
| |
| כלהנערים כתב: |  | אויב יעדער איז צופרידן מיטן התמנות דארף מען טאקע נישט קיין וואלן |
|
וואס מיינסטע, איך רעד ווען יעדער איז צופרידן? איך רעד פון די צייט ווען אין סקווער גייען אויפשטיין א באנדע מוסרים. (סגייט ווארשיינליך געשעהן) וויל איך וויסן צו - און פארוואס - דער סקווערער האט א דין מרא דאתרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 04:17 |
|
| |
סטאפטס די מוסרים

|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 04:19 |
|
| |
זאג שנעל ווער האט געבויט סקווער אין ווער איז זיין יורש אין ווער האט געבויט קרית יואל אין ווי קימט דארט אריין רא"ט צי בעלעבאטעווען
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 17:55 |
|
| |
נאך א מזל דעס איז אויף פעיפער נישט אויף א האטליין....
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 18:08 |
|
| |
איך האב הנאה איך האב פריער געהער איינע פין די # ווי מהערט די מעכטיגע דרשה פין ר' געציל אין מהאט צירוק געלייגט די ארגענעלע דרשה פינעם דיין ווי ער פאסקענט קאלאר מיט שטייפקייט אז דא איז נישט דט קיין פראבלעם ווייל סאיז נישט דא קיין ערוועלטע רב אין וועגען דעם האט ער טאקע גארנישט מוחה געווען אדער מרמז געווען אז דא אין ק"י איז פארגעקימען עפעס א פראבלעם וואס מדארף מוחה זיין אדער פארדאמען אזוי איך ווייס נישט וואס זייער חשבון איז קען זיין אז סגייט נאכאמאל אראפ גיין לייג איך ארויף ווי מקען עס אוועק לייגן אויף שפעטער אויב זיי וועלן פאטשקענען מיט די דרשה http://www.yousendit.com/download/S1VBblFITWM1bmdLSkE9PQ http://www.yousendit.com/download/S1VBblFLUENLVlYzZUE9PQ
ישר כח פאר דעם וואס האט מיר עס געשיקט
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 19:38 |
|
| |
| moishe12 כתב: |  | זאג שנעל ווער האט געבויט סקווער אין ווער איז זיין יורש אין ווער האט געבויט קרית יואל אין ווי קימט דארט אריין רא"ט צי בעלעבאטעווען
|
|
אה, איינער וויל שוין יא רעדן דא נארמאל.
סקווער האט געבויעט די סקווערע רבי און זיין יורש איז די היינטיגע סקווערער.
קרית יואל האט געבויעט די סאטמארע רבי בעל דבר"י זי"ע, זיין יורש איז געווען דער הייליגער ברך משה זי"ע, דער ברך משה האט געשטעלט זיין זון אלס רב אין קרית יואל, (ווי עס זענען מעיד אלע חברי הבד"ץ וועלכע האבן ניטאמאל געטראכט אנדערש ווי אים באטיטלען אלס רב ור"מ קרית יואל. מסתם האבן זיי פארזעהן אס יארן שפעטער וועט זיין ווילידש וואלן און די בני יואל וועלן געווינען מיט א ריזיגע מערהייט...) ווי אויך האט רבינו בעל דבר"י געשטעלט ז' טובי העיר וועלכע האבן אויך אונטערגעשריבן אויפצונעמען דעם היינטיגן רבי'ן אלס רב אין די שטאט. (שפערטער האט דער יורש די ברך משה ארויסגעווארפן טייל פון די טובים צוליב זייער שנאה צו אים).
|
|
|
|
| נשלח ב-10/2/2010 19:53 |
|
| |
יא דא איז דיין בראך..מען האט עם קיינמאל נישט אויף גענימען אלץ רב מען האט עם אויף גענימען אלץ א מסייע..דאס מיינט אלץ א צי העלפער...אלץ א משגיח אויף די שארט קאטס...נישט אימזינסט נאך 3 מאל זיך בעטען ווי א גזלן צי די ארונים...ביטע לייגט ארויף דעם קאנסות אין לאמיר זען וואס דארט שטייט וירא הקהל וישפוט...שטיי איך נאך אין ווארט אויף א ענטפער....
|
|
|
|
|