בית פורומים אידישע געדאנק

דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/2/2010 05:52 לינק ישיר 

כ'וועל דיר אי"ה ברענגן די ליסטע פון די איינוואוינער לאמיר אנהייבן מיט די גרינגערע חלק, קודם די ז טובי העיר געשטעלט דורך רביה"ק זי"ע


ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה
ר' יוסף אשכנזי ע"ה
ר' עזריאל גליק
ר' סענדער דייטש ע"ה
ר' שלמה מיכל ראזנער
ר' משה פריעדמאן (מקרית יואל)
ר' שלמה זלמן סאנדער ע"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 06:01 לינק ישיר 

לפי ידיעתי זענען אטע די אלע אונטערגעשריבן אויפן קאנסוס. (איך האב נישט דעם קאנסוס, אבער איך מיין אז דו ווייסט אויך אזוי. אויב דו ווייסט אנדערש זאג מיר).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 06:05 לינק ישיר 

אגב די ערשטע חתונה אין קרית יואל איז געווען צווישן ר' יודא לייב ווייס ע"ה און ר' הערשל שווארץ, די חתן ר חנני' יו"ט ליפא שווארטץ, די בדחנים ר' ישראל דוד ווייס ע"ה און ר' שלמה יעקב געלבמאן. אהרונים טייערע אויב איר זענט נישט באקאנט מיט די נעמען איז זענט העפליך איינגעלאדענט אין די זעכציג היימישע בתי מדרשים אין קרית מיר וועלן אייך באקאנט מאכן מיט זיי אדער זייערע אייניקלך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 06:06 לינק ישיר 

בארא פארק, פארדריי נישט די שמועס, די שמועס איז ווי זענען די אלע היינט? אדער ווי האבן זיי זיך געדרייט פאר זיי זענען אוועק, מאך דעם חשבון



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 06:06 לינק ישיר 

דער בויער פונם שטעטל: חיים צבי ליימזידער 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 06:09 לינק ישיר 

FiveBoro כתב:

לויט ווי איך זעה רעדסטו נישט פונעם "יעצטיגן" מציאות, דו רעדסט ענדערשט פון היסטארי. (הרוצה לשקר ירחיק עדותו). גוט לאמיר רעדן היסטארי. דו זאגסט אז רוב שטעטל איז געווען קעגן זיין התמנות. קענסט מיר דאס אויפווייזן? אדער איך דארף דיר גלייבן ווייל "יעדער [פון ענק..] ווייסט"...


מ'קען רעדן אדער: ווער האט "יעצט" רוב שטעטל, אדער: צו האט רוב שטעטל מסכים געווען "דעמאלס" אים אויפצונעמען.

כאפסט?

למעשה האבן דיינע פארגייער אויסגעוועהלט צו רעדן פון דעמאלס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 06:11 לינק ישיר 

נאכאמאל קלאר: איך דארף א באווייז אז רוב שטעטל האט "בשעתו" נישט מסכים געווען צום רבנות (נאר געווארפן אראנדשעס און עפלעך כלשון איינע פון די חברים דא). ס'איז לגמרי נישט נוגע וואו זיי באלאנגען היינט. שטימט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 06:42 לינק ישיר 

סוי זאג מיר יעצט וואס מיינט ביי דיר א באווייז, דארפסטו טאקע א צעטיל אינטערגעשריבן פון רוב איינוואוינער, האלסט טאקע אז זיי האבן זיך דערווייגט ארויסצוגעבן א בריוו קעגן דעם ברך משה'ס (דעמאלס'דיגער) ווילן? די איינציגסטע וועג (לכאורה) ווי אזוי צו וויסן וויפל אידן האבן אים געוואלט אדער נישט איז צו זען יעצט נאך דעם טעראר ווען מען קען שוין ארויסקומען אפען, מי ומי ההולכים. (א חוץ דעם וואס מיר פערזענדליך דארפן נישט קיין ראיות מיר האבן קבלת אבות, אונזער טאטעס האבן אונז אזוי געזאגט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 06:43 לינק ישיר 

כוויל פשוט וויסן צו עס לוינט זיך מיר אנברענגן די צייט און פארשאפן די ליסטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 06:59 לינק ישיר 

אויף אלעס וואס דער בלאט וויל דיר איינרעדן
ווער עס איז א תלמיד חכם ווער עס איז א עם הארץ ועוד ואין קץ לדברי רוח אויף דעם  דארפסטו נישט קיין ראיות,
ווען די וועסט זיין א אמתדיגע מבקש צי וויסען אויף יעדע זאך וואס די גלייבסט די אמדיגע ראיות דאן איז שייך צי רעדן, דערווייל האב איך דאס נישט געטראפן ביי קיין ארוני,
ער דארף ראיות ווען די טריקענע פאקטן זאגן אנדרשט ווי ער וויל הערען,
ער דארף פאקטן ווען די ראיות דינען נישט זיינע אינטערעסן,

איך וויל נישט פארשעמן די חלה דעקעל וואס מקורן במנהגי ישראל וועל איך זיי נישט אנריפען אזוי
אבער א יעדער פארשטייט פון וואס מען רעד.


תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 11/02/2010 07:02:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 07:01 לינק ישיר 

סאטמארפלעק כתב:
(א חוץ דעם וואס מיר פערזענדליך דארפן נישט קיין ראיות מיר האבן קבלת אבות, אונזער טאטעס האבן אונז אזוי געזאגט)

אונזער גאנצע שמועס איז באמת איבריג, צוליב די דאזיגע וועטער. דו וועסט קיינמאל נישט איינזעהן דעם אמת, ווארום "מיין טאטע האט מיר געזאגט". וויסן זאלסטו אז דיין טאטע האט פיינט געהאט דעם הייליגן ברל משה זי"ע און ער האט פרובירט אים מצער צו זיין יעדע ריר. איבערגעדרייט דעם ביהמ"ד יעדן טאג מיט א צווייטע סיבה. וויזשניץ, סקול דיסטריקט, ישיבה עצי חיים, ת"ת ויואל משה, וואלן, קראצמעך ביימער, מזוזות, ועוד ועוד, און דאס איז שוין געווען א המשך פון די רדיפות שאין לשער וואס ער האט נעבעך מיטגעמאכט ביים לעבן פונעם היילגן דבר"י ז"ל, און דאס פארגאסענע בלוט פונעם הייליגן ברך משה וועט דיין טאטן נישט אפשוינען. (ער איז טאקע דיין טאטע?...) און די אלע וועלכע האבן פיינט געהאט דעם ברך משה, די אלע האבן אוודאי אויך - און שפעטער נאך מער - פיינט געהאט זיין גרויסן זוהן וועמען עס האט געבלוטיגט זיין טאטנס מנוחה און האט זיך אנגענומען בכל כוחותיו פארן טאטן'ס כבוד.
טא אויב גייסטו פשוט בדרך האבות, דאן איז נישטא קיינע פראגעס דא. אז מ'האט אלע יארן געמעגט מסר'ן, טרונקן בלוט מיט א שטרוי, און וואס נישט.. מעג מען יעצט מסדר קידושין זיין. פארוואס דען נישט. (אבער, וויסן זאלסטו, אז "אלע" פריערדיגע ערליכע אידן האבן מעריץ געווען און געשטיצט און אנערקענט דעם ברך משה אלס סאטמאר רב, און זענען בפירוש געווען קעגן די רשעים\צדיקים פון בני יואל ואביזריהו. אנגעהויבן ביי אלע חברי הבד"ץ און געענדיגט ביי די פארבליבענע צדיקים א שטייגער ווי הרה"ק רבי יענקעלע ז"ל).

לענינינו, דאס וואס דיין טאטע האט דיר איינגערעדט אז די גאנצע שטעטל איז געווען קעגן ר' אהרן, דאס א פרעכע שקר. יא, עס זענען געווען רידערער. יא. און טאקע גרויסע קנאקערס, די זעלבע קנאקערס וועלכע האבן טאקע מצער געווען זיין טאטן יעדן טריט און שריט, די זעלבע האבן דא אויך גערודערט. און טאקע דערפאר - און צוליב אלעס איבריג - האט דער ברך משה זיי שפעטער ארויסגעשליידערט פון אונזער הייליגע קהילה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 07:16 לינק ישיר 

ווער האט דיר געזאגט אז ער איז "יא" אויפגענומען געווארן אלץ רב, נישט דיין טאטע? סתם אזוי פון דער בלאט? אדער אנאנדערע שרייבער ערגעץ ווי אויף היידפארק? פון נעמסטו וואס די זאגסט אז "מיין טאטע" איז געווען א רודעדער? און דיין טאטע איז גווען דער בארואיגער? קענסט מיר ברענגן א באוויייז אז ער איז געווארן ערוועלט אלץ רב אין קרית יואל מיטן פולן הסכמה פון "רוב" איינוואונער פון קרית יואל? דאס ווייסן מיר דאך אלע אז עפעס איז ער נישט געפאלן פאר א "טייל" פון קרית יואל, טו ברענג מיר א באווייז אז ער איז געווארן אויפגענומען על פי הלכה אלץ מרא דאתרא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 07:40 לינק ישיר 

סאטמארפלעק כתב:
פון נעמסטו וואס די זאגסט אז "מיין טאטע" איז געווען א רודעדער? און דיין טאטע איז גווען דער בארואיגער?

פון דא:

















דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 17:59 לינק ישיר 

ברענגען צעטליך וואס רוב פין דע האבן דעמאלטץ געזאגט אין די וואס האבן געהאט קאראש האבן געשריבן איז נישט אינטרסאנט יעצט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/2/2010 20:09 לינק ישיר 

דאס וואס מען האט גענוצט אויף ראט דעם טיטל "קרית יואל'ער רב" מאכט נישט אז ער איז הלכה'דיג געווארן קרית יואל רב, און נישטאמאל האבן די רבנים דן געווען איבער זיין רבנות אין קרית יואל.

מען האט זיך באצויגן לגבי אים לויט דעם טיטל וואס ער האט זיך גערופן.

און בימים ההם איז נאכנישט געווען איינגעפירט אז מען רופט זיך אקוראט ווי יענער,
ווייל דאס האט ערשט ר' אהרן שפעטער מחדש געווען אין וויליאמסבורג אז עס קען זיין צוויי קהל יטב לב'ס אין די זעלבע שטאט, און מיט די צייט איז דאס געווארן א סטאנדארט אין באבוב, אין קרית יואל
ממילא זע איך נישט קיין שום פראבלעם אז צוויי מענטשן זאלן טראגן דעם טיטל "אב"ד קרית יואל"!

פארשטייט זיך אז לגבי סידור קידושין האט דאס אפילו נישט קיין שייכות, אזוי ווי מען זעט אין תשובה ספרים, אז אויב מען האט זיך פולשטענדיג אפגעטיילט פון א קהלה אין די שטעט אין אייראפע, ווערט גע'פסק'ט קלאר אז דער רב פון איין קהלה קען נישט מחייב זיין די מענטשן פון די אנדערע קהלה, זיי האבן נישט קיין שייכות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 ... 16 17 18 לדף הבא סך הכל 18 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.